די קלאַסישע אַרכיטעקטור פֿון די טײַלענדישע טעמפּלען |
באַנגקאָק, די קרוינשטאָט פֿון טײַלאַנד, איז אַ גרויסע, רעשיקע הייסע און קויטיקע מעטראָפּאָליע מיט אַן אָפֿיציעלער באַפֿעלקערונג פֿון אַכט מיליאָן מענטשן, און אַן אומאָפֿיציעלער באַפֿעלקערונג פֿון 15 מיליאָן. מיט אַ וואָך פֿריִער, אין וויעטנאַם, ווען מיר האָבן זיך באַקענט מיט יונגע, און נישט אַזוינע יונגע, וועלט־רײַזנדיקע, מיט רוקזעק אויף די פּלייצעס, האָבן זיי אונדז געוואָרנט, אַז "אין באַנגקאָק איז נישטאָ וואָס צו זען". נו, ווי זאָגט מען בײַ אונדז? — ווי בײַ וועמען. איינער וויל פֿאַרברענגען אויף דער שײַן פֿון דער נאַטור און זען דאָס דאָרפֿישע לעבן; אַ צווייטער, וויל דווקא שוויצן צווישן די מאַסן און פֿילן דעם טומל און געפּילדער פֿון דער גרויסער שטאָט. אין טײַלאַנד קען מען טאָן ביידע, אָבער אין באַנגקאָק מוז מען שוויצן.
נישט געקוקט אויפֿן הייסן קלימאַט אין טײַלאַנד, האָבן מיר באַלד באַמערקט, אַז מע ווערט דאָ נישט אין כּעס; די טײַלענדער שרײַען נישט, בשום־אופֿן נישט. ס‘איז שווער פֿאַר אונדז ייִדן דאָס צו גלייבן, אַז אַזאַ עצמדיקע עמאָציע בײַ אונדז, ווערט נישט אויסגעדריקט אין דער עפֿנטלעכקייט בײַ זיי. נאָך דעם ווי מיר האָבן געזען ווי טיף דער בודיזם איז אַרײַנגעדרונגען אינעם לעבן פֿון די טײַלענדער, זענען מיר געקומען צום אויספֿיר, אַז די מעדיטאַטיווע רעליגיע האָט דערפֿירט צו אַזאַ פּערזאָנען־שטריך.
דער העלפֿאַנט איז אַ וויכטיקע חיה אין דער טײַלענדישער קולטור |
עס געדענקט זיך אַ פֿאַרשפּרייטע "טעאָריע", אַז די פֿעלקער אין די הייסע לענדער שפּיגלען אָפּ זייער קלימאַט מיט זייער נאַטור, דהיינו; זיי זענען מער היציק, הייס־בלוטיקע מענטשן (מסתּמא געהאַט אין זינען די שפּאַניער, גריכן אָדער איטאַליענער), און די אײַנוווינער אין די קעלטערע לענדער: ווי שוועדן, נאָרוועגיע און דענמאַרק — האָבן זיך אַנטוויקלט צו זײַן מער אײַנגעהאַלטענער אין זייער אויפֿפֿירונג און האַנדלונגען; שטילע טויבן, אין פֿאַרגלײַך מיט די דרומדיקע תּושבֿים. דער אויפֿפֿיר פֿון די טײַלענדער ברענגט אַ קלאָרן באַווײַז, אַז די דאָזיקע טעאָריע איז ווערט אַן אויסגעבלאָזן איי.
נישט איינער האָט אונדז אָנגעזאָגט, איידער מיר זענען געפֿאָרן קיין טײַלאַנד, אַז מע נאַרט אָפּ די טוריסטן אויף לינקס און אויף רעכטס. זענען מיר אָנגעקומען אין לאַנד מיט אַ פּאַראַנוייִש געפֿיל, אַז מע קען קיינעם נישט גלייבן, און אַז קיינער האַנדלט דאָ נישט ערלעך. מילא, קען מע טענהען, דאָס איז סײַ־ווי אַ ייִדישער צוגאַנג צו דער וועלט — וואָס איז דאָ דער חידוש? פֿון דער אַנדערער זײַט, מיט אַזאַ צוגאַנג איז שווער הנאה צו האָבן פֿון טוריסטישיע איבערלעבונגען.
דעם ערשטן טאָג, זעצן מיר זיך אַרײַן אין אַ טאַקסי און בעטן דעם שאָפֿער, ער זאָל אונדז פֿירן אין פּאָסט, און ער פֿאָרט אין דער פֿאַרקערטער ריכטונג. איך הייב אָן שרײַען און מאַכן אַ ליאַרעם. ער קוקט אויף מיר כּלא־ידע, ווי ער פֿאַרשטייט נישט וואָס מיר ווילן, און פֿאַרשטייט אויך נישט וואָס איך ווער אין כּעס. קיין איין וואָרט זאָגט ער נישט אַרויס. גייען מיר אַרויס פֿון דער טאַקסי פֿרוסטרירט, אָבער ביזן הײַנטיקן טאָג, ווייסן מיר נישט אויף זיכער צי ער האָט אונדז באַשווינדלט צי פּשוט נישט פֿאַרשטאַנען.
אסתּרל פֿאַרברענגט אויף דער פּלאַזשע אין דרום־טײַלאַנד |
עס האָט אַוודאי אונדז געשאַדט, וואָס מיר האָבן נישט געוווּסט גענוג וועגן בודיזם. דאָס איז נישט נאָר אַ רעליגיע, נאָר אַ שטייגער־לעבן. דאָס פֿאָרן קיין אַזיע אָן זיך פֿריִער צו באַקענען מיטן לעבן פֿון בודאַ, איז אַזוי נאַריש ווי פֿאָרן קיין ישׂראל און וויסן גאָרנישט וועגן ייִדישקייט. אָפּצושאַצן די קינסטלערישע ווערק פֿון דער פֿיגור פֿונעם בודאַ, וואָס שטייט אין צענטער פֿון דער קונסט אין טײַלאַנד, ווערט אוממעגלעך, אויב מען איז נישט באַקאַנט מיטן לעבן פֿון אים און דעם באַטײַט פֿון זײַנע זשעסטן, אויסדרוקן און זײַנע סטאַדיעס אויפֿן וועגן צו "נירוואַנאַ" — די אַנטפּלעקונג. דעם טראַכטנדיקן בודאַ קען מען זען 100 פֿוס אין דער לענג, ליגנדיק, אָדער אין דער הייך, זיצנדיק, אין גאַנצן באַדענקט מיט גאָלד. אין אַטוטײַיאַ, די אַמאָליקע קרוינשטאָט פֿון טײַלאַנד, וואָס די בורמעזער האָבן חרובֿ געמאַכט אינעם 18טן יאָרהונדערט, קען מען זען אין די חורבֿות דעם ריזיקן קאָפּ פֿונעם בודאַ אַרומגעוויקלט פֿון די וואָרצלען און צווײַגן פֿון אַן אַלטן בוים. אַן אומפֿאַרגעסלעך בילד, וואָס כאַפּט אויף די רויִקע נאַטור פֿון בודיזם.
די געשיכטע פֿון טײַלאַנד, אַ לאַנד די גרייס פֿון שפּאַניע, איז זייער קאָמפּליצירט, בפֿרט אין די לעצטע הונדערט יאָר ווען כּלערליי מיליטערישע פּוטשן זענען פֿאָרגעקומען יעדע פּאָר יאָר. אָבער פֿון דעסטוועגן, האָט קיין קאָלאָניאַלע מאַכט קיין מאָל נישט געהערשט דאָרטן ווי אין די שכנותדיקע לענדער. די טײַלענדער זענען פֿאַרליבט אינעם מלך בומיבאָל אַדוליאַדיי, דער נײַנטער פֿון זײַן דינאַסטיע, און ווען ער איז פֿאַרבײַגעפֿאָרן זענען אַלע אַרויס פֿון די געשעפֿטן און געשטאַנען און אים באַגריסט. דער וואָס זאָגט אַ שלעכט וואָרט אויף אים קען מען אײַנזעצן אין תּפֿיסה. אַפֿילו אַ פּראָפֿעסאָר פֿון זשורנאַליזם, אַ ייִדישער בחור מיט וועלכן מיר האָבן זיך באַקענט אין באַנגקאָק, האָט שטיל געסודעט ווען די טעמע פֿונעם מלך איז געקומען צו רייד. אַנדערע האָבן אונדז דערציילט, אַז אויב אַ מטבע פֿאַלט צו דר‘ערד און הייבט זיך אָן אַוועקצוקײַקלען, טאָר מען זי נישט אָפּשטעלן מיטן פֿוס, ווײַל דעם מלכס פּנים ווערט געשטעמפּלט אויף יעדער מטבע און דאָלער, און וויי צו יענעם וואָס ווײַזט נישט אים אַרויס דעם געהעריקן דרך־ארץ.
נחמה זוכט אַ מציאה אינעם קמיע־מאַרק אין באַנגקאָק |
באַנגקאָק דערמאָנט מיר אין ניו־יאָרק, נישט נאָר וואָס שייך דער רעשיקייט און טומל, נאָר אין דער נטיה צו לאָזן בויען וואָס מע וויל, וווּ מע וויל, אַראָפּצורײַסן אַלטע היסטאָרישע בנינים אָן צו געבן אַ טראַכט, און נישט וועלן אָנהאַלטן זיך צו דער געשיכטע. פֿון איין הויז, די היים פֿון אַן אַמעריקאַנער, וואָס האָט זיך פֿאַרליבט אין טײַלאַנד, דזשים טאַמפּסאָן, האָט זיך געמאַכט אַ הויז אין צענטער שטאָט ניצנדיק טיילן פֿון אַלטע טײַלענדישע דאָרפֿישע הײַזער, געבויט לויט אַלטע טראַדיציעס. איינער אַליין, האָט ער נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה אַנטוויקלט די טײַלענדישע זײַד־אינדוסטריע און די סחורה פֿאַרשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט. ער איז פּלוצעם פֿאַרשוווּדן אין מאַלאַזיע אין 1967. לעבן דזשים טאַמפּסאָנס הויז קען מען זען אַן אוניקאַלן בודיסטישן טעמפּל, וווּ דער סימבאָל פֿונעם העלפֿאַנט פֿארנעמט דעם אויבן אָן. די מענטשן וואָס קומען בעטן אַהין באַצאָלן טענצערינס, זיי זאָלן טאַנצן אַ טאַנץ פֿון דאַנק אין זייער נאָמען.
אין די חורבות פֿון אַטוטײַיאַ, האָט אַ בוים אַרומגעוויקלט דעם קאָפּ פֿון בודאַ |
ווי אין יעדער גרויסער שטאָט האָט מען כּלערליי מערק אין באַנגקאָק — פֿרוכט, גרינסן, שפּילכלעך, מלבושים. אָבער אונדז איז צום בעסטן געפֿעלן דער קמיע־מאַרק, מיט צענדליקער בודקעס פֿון מעטאַלענע, שטיינערנע אימאַזשן פֿון פֿיש, חיות, הייליקע מאָנאַכן; אַלץ וואָס דאַרף העלפֿן אויסהיטן פֿון אַן עין־הרע, און העלפֿן אויסהיילן אַ קרענק.
אין טײַלאַנד האָט מען דעם גרויסן באַנגקאָק, אָבער מע קען אויך פֿאָרן צום ברעג פֿונעם אַנדאַמאַנער ים, וווּ די ריינע פּלאַזשעס און ים־וואַסערן בלישטשען, און אַ האָטעל־צימער קאָסט נאָר צוואַנציק דאָלער אַ נאַכט. מיט 5 יאָר צוריק האָט אַ גרויסע צונאַמי דאָרטן אומגעבראַכט הונדערטער מענטשן, אָבער מע האָט די געגנט גיך איבערגעבויט, און מיר האָבן זיך אָפּגערוט די ביינער נאָך אַזאַ זשום אין באַנגקאָק.
אַז איך וואָלט אַמאָל געפֿאָרן אין די קאַנטן פֿון וויעטנאַם און טײַלאַנד איז מיר קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן, אָבער אַז מע לעבט, דערלעבט מען. און אויב מע קען פֿאַרטראָגן די היץ, קען מען גוט פֿאַרברענגען אַ וואַקאַציע דאָרטן — אָן כּעס, און אָן געשריי דערצו!
פֿאָטאָס: נחמה סאָקאָלאָוו