Gennady Estraikh, Yiddish in the Cold War, Oxford: Legenda, 2008 |
די תּקופֿה נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה ווערט אָפֿטמאָל פֿאָרגעשטעלט ווי אַ נאָכוואָרט צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור, די צײַט פֿון ירידה, ווען ייִדיש האָט שוין אָנגעוווירן זײַן שעפֿערישן כּוח. אָבער דווקא אין יענע יאָרן האָט זיך אויף דער ייִדישער גאַס אָנגעהויבן אַ גאָר נײַע אַנטוויקלונג. צום ערשטן — און מין־הסתּם צום לעצטן מאָל אין דער געשיכטע — איז די ייִדישע קולטור געוואָרן אַרײַנגעוויקלט אינעם וועלט־פּאָליטישן געראַנגל צווישן די צוויי מעכטיקסטע מלוכות, דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אמת, דער אידעלאָגישער קאַמף אַרום ייִדיש האָט אַ לאַנגע געשיכטע, אָבער די סאָוועטישע מאַכט האָט דווקא אָנגעהויבן צו נוצן ייִדיש פֿאַר די צוועקן פֿון דער מלוכישער פּאָליטיק. ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה איז דער געראַנגל צווישן ייִדישע קאָמוניסטן און זייערע קעגנער געבליבן אַן ענין פֿון דער אינעווייניקער ייִדישער פּאָליטיק, ווײַל קיין אַנדערע מלוכה, חוץ דער סאָוועטישער, האָט ניט אויסגענוצט ייִדיש ווי אַ שפּראַך פֿון פּראָפּאַגאַנדע. דער אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל און דער פּאָגראָם פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור פֿון 1948—1953 האָבן געענדערט די סיטואַציע, און אין דער קאַלטער מלחמה האָט זיך געעפֿנט אַ ייִדישער פֿראָנט. אויף איין זײַט זײַנען געשטאַנען די רעשטן פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער קאָמוניסטישער סבֿיבֿה, וועלכע האָבן געפֿאָלגט די מאָסקווער ליניע, און אויף דער אַנדערער זײַט, האָט זיך אָנגעזאַמלט אַ קאָאַליציע פֿון אַנטוישטע געוועזענע קאָמוניסטן, סאָציאַליסטן, ליבעראַלן, ציוניסטן און רעליגיעזע ייִדן, וועלכע האָבן פֿאַרטיידיקט די ווערטן און לעבנסשטייגער פֿון דער מערבֿדיקער דעמאָקראַטיע.
דאָס נײַע בוך פֿון גענאַדי עסטרײַך איז די ערשטע קולטור־היסטאָרישע פֿאָרשונג פֿון אָט דער אייגנאַרטיקער אַקטיוויטעט. דאָס בוך הייבט זיך אָן מיט די געשעענישן פֿון די 1950ער יאָרן, ווען עס האָבן זיך בהדרגה אַנטפּלעקט די פֿאַקטישע פּרטים וועגן די רדיפֿות קעגן דער ייִדישער קולטור אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די דאָזיקע נײַעס האָט גורם געווען אַ טיפֿן קריזיס צווישן די ייִדישע קאָמוניסטן אין מערבֿ, וועלכע האָבן נאָך געהאַלטן אין איין גלייבן אין די מעלות פֿון דער סאָוועטישער סיסטעם. די קריטיקער און אָנהענגער פֿון דער סאָוועטישער שיטה האָבן געפֿירט הייסע וויכּוחים, דער עיקר, אויף די זײַטן פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין אַמעריקע, פֿראַנקרײַך און ישׂראל, וואָס זײַנען ניט געווען צוטריטלעך פֿאַרן סאָוועטישן לייענער.
די ידיעות וועגן דעם ייִדישן לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין די 1950ער יאָרן זײַנען געווען קאַרג. דער איינציקער פּרעסע־אָרגאַן, וואָס די פֿאַרבליבענע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער האָבן געקאָנט צו אים צוקומען, איז געווען די וואַרשעווער ייִדישע צײַטונג "פֿאָלקס־שטימע". עסטרײַך דערקלערט, אַז כאָטש די דאָזיקע צײַטונג איז געשאַפֿן געוואָרן לויטן מוסטער פֿון דער סאָוועטישער "אייניקייט", דעם אָפֿיציעלן אָרגאַן פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, איז "פֿאָלקס־שטימע" ניט געווען צו קריגן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אָבער גלײַכצײַטיק איז זי ניט געווען פֿאַרווערט דורך דער סאָוועטישער צענזור, און די רעדאַקציע האָט געשיקט אַ צאָל עקזעמפּלאַרן צו געציילטע לייענער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָס געלט אויף דעם איז געקומען פֿון אַמעריקע.
ניט געקוקט אויף די רדיפֿות פֿון 1947—1953, האָט דער סאָוועטישער שרײַבער־פֿאַראיין צום סוף פֿון די 1950ער יאָרן געהאַט אַרום זיבעציק מיטגלידער, וועלכע האָבן געשריבן אויף ייִדיש. אַרום דרײַסיק פֿון זיי האָבן געלעבט אין מאָסקווע. אין 1957 איז אָפֿיציעל געפֿײַערט געוואָרן דער 60טער יובֿל פֿונעם דיכטער שמואל האַלקין, וועלכער איז אַרויס פֿון דעם לאַגער אין 1955. מען האָט אויסגעטײַטשט דאָס דאָזיקע געשעעניש ווי אַ סימן פֿון אַן אויפֿלעב פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אָבער די וועטעראַנען, אַזעלכע ווי האַלקין און דער ליטעראַטור־פֿאָרשער נחום אויסלענדער, וועלכע זײַנען אָפּגעזעסן יאָרן אין די לאַגערן און תּפֿיסות, זײַנען שוין ניט געווען בכּוח צו נעמען אויף זיך די קאָמפּליצירטע אויפֿגאַבע פֿון מחיה־מתים זײַן די סאָוועטישע ייִדישע קולטור. אויף דעם האָט מען באַדאַרפֿט האָבן מער געניטע ייִנגערע אַפּאַראַטשיקעס. די פֿירנדיקע ראָלע אין דעם דאָזיקן פּראָצעס האָט באַקומען דער רעלאַטיוו יונגער דיכטער אַהרן ווערגעליס.
גוט באַהאַוונט אין די הילכות פֿון דער פּאַרטיייִשער און ליטעראַרישער פּאָליטיק, איז ווערגעליס אין גיכן געוואָרן דער מדריך און שומר פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור אין פֿולן הסכּם מיט דער אָפֿיציעלער אידעאָלאָגישער פּאַרטיי־ליניע. זײַן אידעאָלאָגישער חשיבֿות איז שטאַרק אויפֿגעוואַקסן נאָך 1967, ווען דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל. די פּאָזיציע פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" לגבי ישׂראל און ציוניזם איז געוואָרן מער אַגרעסיוו, און דאָס האָט דערמעגלעכט ווערגעליסן צו פֿאַרשטאַרקן זײַן אויטאָריטעט אין די סאָוועטישע "הויכע פֿענצטער". ער אַליין האָט זיך מודה געווען, אַז די ייִדישע "קאַלט־מלחמהניקעס" זײַנען געווען די סאַמע מיאוסע פֿון אַלע. געמיינט האָט ער מן־הסתּם דעם צד־שכּנגד, אָבער אין דער אמתן, איז דאָס געווען אַ ריכטיקע אָפּשאַצונג פֿון זײַן אייגענער טעטיקייט.
פֿאַר וואָס האָט ווערגעליס אויפֿגעוועקט אַזאַ שאַרפֿע שׂינאה בײַ זײַנע אידעאָלאָגישע קעגנער אין אויסלאַנד און צווישן אַ סך סאָוועטישע ייִדן — טוט עסטרײַך אַ פֿרעג — און ענטפֿערט׃ "ער האָט זיך געפֿירט מעשׂה, ווי ער שטעלט פֿאָר דאָס גאַנצע סאָוועטישע ייִדנטום און האָט ליב געהאַט צו שפּילן אַ ראָלע פֿון אַ גרויסן פּאָליטיקער. אָבער אין דער אמתן, איז ער געווען אַ באַשעפֿעניש, אויסגעקנאָטן פֿון די פּאַרטיי־אַפּאַראַטשיקעס פֿון מיטעלן שטאַנד, וועלכע האָבן אים אויסגענוצט פֿון מאָל צו מאָל צוליב געוויסע פּראָפּאַגאַנדע־צוועקן". אזוי אַרום האָט זיך ווערגעליסן אײַנגעגעבן צו פֿאַרנאַרן סײַ זײַנע סאָוועטישע באַלעבאַטים און סײַ זײַנע אַנטי־סאָוועטישע קעגנער, און זיך פֿאָרשטעלן ווי אַ מער וויכיטקע פּאָליטישע פֿיגור, איידער ער איז געווען אין דער אמתן.
עס איז אפֿשר נאָך צו פֿרי אָפּצושאַצן, וואָס פֿאַר אַ באַטײַט האָט דער "ייִדישער פֿראָנט" געהאַט אין דער מאָדערנער פּאָליטישער געשיכטע. דאָס בוך פֿון גענאַדי עסטרײַך האָט באַהאַנדלט, דער עיקר, דעם לינקן פֿליגל פֿון דעם דאָזיקן פֿראָנט. צו מאַכן דער סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע אויף צו להכעיס, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג געמוזט שטיצן די ישׂראלדיקע פּובליקאַציעס אויף ייִדיש, ווי למשל, די ליטעראַרישע אויסגאַבעס "ירושלימער אַלמאַנאַך". אַזוי אַרום האָט די אַנטי־ציוניסטישע פּראָפּאַגאַנדע געהאָלפֿן אונטערצוהאַלטן די ייִדישע קולטור אין ישׂראל. די ייִדישע קאָמוניסטן האָבן פֿאַרלוירן דעם קאַמף, אָבער זיי האָבן איבערגעלאָזט אַ היפּשע ירושה, וואָס מען דאַרף נאָך אויססדרן און אָפּשאַצן.