‫פֿון רעדאַקציע

אין די פּסחדיקע טעג ווילט זיך ניט שרײַבן וועגן טרויעריקע זאַכן. דערצו קומען דאָך אָן ניט ווייניק פֿריילעכע בשׂורות, פֿון פֿאַרשיידענע עקן וועלט. גוטע נײַעס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ שווערע סחורה פֿאַר דער מעדיאַ. טראַגעדיעס, ניט יום-טובֿים, זײַנען בדרך-כּלל אין צענטער פֿון זשורנאַליסטישע באַמיִונגען צוצוציִען דעם עולם צו די טעלעוויזיע-קאַנאַלן, ראַדיאָ-סטאַנציעס צי צײַטשריפֿט. דאָס הייסט ניט, אַז מע פֿאַרגעסט אין גאַנצן וועגן בשׂורות-טובֿות.

פּאָליטיק

אין "פֿאָרווערטס" פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז דערשינען אויף דער ערשטער זײַט דאָס בילד פֿון די מיניסטאָרן אין דער נײַ־געשאַפֿענער רעגירונג פֿון ישׂראל, און אונטער דעם בילד די צושריפֿט: פּרעזידענט שמעון פּערעס, פּרעמיער בנימין נתניהו און "דער גאַנצער מיניסטאָרן־קאַבינעט".

דאָס איז אָבער נישט געווען פּינקטלעך, היות ווי אויף דעם בילד געפֿינען מיר נאָר 20 מיניסטאָרן, דהײַנו בלויז צוויי דריטל פֿון דעם רעגירונגס־קאַבינעט.

‫רעפּאָרטאַזשן
די קלאַסישע אַרכיטעקטור פֿון די טײַלענדישע טעמפּלען

באַנגקאָק, די קרוינשטאָט פֿון טײַלאַנד, איז אַ גרויסע, רעשיקע הייסע און קויטיקע מעטראָפּאָליע מיט אַן אָפֿיציעלער באַפֿעלקערונג פֿון אַכט מיליאָן מענטשן, און אַן אומאָפֿיציעלער באַפֿעלקערונג פֿון 15 מיליאָן. מיט אַ וואָך פֿריִער, אין וויעטנאַם, ווען מיר האָבן זיך באַקענט מיט יונגע, און נישט אַזוינע יונגע, וועלט־רײַזנדיקע, מיט רוקזעק אויף די פּלייצעס, האָבן זיי אונדז געוואָרנט, אַז "אין באַנגקאָק איז נישטאָ וואָס צו זען". נו, ווי זאָגט מען בײַ אונדז? — ווי בײַ וועמען.

ייִדיש־וועלט, געשיכטע
דער ייִדישער מוזיי אין ווילניוס (סטראַשון ג׳ 6)

פֿאַרקירצטע יאָרן זײַנען באַשערט געווען דעם וויכטיקן קולטור־אַנשטאַלט. ניט באַוויזן עפֿענען דעם אַרײַנגאַנג פֿאַרן עולם, ווי פֿון מאָסקווע איז אָנגעקומען אַ פֿאַרבאָט־באַפֿעל. ווי באַוווּסט, האָבן די סטאַליניסטישע אינקוויזיטאָרן פֿון 1948 אָן גענומען ליקווידירן די ייִדישע קולטור און אירע טרעגער. כאָטש עס זײַנען פֿאַרבײַ 60 יאָר, קען איך ניט פֿאַרגעסן יענעם טראַגישן מאָמענט.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Gennady Estraikh, 
Yiddish in the Cold War, 
Oxford: Legenda, 2008

די תּקופֿה נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה ווערט אָפֿטמאָל פֿאָרגעשטעלט ווי אַ נאָכוואָרט צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור, די צײַט פֿון ירידה, ווען ייִדיש האָט שוין אָנגעוווירן זײַן שעפֿערישן כּוח. אָבער דווקא אין יענע יאָרן האָט זיך אויף דער ייִדישער גאַס אָנגעהויבן אַ גאָר נײַע אַנטוויקלונג. צום ערשטן — און מין־הסתּם צום לעצטן מאָל אין דער געשיכטע — איז די ייִדישע קולטור געוואָרן אַרײַנגעוויקלט אינעם וועלט־פּאָליטישן געראַנגל צווישן די צוויי מעכטיקסטע מלוכות, דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די מסכתּא "פּסחים" הייבט זיך אָן מיט דער משנה, וווּ סע שטייט: "פֿאַרן 14טן טאָג פֿונעם חודש ניסן, אין אָוונט, איז מען בודק דעם חמץ מיט אַ ליכטל". מע מוז נישט זוכן, זאָגט די משנה, אין אַלע פּלעצער, וווּ מע ברענגט נישט אַרײַן קיין חמץ. פֿונדעטסטוועגן, מוז מען יאָ בודק זײַן די ערשטע צוויי רייען פֿעסער אין אַ ווײַן־קעלער. רש״י דערקלערט, אַז הגם אַ ווײַן־קעלער איז, געוויינטעלעך, נישט אַ "חמצדיק" אָרט, קומט מען צומאָל אַהין אַרײַן מיט אַ שטיקל ברויט אין דער האַנט, ווען מע וויל ברענגען ווײַן צום טיש.

ישׂראל, קהילה־לעבן
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער קאַלטער ווינטער איז שוין פֿאַרבײַ און דער פֿרילינג איז שוין בײַ אונדז אין פֿולן שוווּנג.

"הניצנים ניראו באָרץ, עת הזמיר הגיע וקול התּור נשמע באַרצנו" — וואָרעם זע: דער ווינטער איז אַריבער. דער רעגן איז פֿאַרגאַנגען, און די בלומען האָבן זיך באַוויזן אין לאַנד, די צײַט פֿון געזאַנג איז געקומען, און דער קול פֿון טורקלטויב לאָזט זיך הערן אין אונדזער לאַנד (תּרגום יהואש).

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויף מײַן טעגלעכן פֿרימאָרגן־שפּאַציר מיט מײַן חבֿרטע ליליען, נעמט מען די גאַנצע וועלט אויפֿן צימבל. מיר גריבלען זיך אין פֿילאָסאָפֿיע, פּאָליטיק, עקאָנאָמיע, רעליגיע און פֿאַרשטייט זיך — ייִדישקייט. ליליען איז מײַן שכנטע שוין אַ קײַמא לן פֿון פֿיר יאָר. מיר האָבן אַ סך געמיינזאַמס. ערשטנס זײַנען מיר ביידע אויסגעוואַקסן אין רוסלאַנד. זי אין אַזערבײַדזשאַן און איך אין סאַראַטאָוו אויף דער וואָלגע. ביידע האָב מיר איבערגעלאָזט אונדזערע קינדער־יאָרן אין די־פּי לאַגערן אין אולם, דײַטשלאַנד.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

שוין אַכט חדשים וואָס איך האָב אַ חבֿרטע. דעם סוף־וואָך האָט זי גענעכטיקט בײַ מיר און געפֿונען ערגעץ פֿאַרשטעקט אין אַ ווינקל אין באָדצימער אַ פֿלעשל פֿרויען־פּאַרפֿום. מיט כּעס און טרערן האָט זי מיך באַשולדיקט אין זײַן נאָענט מיט אַנדערע פֿרויען. איך האָב איר געזאָגט דעם אמת — אַז דאָס פֿלעשל געהערט צו אַ פֿרוי, וועלכע איך האָב געקענט מיט אַ יאָר צוריק, און וואָס האָט איבערגעלאָזט עטלעכע זאַכן בײַ מיר אין וואַשצימער. איך האָב זיך נישט געכאַפּט, אַז די זאַכן זענען נאָך געבליבן דאָרטן.

רעצעפּטן

דאַכט זיך מיר, אַז יעדן פּסח זע איך אַלץ מער זיסוואַרג אינעם פּסחדיקן אָפּטייל פֿון געשעפֿט, אָבער בדרך־כּלל איז עס נישט נערעוודיק און נישט באַטעמט.

וואָס זשע טוט מען, אַז די משפּחה האָט פֿאָרט ליב צו נאַשן? מאַכט מען אַ זיסן פֿרוכט־געבעקס, אויפֿן סמך פֿונעם רעצעפּט אונטן.