פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאַר אַ ישׂראלדיקן זשורנאַליסט, וואָס שרײַבט אַ רעגולערן פּעריאָדישן קאָלום פֿאַר זײַן צײַטונג, איז אַ קורצווײַליקער אַרויספֿאָר קיין אויסלאַנד (אויב ער פֿאָרט נישט אין קיין אַמטלעכן שליחות) — ווי דו וואָלסט זיך אַרויסגעקראָגן פֿון אַ ראָיענדיקן בינשטאָק: עס עפֿנט זיך פֿאַר דיר די ברייטע וועלט, אָבער דו ווערסט אויף דער קורצער ווײַלע אָפּגעריסן פֿונעם לאַנד.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער פּאָליטישער יאַריד אין ישׂראל האָט פֿאָריקע וואָך געקאָכט און געפֿיבערט מיט נתניהוס מיסטעריעזן פֿאַרשווינדן פֿון דעם סדר־היום אויפֿן לוח פון דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע. אַלע פֿאַראינטערעסירטע — מ׳קען זאָגן, דאָס גאַנצע לאַנד, די זשורנאַליסטן און דער מלוכישער, פּאַרטיייִשער און דער געזעלשאַפֿטלעכער, יאַריד — אַלע האָבן יענעם טאָג זיך געבראָכן דעם קאָפּ און פּרובירט לייזן דאָס רעטעניש: וווּהין איז נעלם געוואָרן דער שיפֿס־קאַפּיטאַן פֿון דער מדינה, דער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו? אויף גאַנצע פֿערצן שעה.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם גאַנצן קאָסמאָס, וואָס האָט זיך פֿאַר אונדז, ווייניקסטנס, קאָנצענטרירט אַרום דעם "פּלאַנעט אוישוויץ".

די פֿאָרמעלע געשיכטע ווערט געבויט אויף פֿאָרמעלע דאַטעס ווי זײַלן פֿון אַ פֿונדאַמענט, אויף וועלכן עס ווערט געבויט אַ בנין. עס איז אָבער אַ באַוווּסטע זאַך, אַז היסטאָרישע געשעענישן זענען, געוויינטלעך, אַ רעזולטאַט פֿון אָנגייענדיקע פּאָליטישע פּראָצעסן, פֿון אַנטוויקלונגען, וואָס פֿאַרוואַנדלען דעם געגעבענעם מאָמענט אין אַ מאָמענטום, און דינען ווי אַ סיבה פֿאַר אַ נײַער היסטאָרישער אַנטוויקלונג, ווי אַ נײַער רינג אין דער קייט וואָס רופֿט זיך געשיכטע.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר זײַנען שוין געוווינט, אַז אין די שלאַבערדיקע הייסע זומער־חדשים, ווען די פּאָליטיק (אויב עס ברעכט נישט אויס קיין מלחמה) געפֿינט זיך לרובֿ אויף "וואַקעישן" — באַלעוועט געוויינטלעך די געזעלשאַפֿטלעכע הפֿקרות. זי איז אָבער זעלטן ווען געווען אַזוי אינטענסיוו און האָט זעלטן ווען דערגרייכט אַזאַ "הויכע" מדרגה, ווי אין די איצטיקע טעג, אין וועלכע עס ווילדעוועט דער ברוטאַלער כוליגאַניזם אינעם ייִדישן לאַנד. און דאָס געשעט איצט, ווען די רעגירונג פֿון ישׂראל פֿאַרלאַנגט פֿון די פּאַלעסטינער און פֿון די אָראַבישע שכנים זיי זאָלן אָנערקענען דעם ייִדישן כאַראַקטער פֿון מדינת־ישׂראל, ווי אַן אולטימאַטיוון באַדינג צום באַנײַען מיט זיי די פּאָליטישע געשפּרעכן.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יאָ, גאָט האָט טאַקע באַשאַפֿן דעם מענטש אין זײַן געשטאַלט, אָבער אין אָן אַ שיעור וואַריאַנטן, אין אָן אַ שיעור קאַטעגאָריעס איינע אַנדערש פֿון דער אַנדערער. און זינט די שלאַנג האָט זיך באַוויזן און האָט אָנגעשטעקט דעם צניעותדיקן זיווג מיטן ביטערן סם פֿון זיסן גלוסט און לײַדנשאַפֿט, האָבן אדם און חוה זיך געזיווּגט זינט זיי זענען אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿונעם גן־עדן אויף זייער אייביקן גלות. זייערע קינדער און קינדס־קינדער האָבן זיך געמערט און געכּפֿלט — און דער מין מענטש איז געוואָרן אַ מענטשהייט.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ זשורנאַליסט, ווי אויסטערליש דאָס זאָל נישט קלינגען, איז פֿון אַ סך שטאַנדפּונקטן געגליכן צו אַ דאָקטער: וואָס זײַן פּערזענלעכער וועלט־באַנעם זאָל נישט זײַן, איז ער פֿריִער פֿון אַלץ פֿאַרפֿליכטעט צום אמת. אַזוי ווי אַ דאָקטער, וואָס איז געבונדן צו זײַן אַזוי־גערופֿענער היפּאָקראַטעס־שבֿועה, וועלכע פֿאַרפֿליכטעט אים צו באַהאַנדלען אויפֿן זעלבן אופֿן יעדן קראַנקן אָדער פֿאַרוווּנדעטן, אומאָפּהענגיק פֿון זײַן פּערזענלעכן שײַכות צו אים — אַזוי איז אויך דער זשורנאַליסט פֿאַרפֿליכטעט לגבי די פֿאַקטן, אויף וועלכע ער פֿאַררופֿט זיך, און צו דעם "אָביעקטיוון אמת", אויף וועלכן ער באַזירט זײַן באַשרײַבונג.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס איז אָנגענומען אין דער דעמאָקראַטישער וועלט, אַז יעדע נײַע רעגירונג געניסט פֿון אירע "ערשטע הונדערט טעג פֿון חסד" בײַ דער "מעדיאַ" — די געדרוקטע און די עלעקטראָנישע פּובליציסטיק, און בײַ דער "עפֿנטלעכער מיינונג", וועמען די פּובליציסטיק באַדינט. בײַ אונדז איז דאָס געוואָרן סײַ אַ מיטאָס און סײַ אַ ריטואַל. די ערשטע הונדערט טעג זענען די טעג פֿון דעם עפנטלעכן עקזאַמען, וועלכן די רעגירונג דאַרף אַדורכמאַכן, כּדי צו באַקומען דעם "הכשר" פֿון איר עפֿעקטיווקייט און אויסטויגעוודיקייט — פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק — אין איר פֿאַרמעסט מיט די לויערנדיקע געפֿאַרן פֿון דער ווירקלעכקייט.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ באַגעגעניש צווישן צוויי מלוכישע מנהיגים "אונטער פֿיר אויגן" איז געוויינטלעך אַ טראַדיציאָנעלער פּאָליטישער ריטואַל, וועלכער ווערט, פֿאָרמעל, נישט פּראָטאָקאָלירט, און אויף וויפֿל די צדדים זענען אין דעם פֿאַראינטערעסירט, בלײַבט זײַן אינהאַלט אַן אייביקער סוד; טאַמער איז אָבער איינער פֿון זיי "נישט געוווינט" צו האַלטן וואָרט, קען עס אויך ווערן אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אָפּהענגיק פֿון יעדן איינעמס פּאָליטישע כּוונות.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס האָט אַמאָל אַ ישׂראלדיקער זשורנאַליסט געפֿרעגט זײַנעם אַן ענגלישן פּען־קאָלעגע, הלמאַי די ענגלענדער רעדן אַזוי פֿיל וועגן וועטער בײַ יעדער באַגעגעניש און בײַ יעדער געלעגנהייט — און זיי טוען גאָרנישט כּדי דאָס וועטער צו ענדערן? האָט אים דערויף דער ענגלישער זשורנאַליסט געענטפֿערט — און גראָד לויטן ייִדישן שטייגער — מיט אַ פֿראַגע אויף אַ פֿראַגע: און ווי קומט עס, אַז בײַ אײַך אין ישׂראל איז מען טאָג און נאַכט באַשעפֿטיקט מיט פּאָליטיק — און עס ווערט אָבער גאָרנישט געטאָן אַז די פּאָליטיק זאָל זיך אַמאָל ענדערן?

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָנהייבנדיק פֿון דעם 1טן אַפּריל, ציילט זיך די קאַדענץ פֿון דער נײַער רעגירונג, די 32סטע לויט דער ריי אין די 61 יאָר פֿון דער מדינה, און די צווייטע אונטער דער אָנפֿירונג פֿון ביבי נתניהו. אָנגעזעטיקטע מיט דערפֿאַרונג פֿון די אַלע יאָרן, האָט די באַפֿעלקערונג פֿון מדינת־ישׂראל זיך שוין צוגעוווינט אָנצוהייבן, מיטן געבורט פֿון דער רעגירונג, דאָס ציילן אירע טעג אויף צוריק, ביז צום טאָג פֿון איר פֿאַרקירצטן לעבן — ווי עס וואָלט איר שוין אַזוי געווען באַשערט צו פֿאַרענדיקן איר קאַדענץ פֿאַר דער צײַט.

פּאָליטיק

אין "פֿאָרווערטס" פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז דערשינען אויף דער ערשטער זײַט דאָס בילד פֿון די מיניסטאָרן אין דער נײַ־געשאַפֿענער רעגירונג פֿון ישׂראל, און אונטער דעם בילד די צושריפֿט: פּרעזידענט שמעון פּערעס, פּרעמיער בנימין נתניהו און "דער גאַנצער מיניסטאָרן־קאַבינעט".

דאָס איז אָבער נישט געווען פּינקטלעך, היות ווי אויף דעם בילד געפֿינען מיר נאָר 20 מיניסטאָרן, דהײַנו בלויז צוויי דריטל פֿון דעם רעגירונגס־קאַבינעט.

פּאָליטיק

די ידיעה, אַז נאָך שווערע דעה־ראַנגלענישן פֿון דער פּראָקוראַטור איז ענדלעך דערלאַנגט געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿער קרײַז־געריכט דער באַשולדיקונגס־אַקט קעגן דעם פֿריִערדיקן מדינה־פּרעזידענט וועגן שאַנד־אַקטן ביז פֿאַרגוואַלדיקונג — איז קורץ נאָך איר דערשײַנען גלײַך פֿאַררוקט געוואָרן אין אַ ווינקל און איז פֿאַראורטיילט געוואָרן אפֿשר צו צײַטווײַליקער פֿאַרגעסעניש — צוליב דער צענטראַלער אַנטפּלעקונג פֿון דער הײַנטיקער וואָך, אַז אַ גאַנצע פּאַרטיי איז געוואָרן באַצוווּנגען פֿאַר די אויגן פֿון דער וועלט.