- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין די פּסחדיקע טעג ווילט זיך ניט שרײַבן וועגן טרויעריקע זאַכן. דערצו קומען דאָך אָן ניט ווייניק פֿריילעכע בשׂורות, פֿון פֿאַרשיידענע עקן וועלט. גוטע נײַעס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ שווערע סחורה פֿאַר דער מעדיאַ. טראַגעדיעס, ניט יום-טובֿים, זײַנען בדרך-כּלל אין צענטער פֿון זשורנאַליסטישע באַמיִונגען צוצוציִען דעם עולם צו די טעלעוויזיע-קאַנאַלן, ראַדיאָ-סטאַנציעס צי צײַטשריפֿט. דאָס הייסט ניט, אַז מע פֿאַרגעסט אין גאַנצן וועגן בשׂורות-טובֿות. למשל, די ענגלישע מלכּה איז צופֿרידן, ווײַל זי האָט באַקומען אַ מתּנה פֿון דעם פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ — אַן "אײַ-פּאָד". די צוואַנציק עקאָנאָמיש-ממשותדיקע מדינות האָבן זיך ניט צעקריגט אויף דער לאָנדאָנער אַסיפֿה. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿרייט מען זיך מיט דעם 5־פּראָצענטיקן וווּקס אין דער צאָל געקויפֿטע דירות און הײַזער. (כאָטש עס זעט אויס, אַז ס׳רובֿ קניות האָט מען געמאַכט מיט האַלב-אומזיסטע שטיבער, וואָס האָבן געהערט צו באַנקראָטירטע באַלעבאַטים.) אין מאָסקווע איז אויך אַ יום-טובֿדיקע שטימונג, מחמת נאַפֿט איז געוואָרן טײַערער, און דאָס הייסט אַז מער געלטער וועלן אָנקומען אין רוסישע קעשענעס. אָבער אויפֿן פֿאָן פֿון כּלערליי גוטע נײַעס, זעט אויס באַזונדערס פּסחדיק דער 100-יאָריקער יובֿל פֿון דער שטאָט תּל-אָבֿיבֿ. ווי עס מאַכט זיך גאַנץ אָפֿט מיט אַזעלכע דאַטעס, האָט עס מער אַ סימבאָלישן איידער אַ היסטאָרישן אינהאַלט. אין דער אמתן, האָט מען דעם ייִשובֿ, וועלכן ס׳איז באַשערט געווען זיך צעוואַקסן אין אַ כּרך, גענומען בויען נאָך פֿריִער, איידער מיט אַ יאָרהונדערט צוריק. דעם נאָמען גופֿא, תּל-אָבֿיבֿ, האָט עס באַקומען דווקא אַ ביסל שפּעטער. אָבער אין די פּסחדיקע טעג אין יאָר 1909 איז עפּעס יאָ פֿאָרגעקומען: מע האָט דעמאָלט צעטיילט זעכציק — אַ שאָק — ערד-חלקים. ס׳איז געווען פּסחדיק, דער צווייטער סדר, און עס האָט זיך געשניטן אויף אַ נײַעם, וועלטלעכן ריטואַל. צו וואַרפֿן גורל, האָט מען צונויפֿגעקליבן 60 ווײַסע און 60 גרויע ים-מושלען. אויף די ווײַסע האָט מען אָנגעשריבן די משפּחה-נעמען, און אויף די גרויע — די נומערן פֿון די חלקים. דערנאָך האָט מען געבעטן די קינדער (וואָס האָבן נאָך, אַ פּנים, ניט געקענט לייענען) זיי זאָלן צונויפֿפּאָרן די גרויע און ווײַסע מושלען. אַזוי איז בײַם ים געבוירן געוואָרן די שטאָט. לויטן דעמאָלטיקן געדאַנק, האָט עס געדאַרפֿט זײַן אַ שטאָט פֿון אַן ערך 30,000 תּושבֿים. אַזוי האָבן געפּריידיקט די טעאָרעטיקער פֿון "גאָרטן-שטעט"; קודם-כּל דער בריטישער שטאָט-פּלאַנירער עבענעזער (אבנעזר) האַוואַרד, וואָס האָט געזוכט ווי אַזוי אויסצוהיילן די מענטשהייט פֿון דער נטיה צו שאַפֿן ריזיקע אורבאַניסטישע קאָנגלאָמעראַטן. פּונקט אין יענע יאָרן האָט מען אין פֿאַרשיידענע עקן וועלט זיך אַרומגעטראָגן מיט האַוואַרדס טעאָריעס, וועלכע זײַנען געווען אין גאַנצן אַ יאָרצענדליק אַלט. זײַן פּראָגראַמאַטיש בוך איז אַרויס אין 1888 און אַן אַסאָציאַציע פֿאַר רעאַליזירן די פּראָגראַם איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1889. אין 1908 האָט מען עס געהאַלטן אין זינען בײַם אויסקלײַבן אַן אָרט פֿאַר דער נײַער אויסטראַלישער הויפּטשטאָט, קאַנבעראַ. אין 1909 איז אַ "גאָרטן-שטאָט", אָדער פּינקטלעכער אַ "גאָרטן-געגנט", געשאַפֿטן געוואָרן אין העלעראַו, דרעזדען. שטעט און געגנטן (אָפֿט מאָל פֿאָרשטעט), געבויט לויטן פּרינציפּ פֿון ניט אָפּרײַסן זיך פֿון דער נאַטור, האָבן זיך באַוויזן אין ענגלאַנד, שוועדן, קאַנאַדע, אַרגענטינע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. הקיצור, הגם תּל-אָבֿיבֿ האָט מען געבויט אויף זאַמד, האָט עס טעאָרעטיש געהאַט אַ גאַנץ פֿעסטן אינטערנאַציאָנאַלן יסוד. דער דאָזיקער טעאָרעטישער יסוד איז געווען, אין תּוך אַרײַן, אַן אוטאָפּישער, וואָס מע פֿילט באַזונדערס קלאָר ווען מע פּאַקט זיך אַרײַן, בפֿרט אין דער פֿרי צי סוף-טאָג, אין אַ שרעקלעכער טראַנספּאָרט-פֿאַרפּראָפּונג אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט. מיר זײַנען בײַ דעם ניט געווען און האָבן ניט געהערט זייער רייד, אָבער מע קען זײַן זיכער, אַז ניט דאָס זײַנען געווען אויסן די זעכציק (צי, אין דער אמתן, עטלעכע און זעכציק) משפּחות, וועלכע האָבן זיך צונויפֿגעקליבן צו וואַרפֿן גורל מיט אַ יאָרהונדערט צוריק. די אידעען פֿון "גאָרטן-שטעט" זײַנען געווען באַקאַנט אויך אין רוסלאַנד. לויט דעם דאָזיקן פּרינציפּ האָט מען פּלאַנירט, אַ שטייגער, די געגנט "סאָקאָל" אין מאָסקווע. אָבער שפּעטער האָט מען געקוקט קרום אויף אַזעלכע "בורזשואַזע" עקסצענטרישקייטן. בײַם בויען די ווײַט-מיזרחדיקע ייִדישע שטאָט, ביראָבידזשאַן, האָט מען, דאַכט זיך, ניט אַרײַנגעקוקט אין קיין ביכער וועגן "גאָרטן-שטעט". אָבער דער סוף איז, אַז אַזאַ באַשיידן אָרט ווי ביראָבידזשאַן איז איצט, אַ פּנים, מער צוגעפּאַסט צו דער אַלטער אורבאַניסטישער אוטאָפּיע, איידער דער כּרך תּל-אָבֿיבֿ. יאָ, גאָר פֿאַרשיידן זײַנען געווען די גורלות פֿון תּל-אָבֿיבֿ און ביראָבידזשאַן. דער ערשטער שטאָט איז באַשערט געווען צו פֿאַרנעמען אַ צענטראַל אָרט אין דער מאָדערנער געשיכטע, פּאָליטיק, קולטור און עקאָנאָמיע, בעת די צווייטע שטאָט איז קיין מאָל ניט אַרײַן אין דער קאַטעגאָריע פֿון וועלט-וויכטיקע — צי סתּם וויכטיקע — ערטער. אין ביידע שטעט האָט ייִדיש קיין מזל ניט געהאַט. אין ביראָבידזשאַן האָט מען עס, כּידוע, סטימולירט, אָבער דער סוף איז, אַז ייִדיש איז הײַנט פֿאַרבליבן דאָרטן נאָר אויפֿן שפּיץ מעסער. קיין סך ייִדיש איז ניטאָ אויך אין תּל-אָבֿיבֿ, כאָטש מיט דער מערכה פֿון ייִדיש באַשעפֿטיקן זיך אַ צאָל אינסטיטוציעס. די דאָזיקע אינסטיטוציעס רײַסן שטיקער איינע פֿון דער אַנדערער; מע קריגט זיך. און וואָס איז דער סוף? דעם 100-יאָריקן יובֿל באַגעגנט תּל-אָבֿיבֿ אָן אַן אייגענער ייִדישער אויסגאַבע. אַן אינטעלעקטועלער ייִדיש-לייענער האָט נאָר די ישׂראלדיקע אויסגאַבע פֿון "פֿאָרווערטס". מע מעג זאָגן, אַז קיין גרויסע פֿרייד כאַפּט ניט אַרום פֿון דעם געדאַקט, וואָס דער "פֿאָרווערטס" האָט ניט קיין קאָנקורענץ. אָבער לאָמיר מער ניט רעדן וועגן טרויעריקע זאַכן. לאָמיר האָפֿן, אַז די תּל-אָבֿיבֿער, און ישׂראלדיקע טוער פֿון און פֿאַר ייִדיש וועלן סוף-כּל-סוף אָפּשטעלן די קריגערײַ און אויסנוצן די באַפֿרײַטע ענערגיע מער פּראָדוקטיוו. זײַט געזונט און שטאַרק, די 100-יאָר-אַלטע שטאָט תּל-אָבֿיבֿ! Idn zainen zelbst shuldik fir veinik idish in BirobidzhanSubmitted by Srulik on Wed, 2009-04-15 18:22.
Di meistn idn hobn farlozt Biribidzhan un veiniker vi 5 toizend zainen geblibn dortn obvol ich denk az jeder ver voint in der Idisher Oitonomer Gegent iz a id, afile di pravoslavne rusn. Ober idish iz noch unterichtet in di shulen vi a tzveite shprach un afile di rusen lernen di shprach. Di vichtige zach iz az idish iz di tzveite ofitziele shprach in Birobidzhan un loitn gezetz idish kent nisht fulkum farshvinden dortn. |