פּאָליטיק

אין "פֿאָרווערטס" פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז דערשינען אויף דער ערשטער זײַט דאָס בילד פֿון די מיניסטאָרן אין דער נײַ־געשאַפֿענער רעגירונג פֿון ישׂראל, און אונטער דעם בילד די צושריפֿט: פּרעזידענט שמעון פּערעס, פּרעמיער בנימין נתניהו און "דער גאַנצער מיניסטאָרן־קאַבינעט".

דאָס איז אָבער נישט געווען פּינקטלעך, היות ווי אויף דעם בילד געפֿינען מיר נאָר 20 מיניסטאָרן, דהײַנו בלויז צוויי דריטל פֿון דעם רעגירונגס־קאַבינעט. אָבער אין דער אמתן זײַנען אינעם "קאַבינעט אַרײַן 30 מיניסטאָרן און נאָך 8 וויצע־מיניסטאָרן, וועלכע האָבן אפֿשר נישט די פֿולע קאָמפּעטענצן, אָבער זיי געניסן פֿון אַלע מיניסטעריאַלע פּריווילעגיעס, מיט אַ קאַנצעלאַריע און מיט געהילפֿן פֿאַר יעדן איינעם פֿון זיי; מיט אַ טײַערן פּרעסטיזש־אויטאָ — אַ "וואָלוואָ" אָדער זײַנס גלײַכן, מיט אַ "צוגעבונדענעם" שאָפֿער, און מיט אַ היפּשן בודזשעט פֿאַר זייערע מיניסטעריאַלע אָדער וויצע־מיניסטעריאַלע באַדערפֿענישן.

אין די לעצטע עטלעכע טעג פֿאַר דער אײַנשווערונג פֿון דער נײַער רעגירונג זענען די סטאָליערס געווען אינטענסיוו באַשעפֿטיקט מיט דער באַשטעלונג, וואָס זיי האָבן באַקומען: אויסצוברייטערן און פֿאַרלענגערן דעם מאָדולאַרן טיש, אַרום וועלכן עס זאָלן זיצן די 38 מיניסטאָרן און וויצע־מיניסטאָרן פֿון דער נײַער רעגירונג — די 32סטע רעגירונג פֿון מדינת-ישׂראל. זיי רעפּרעזענטירן די 75 דעפּוטאַטן פֿון דער רעגירונג־קאָאַליציע אין דער כּנסת.

דער פֿאָטאָגראַפֿיסט האָט געהאַט אַ שווערע אויפֿגאַבע אַרײַנשטופּן אינעם קרענצל אויף דעם קליינעם פאָטאָ־עקראַן די גרויסע צאָל חשובֿע לײַט, די אויסדערוויילטע פֿונעם פֿאָלק, בעתן "אַראָפּנעמען" זיי אויפֿן אָפֿיציעלן בילד מיטן מדינה־פּרעזידענט. צום גרויסן מזל פֿונעם פֿאָטאָגראַף האָט אין דעם קרענצל געפֿעלט דער מיניסטער פֿאַר געזונטהייט, וואָס איז נישט געוואָרן באַשטימט מחמת דער פֿאַרשטענדיקונג מיט דער פּאַרטיי פֿון די חרדים, די פֿון "יהדות התּורה" (דעם בלאָק פֿון דער חסידישער "אַגודת־ישׂראל" און דעם מתנגדיש־ליטווישן "דגל התּורה"). דער דאָזיקער בלאָק פֿון די צוויי פּאַרטייען (צוזאַמען 6 מאַנדאַטן אין דער כּנסת) האָט מער נישט פֿאַרלאַנגט ווי אַ וויצע־מיניסטער אין דעם געזונטהייט־מיניסטעריום, וואָס האָט דעם דריט־גרעסטן בודזשעט — נאָך דער זיכערהייט און נאָכן בילדונגס־מיניסטעריום — כּדי צו געניסן פֿון די אויבן דערמאָנטע פּריווילעגיעס, נישט דאַרפֿנדיק אַפֿילו טראָגן די מיניסטעריאַלע פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט.

נאָך בעסער האָט זיך אַן עצה געגעבן די צײַטונג "יתּד נאמן", דער אָרגאַן פֿון די פֿרומע (די מתנגדים). מיט דער הילף פֿון דער מאָדערנער פֿאָטאָגראַפֿישער טעכנאָלאָגיע האָט זי אָפּגעדרוקט דעם אָפֿיציעלן קאָלעקטיוון פּאָרטרעט פֿון דער נײַער רעגירונג — אָן אירע צוויי פֿרויען — די מיניסטאָרינס לימור ליבֿנת, פֿון "ליכּוד" און סאָפֿאַ לאַנדווער, פֿון "ישׂראל ביתּנו".

אַזוי אַרום איז די 32סטע רעגירונג פֿון מדינת־ישׂראל געוואָרן די גרעסטע אויף דער וועלט און די גרעסטע אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה. און דאָס פּאַסירט גענוי צען יאָר נאָך דעם ווי עס האָט געהאַט פֿאַרלוירן די מאַכט דער איצט פֿון דאָס נײַ־געקרוינטער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו; ווי אויך גענוי צען יאָר נאָך דעם ווי דער זעלבער פּרעמיער פֿון דער איצט גרעסטער רעגירונג אויף דער וועלט האָט דעמאָלט גערופֿן צו רעדוצירן דראַסטיש, ביז צו אַ מינימום (ביז 18) די צאָל מיניסטאָרן אין דער רעגירונג.

מיט דעם אַליין האָט איצט די נײַע רעגירונג שוין מיט איר געבורט אַראָפּגענידערט דעם ווערט פֿון די מנהיגישע דעקלאַראַציעס און פֿאַרזיכערונגען פֿאַר זייערע וויילער און פֿאַר דעם פֿאָלק בפֿרט, פֿאַר וועלכן זיי האָבן צוגעזאָגט זיך צו מיִען און זיך מקריבֿ צו זײַן. ווי האָט עס אַמאָל געזאָגט דער פּרעמיער־מיניסטער לוי אשכּול: "וואָסי, צוזאָגן טאָר מען שוין אויך ניט?"...

עס איז, לחלוטין, נישטאָ מיט וואָס מקנה צו זײַן דער נײַער רעגירונג, און באַזונדערס איר נישט אַזוי נײַעם פּרעמיער־מיניסטער, מחמת די אומגעהויער שווערע פּראָבלעמען און אויפֿגאַבעס, וואָס שטייען פֿאַר אים — און די לײַכטקייט, מיט וועלכער ער האָט פֿאַנאַנדערגעטיילט די דאָזיקע שווערע פֿונקציעס צווישן נישט־צוגעפּאַסטע פֿונקציאָנערן. און געטאָן האָט ער דאָס, כּדי צו באַפֿרידיקן זײַנע און זייערע מאַכט־אַמביציעס אין זײַן כּוונה זיך צו באַנוצן מיט זיי כּדי צו קענען אויפֿהאַלטן וואָס לענגער זײַן הערשאַפֿט און די הערשאַפֿט פֿון זײַן פּאַרטיי. אַזאַ גרויסע רעגירונג פֿון אַזעלכע עקסטרעמע קעגנזאַצן — פֿון "הבית היהודי" און אבֿיגדור ליבערמאַנס "ישׂראל ביתּנו" ביז "עבֿודה" — איז אויסגעשטעלט צו ווערן אַ דיסקוסיע־קלוב פֿון חילוקי־דעות, וואָס וועט נישט קענען אָננעמען קיין אָפּעראַטיווע דעציזיעס. אַזאַ רעגירונג איז אויסגעשטעלט צו לײַדן פֿון "אַקטיווער בטלנות" און פֿון אַ פּאָליטישער אומבאַהאָלפֿנקייט.

און דאָס — נישט בלויז צוליב דער גרויסער צאָל מיניסטאָרן און די אויסטערליש־צוגעטראַכטע פֿונקציעס פֿאַר מער ווי אַ העלפֿט פֿון זיי, נאָר אויך צוליב דער אויסטערלישער פֿאַרטיילונג פֿון די דאָזיקע פֿונקציעס. און — נישט נאָר די רעגירונג וועט ווערן אַ ריזיקער גולם, נאָר אויך די כּנסת וועט ווערן געליימט, ווײַל אַ דריטל פֿון אירע דעפּוטאַטן וועלן זיין "באַשעפֿטיקט" אין דער רעגירונג, און פֿון דעם וועט אויך לײַדן דער דעמאָקראַטישער פּרינציפּ אָפּצוטיילן די געזעצגעבערישע אינסטאַנץ פֿון דער עקזעקוטיווער מאַכט.

דער אַלט־נײַער פּרעמיער־מיניסטער וועלכער פֿאַרזיכערט, אַז ער האָט געלערנט פֿון זײַנע פֿריִערדיקע פֿעלערן, איז שוין בײַם סאַמע אָנהייב געוואָרן אַוועקגעשטעלט פֿאַר דעם נסיון פֿון דער עפֿעקטיווקייט פֿון זײַן רעגירונג, ווען ער האָט, כּדי צו פֿאַרזיכערן איר אַרבעטס־פֿעיִקייט, געשאַפֿן אַן ענגן קאַבינעט — "די קיך" — פֿון די פֿינף סאַמע חשובֿסטע מיניסטאָרן, אין אײַנקלאַנג מיט זײַן קאָאַליציע־אָפּמאַך מיט ליבערמאַנען. דאָ האָט ער זיך אָבער אָנגעשטויסן אויף אַזאַ שטאַרקן דרוק פֿון כּעס מצד זײַנע אייגענע פּאַרטיי־עסקנים, אַז ער איז געצוווּנגען געוואָרן צוצוקאָאָפּטירן נאָך דרײַ, כּדי צו פֿאַרמײַדן אַן אינערלעכע מרידה אין "ליכּוד", און אויך כּדי צו העלפֿן אהוד ברקן אַרײַנצונאַרן די "עבֿודה" אין דער רעגירונג פֿון נתניהו. ער האָט פֿאַרגרעסערט דעם "ענגן קאַבינעט פֿאַר זיכערהייט און אויסערן־ענינים" פֿון פֿינף אויף אַכט מיניסטאָרן. ער האָט זיך אָבער דאָ אָנגעטראָפֿן אויף ליבערמאַנס וועטאָ — און האָט געמוזט זיך צוריקציִען צו אַ "קיך" פֿון בלויז פֿינף. דעריבער איז דער דערגרייכטער "שטילשטאַנד" צווישן נתניהו און זײַן אינערלעכן ריוואַל, סילוואַן שלום, נאָר אַ קורצווײַליקער, צו באַרויִקן די נישט באַפֿרידיקטע פּאַרטיייִשע עסקנים, וואָס זענען נישט געוואָרן ווי געהעריק פֿאַרגיטיקט אין דער פֿאַרטיילונג פֿון די מלוכישע "דזשאָבן".

ווי אַ העלפֿאַנט אין אַ קראָם פֿון פּאָרצעלײַ

אָבער נישט דער ענגער קאַבינעט פֿון די פֿינף אָנפֿירנדיקע מיניסטאָרן איז דורך נתניהו פֿאַקטיש באַשטימט געוואָרן אָנצופֿירן מיט דער מדינה, נאָר די "טרויקע" פֿון די דרײַ פּאָרטיייִשע מנהיגים — ביבי, אַבֿיגדור און אהוד — וואָס יעדער איינער פֿון זיי האָט זײַן אייגענעם "עגאָ", זײַן אייגענע אַמביציע צו הערשן מיט דער מדינה. אין די קרײַזן פֿון דער אָפּאָזיציע, מיט וועלכער עס פֿירט איצט אָן ציפּי ליבֿני פֿון "קדימה", גייט אַרום דער מאַקאַברישער שפּאַס, אַז אהוד ברק האָט פֿאַרגוואַלדיקט די "עבֿודה", ליבערמאַן — די רעגירונג, און נתניהו — די מדינה...

אָבער אין דער אינטערעסן־"אייניקייט פֿון די קעגנערס" האָט שוין איינער פֿון זיי פֿאַרפּלאָנטערט די נײַע רעגירונג, אין ערשטן טאָג פֿון איר געבוירן ווערן, אין אַ שאַרפֿער קאָנפֿראָנטאַציע מיט דער וועלט, מיט דער סבֿיבֿה, מיט דער ווירקלעכקייט. דאָס איז געווען דער נײַער אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, מיט זײַן נישט דיפּלאָמאַטישער דערקלערונג בעתן איבערנעמען פֿון ציפּי ליבֿני דאָס מיניסטעריום, אַז אַנאַפּאָליס איז טויט; דער פּראָצעס פֿון אַנאַפּאָליס פֿאַרפֿליכטעט אים נישט; אַז קיין שום "וויתּורים", קיין נאָכגעבונגען לטובֿת די פּאַלעסטינער וועלן בײַ אים נישט זײַן. דאָס איז געווען אין היפּוך צו דער דערקלערונג פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, אַז עס פֿאַרפֿליכטן אים אַלע ביז־איצטיקע התחייבֿותן פֿון די פֿריִערדיקע רעגירונגען.

בכלל האָט ליבערמאַנס אַרײַנטריט ווי אַ מיוחסדיקער שותּף אין דער רעגירונג פֿון נתניהו אַרויסגערופֿן אַ שווערן אָפּקלאַנג אין דער ברייטער וועלט, און גאָר באַזונדערס אין מצרים, וווּ מען פֿאַרגעסט נישט זײַן אַמאָליקן רוף צו באָמבאַרדירן די אַסואַן־דאַמבע, און דאָס אַוועקשיקן דעם פּרעזידענט מובאַראַק "צו אַלדי רוחות", אין זײַנס אַ רעדע גאָר לעצטנס אין דער כּנסת. דער מצרישער אויסערן־מיניסטער האָט שאַרף געטאַדלט זײַנע רייד און האָט דערקלערט, אַז ער וועט ליבערמאַנען בײַ קיין שום אומשטאַנדן די האַנט נישט דערלאַנגען. אַבו מאַזען, דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, האָט שוין מרמז געווען, אַז דער פּאָליטישער פּראָצעס איז געוואָרן פֿאַרשטערט צוליב ליבערמאַנס מיליטאַנטישער אויפֿפֿירונג, און אין דער גאַנצער וועלט זעט מען אין ליבערמאַנען אַ בפֿירושדיקע שטרויכלונג אין דעם שלום־פּראָצעס און אַן אַרויספֿאָדערונג פֿאַר אַ דריטער אינטיפֿאַדע.

גראָד די טעג האָט געווײַלט אין לאַנד און איז אויפֿגעטראָטן אויף אַן אַקאַדעמישן סימפּאָזיום דער איראַנישער אַיאַטאָלאַ מאַהאַדי כאָרשידי, אַ תּלמיד פֿון דעם פֿאַרשטאָרבענעם אַיאַטאָלאַ כאָמייני, אַ געוועזענער וויצע־פּרעמיער פֿון איראַן, אָבער אַ קעגנער פֿון דעם איצטיקן רעזשים. ער איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון טעאָלאָגיע, וואָס לעבט פֿון אָדוואָקאַטור — האַלב אין דײַטשלאַנד, האַלב אין אַמעריקע. אין אַ שמועס מיט אַ באַקאַנטער קאָרעספּאָנדענטין פֿון אַ היגער צײַטונג האָט דער אָפּאָזיציאָנעלער אַיאַטאָלאַ געזאָגט, אַז עס איז פֿאַראַן אַן ענלעכקייט צווישן אַבֿיגדור ליבערמאַן און אַכמעדינאַדזשאַד, מיט זייערע דראָונגען און ברוטאַלער מיליטאַנטישקייט.

אין דער ישׂראלדיקער מעדיאַ איז דער אופֿן פֿון ליבערמאַנס אַרײַנטריט אין דער רעגירונג באַצייכנט געוואָרן ווי דאָס אַרײַנקומען פֿון אַ העלפֿאַנט אין אַ קראָם פֿון פּאָרצעלײַ. באַזונדערס נאָך זײַן דערקלערונג, אַז "אויב דו ווילסט שלום — גרייט זיך צו מלחמה", וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע רעאַקציע אין דער דיפּלאָמאַטישער וועלט.

מיט אָט דעם דעקלאַראַטיוון פּראָגראַמאַטישן אני־מאמין, מיט וועלכן ליבערמאַן האָט געעפֿנט זײַן מלוכישע פֿונקציע ווי דער אויסערן־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל, האָט זיך אָבער נישט אויסגעשעפּט זײַן ראָלע אין דעם דערעפֿענונג־ספּעקטאַקל פֿון דעם נײַעם רעגירונג־אַנסאַמבל. באַלד אויפֿן צווײַטן טאָג פֿון דער דראַמע איז ליבערמאַן אַרויסגערופֿן געוואָרן דורך דער אויספֿאָרש־פּאָליציי אויף אַן אויספֿאָרשונג "אונטער אַ וואָרענונג", וואָס האָט געדויערט זיבן שעה, און דעם אַנדערן טאָג נאָך דעם — דאָס איז געווען דעם פֿאָריקן פֿרײַטיק — איז ער געפֿאָרשט געוואָרן נאָך פֿינף שעה, מיט אַן אָפּציע פֿון דער פּאָליציי אויף נאָך אַן אויספֿאָרשונג אויך הײַנטיקע וואָך.

לויט די ידיעות אין דער פּרעסע איז די פּאָליציייִשע אויספֿאָרש־מאַנשאַפֿט איבערצײַגט, אַז זי האָט שוין גענוג באַווײַז־מאַטעריאַל קעגן ליבערמאַנען, כּדי אים צו שטעלן פֿאַרן געריכט ווי אַ באַשולדיקטן אין קאָרופּציע און אין באַשווינדלען די מדינה, און אָפּנאַרן די שטײַער־אַמטן אין שײַכות מיט זײַנע נישט אָנשטענדיקע האַנדלונגען קעגן דער מדינה. עס זעט אָבער אויס, אַז זײַנע אַדוואָקאַטן וועלן שוין געפֿינען גענוג יורידישע טריקן צו פֿאַרשלעפּן די אָנקלאַגע און צו דערפֿירן זי ביז צו די יאָרן פֿון איר געזעצלעכער פֿאַרעלטערונג...

דערמיט אָבער שעפּט זיך נאָך אַלץ נישט אויס די דראַמע פֿון אויפֿשטעלן די דאָזיקע אָנגעבלאָזענע רעגירונג. אין זײַנע זוכענישן נאָך געהעריקע מיניסטער־פּאָרטפֿעלן פֿאַר זײַנע אַרבעטלאָזע קאַנדידאַטן האָט נתניהו אַרויסגעוויזן אַ סך דערפֿינדערישע אײַנפֿאַלערישקייט, לאָזנדיק פֿאַר זיך די פֿולע שליטה איבער דעם מלוכישן אוצר, דעם פֿינאַנץ־מיניסטעריום, וואָס איז זײַן באַליבטער "בייבי". דורך אים האָט עס זיך אים אײַנגעגעבן, ווי דער פינאַנץ־מיניסטער אין דער רעגירונג פֿון אַריאל שרון מיט אַ האַלבן יאָרצענדליק צוריק, "אָפּצוראַטעווען" די ישׂראלדיקע ווירטשאַפֿט אין דער צײַט פֿון איר טיפֿער דעפּרעסיע (אין 2003—2004) — דורך באַגיטיקן די גרויסע געלט־מאַגנאַטן, פֿאַרטיפֿנדיק די נויט און די סאָציאַלע קאָנטראַסטן אין לאַנד.

דאָס מאָל האָט ער, ווי דער שעף פֿון דער רעגירונג, גענומען צו הילף זײַן סאַמע געטרײַסטן פּאָליטישן פֿאַרטרויונגס־מאַן, דעם כּנסת־דעפּוטאַט פּראָפֿ’ יובֿל שטייניץ, און אים נאָמינירט ווי אַ מיניסטער אָן אַ פּאָרטפֿעל, אָבער ווי אַ פֿונקציאָנאַר אינעם פֿינאַנץ־מיניסטעריום, אין ראַנג פֿון מיניסטער.

פּראָפֿ’ יובֿל שטייניץ איז ווײַט פֿון די עקאָנאָמישע ענינים. ער איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿילאָזאָפֿיע און אַ געטרײַער חסיד פֿון נתניהו. ער האָט זיך געפֿילט טיף געטראָפֿן פֿון זײַן פּראָטעקטאָרס באַליידיקנדיקן אָנבאָט, און נאָך אַ שטאַרקן דרוק פֿון זייערע ביידנס פֿרײַנד און פֿאַרמיטלערס האָט אים נתניהו צום סוף געשאָנקען דעם פֿאָרמעלן טיטל פֿינאַנץ־מיניסטער. דער אויבער־מיניסטער פֿון דעם מיניסטעריום וועט אָבער זײַן ער אַליין, ווי דער שעף פֿון דער רעגירונג.

דעם 1טן אַפּריל האָט אָנגעהויבן פֿונקציאָנירן די נײַע רעגירונג. לאָמיר האָפֿן, אַז זי וועט זײַן "עפֿעקטיוו און פּאָזיטיוו" — נישט געקוקט אויף איר ברייטן לײַב און שמאָלער וויזיע, און אַז נישט געקוקט אויף איר צווייפֿלהאַפֿטן אָנהייב, וועט זי נישט פֿאַרבלײַבן, ווי מען האָט זי אָנגערופֿן, קיין רעגירונג פֿון "פּרימאַ־אַפּריליס" — פֿון ערשטן אַפּריל — נאָר אַ רעגירונג פֿון ערבֿ־פּסח, דעם יום־טובֿ פֿון האָפֿענונג און גלויבן.

תּל־אָבֿיבֿ, 6טער אַפּריל 2009