אויף מײַן טעגלעכן פֿרימאָרגן־שפּאַציר מיט מײַן חבֿרטע ליליען, נעמט מען די גאַנצע וועלט אויפֿן צימבל. מיר גריבלען זיך אין פֿילאָסאָפֿיע, פּאָליטיק, עקאָנאָמיע, רעליגיע און פֿאַרשטייט זיך — ייִדישקייט. ליליען איז מײַן שכנטע שוין אַ קײַמא לן פֿון פֿיר יאָר. מיר האָבן אַ סך געמיינזאַמס. ערשטנס זײַנען מיר ביידע אויסגעוואַקסן אין רוסלאַנד. זי אין אַזערבײַדזשאַן און איך אין סאַראַטאָוו אויף דער וואָלגע. ביידע האָב מיר איבערגעלאָזט אונדזערע קינדער־יאָרן אין די־פּי לאַגערן אין אולם, דײַטשלאַנד.
ביידע האָבן מיר געהאַט די זעלבע לערער אין בית־ספֿר תּרבות, כאָטש מיר האָבן זיך נישט געקענט דעמאָלט. מיט איין וואָרט, אונדזער געשיכטע האָט פֿעדעם.
צווישן די טעגלעכע שמועסן האָבן מיר זיך הײַנט אָפּגעשטעלט אויף אידעאָלאָגיעס. זאָגט מיר ליליען: "זי האָט שטודירט אין קאַלעדזש. געדענקט זי אַ הערקוליען פֿילאָסאָפֿיע, וואָס טענהט, אַז יעדער אידעאָלאָגישער סיסטעם ווען ער דערגרייכט זײַן ענדציל, ווערט ער פֿאַרניכטעט פֿון זיך אַליין".
"דאָס איז אַן אינטערעסאַנטער געדאַנק", האָב איך זיך אָפּגערופֿן. עס האָט געומען פֿינף־און־זיבעציק יאָר פֿאַרן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד סיסטעם אויסצוציִען די קאָפּעטעס. דאָס הייסט עד כּאן אומרים בשבת הגדול. וואָס דאָס דערמאָנט מיך אין די לעקציעס וואָס ד״ר שמיר האָט אָפּגעהאַלטן ווען איך בין געגאַנגען אין קאַלעדזש. ער האָט אַנאַליזירט אידעאָלאָגיעס, און דער עיקר, דעם געבורט פֿון רעליגיעס. לויט זײַן שיטה איז אויסגעקומען, אַז יעדער רעליגיע, ווען זי קומט אויף, איז זי שיין און גוט, מענטשלעך און צוטריטלעך. עס פֿאַרענטפֿערט אַזוי פֿיל גײַסטיקע, רוחניותדיקע באַדערפֿענישן, און מען פֿילט זיך געשיצט. ווען די זעלבע אידעאָלאָגישע רעליגיע וואַקסט אַרויס פֿון די ווינדעלעך און קלײַבט זיך צו פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַן אינסטיטוציע: באַזעצט זיך אין לוקסוסדיקע געבײַדעס מיט אויסגעמאָלענע ווענט און בענק און הייליקע ביכער, און הייליקע טאַטעלעך, מיט כאָרן און אַן אָרגל; מ׳נעמט אָפּצאָל און מ׳זאָגט דיר דעות ווי זיך צו פֿירן לויט די אײַנגעשטעלטע נאָרמעס פֿון דער אינסטיטוציע, און מ׳פֿאַרבאָט דיר געוויסע טאַטן וואָס דײַן שׂכל־הישר דיקטירט; און מ׳ברענגט אַרײַן שׂינאה קעגן אַן אַנדערער רעליגיע, ווײַל דײַנע איז די עכטע, די אַכצן־קאַראַטיקע און יענע איז שקר־וכּזבֿ; מ׳כּשרט רצח און הריגה און מ׳פּסלט עסן פֿלייש פֿרײַטיק. און אין נאָמען פֿון דער אַמאָליקער, נײַ־געבוירענער אידעאָלאָגיע פֿאַרוואַנדלט זיך די אינסטיטוציע אין אַ ביוראָקראַטיע, און כאָטש זי איז אויסגעשפּילט, האָט זי נאָך אַ ביליאָן פֿאַרערער.
אַ פּאָר אַנדערע ביוראָקראַטישע אידעאָלאָגיעס האָבן אויך ביז אַהער פֿאַרערער און האָבן לגמרי פֿאַרגעסן די ערשטע געבורט־ווייען און די שיינע חלומות פֿון דער רעליגיע. פֿון דעם זײַנען מיר אַריבער צום קאַפּיטאַליזם און דעמאָקראַטיע. מיר האָבן ביידע באַשלאָסן, אַז די אידעאָלאָגיעס זײַנען אויך שוין געקומען צו זייער ענדציל. די אינסטיטוציעס מיט די ביוראָקראַטיעס זײַנען קאָרומפּירט. "וואָל־סטריט", די בערזע איז אַראָפּ אין ניוועץ. אינוועסטירער, ווי מיידאָף, האָבן אָנגעוווירן דעם צלם־אלוקים. קאָנגרעס־לײַט און סענאַטאָרן טוען אָפּ וואָס אין קאָרט שטייט; מ׳האַנדלט מיט סענאַטאָרישע בענקלעך, מ׳צאָלט נישט קיין שטײַערן, מ׳באַשעפֿטיקט אומלעגאַלע אימיגראַנטן. ריכטער נעמען כאַבאַר און שיקן אַוועק יונגוואַרג אין רעהאַביליטאַציע אַנשטאַלטן וווּ מ׳איזדיעקעוועט זיך איבער זיי. אַ "פּרעכטיקער" גובערנאַטאָר, וואָס טאַדלט און שטראָפֿט פּראָסטיטוציע־הײַזער, איז אַליין אַן אײַנגייער אין אַ שאַנד־הויז. ממש — סדום.
פֿרעגט זיך די פֿראַגע: האָט קאַפּיטאַליזם אויסגעשפּילט זײַן ראָל? די דעמאָקראַטיע קען נישט פֿאַרווישן גוואַנטאַנאַמאָ־ביי, צי דעם אַמאָליקן שקלאַפֿן־האַנדל, צי די אַמאָליקע און הײַנטיקע "סוועט־שאַפּס", וואָס מ׳געפֿינט איבערן לאַנד. פֿון דער דעמאָקראַטיע זײַנען נאָך פֿאַרבליבן דאָ און דאָרט שפּורן פֿון איר גלענצנדיקער טעאָריע און אידעאָלאָגיע; וועלן מיר זי קענען צוריקשלעפּן און געניסן פֿון איר? — ווער ווײַסט.
און איצט קומט מען צום ציוניזם. אַ שיינער חלום געווען. אַ טײַערער ענטפֿער אויף אונדזערע צרות. איז געקומען די ערשטע עליה און די צווייטע און מ׳האָט גענומען באַאַרבעטן די ערד, און די ערד האָט זיך צעבליט. מען האָט גענומען פֿון זיך אַראָפּוואַרפֿן דעם יאָך, צוזאַמען מיט דעם צוויי טויזנט יאָריקן גלות, אַרײַנגערעכנט די ייִדישע קולטור. מען האָט דעם ייִדישן עולם, וואָס האָט געשלעפּט דעם וואָגן פֿון ייִדישקייט, גענומען איבערקוואַליפֿיצירן. מען האָט גענומען בויען קיבוצים, אָבער נישט קיין ייִדיש־גײַסטיקע אַנשטאַלטן. געווען אונטער דעם אײַנדרוק, אַז די ערד און דער שניט וועט שוין אַלץ פֿאַרענטפֿערן. מען האָט זיך געהאַלטן אין איין שפּאַלטן אין פֿאַרשיידענע פּאָליטישע אידעאָלאָגיעס, און יעדע איינע פֿון זיי האָט זיך געבויט איר געבעט־הויז, איר כּנסת, איר בענקל, איר מאַכט און פֿאַרגעסן, אַז אָט קומען אָן די שארית־הפּליטה, ערשט אַרויס מיטן לעבן פֿון די געטאָס, די טויט־לאַגערן און שקלאַפֿן־לאַגערן. האָט יעדער אינסטיטוציע, יעדער פּאָליטישער און רעליגיעזער אַנשטאַלט גענומען זיי כאַפּן פֿאַר זיך — נישט ווי איין פֿאָלק, נישט ווי איין גורל, נישט ווי איין עם־ישׂראל — נאָר ווי די אַמאָליקע פּאַסטעכער וואָס האָבן געפֿיטערט יענעמס ווײַסע, שוואַרצע און פּאָפּעליאַטע שאָף און בײַם זון־פֿאַרגאַנג זײַנען זיי זיך צעגאַנגען. ישׂראל האָט זיך גענויטיקט אין עליה. אָבער נישט געזאָרגט און נישט פֿאַרזאָרגט די עולים.
אַנטקעגן וואָס איז עס מיר צו האַנט געקומען? אַנטקעגן דעם, וואָס מיט מיר לערנט מיט אַ טײַערער בחור, אַ ישׂראלדיקער בחור. ער קען ייִדיש און דאָס וואָס ער קען נישט, וועט ער זיך אויסלערנען. ס׳איז אַ פּראָפֿעסיע, וואָס מ׳לערנט זיך אַ סך מאָל ווען מען איז דערבײַ. האַקט ער מיר אַ טשײַניק מיט סאָציאַליזם און אַז סאָציאַליזם איז אַ ייִדישע זאַך. דער עיקר, דער מאַרקסיזם; קאַרל מאַרקסעס מאַניפֿעסט.
זאָג איך אים: "טײַערינקער! יעדער "יִזם" וואָס איז נישט געבויט אויף אַ ייִדישן פֿונדאַמענט האָט נישט קיין אַריכת־ימים; דער עיקר, בײַ אונדז".
זאָגט ער מיר: "ייִדישקייט קאָן נישט עקזיסטירן אָנעם סאָציאַליזם". זאָג איך אים:
"קוק אָן חבֿרהמאַן! דער קאָמוניזם איז געקומען צו אַ מיאוסן סוף. דער סאָציאַליזם, ווען ער פֿאַלט אַרײַן אין דער ביוראָקראַטיע, ווערט ער אויס קאַפּעליוש מאַכער. דעם ציוניזם האָט מען נישט אויפֿגעשטעלט אויף ייִדישע יסודות — און איך רעד דאָ נישט וועגן די פֿרומע — האָבן די קיבוצים באַנקראָטירט, און דער ציוניזם צאַנקט ווי אַן אידעאָלאָגיע".
רעד צו דער וואַנט. דער בחור איז אײַנגעשפּאַרט און קומט אַרויס פֿון יענע קרײַזן וווּ מען שטיצט זיך אַלץ אויף אַן אוטאָפּיע. ווײַל נאָך אַלעמען, ווי נאָר אַ יחיד צי אַן אינסטיטוציע הייבט אָן צו גראַבלען אין מזומנים, אין געלט הייסט עס, פֿאַרגעסט ער צי ער איז אַ סאָציאַליסט צי אַ ציוניסט, אַ דעמאָקראַט צי אַ רעפּובליקאַנער, אַ גאָטפֿאָרכטיקער צי אַ פֿרײַגעזאָגענער — געלט פֿאַרווישט אַיעדער אידעאָלאָגיע. ווײַל נאָך אַלעמען, מיר זײַנען נישט מער ווי בשׂר־ודמס. די קישקע פֿאָדערט, די אויגן ווילן, די אויערן ווערן פֿאַרטויבט. די הענט ציילן, די פֿיס פֿירן אַהין וווּ די אויגן און די קישקע פֿירט. איז ווען איז געבוירן געוואָרן די אידעאָלאָגיע?
איך ווייס, אַז מענטשן האָבן זיך אײַנגעשטעלט פֿאַר דער אידעאָלאָגיע. מען איז געגאַנגען אויף די באַריקאַדעס צוליב אַן אידעאָלאָגיע. אָבער האָט זיך עמעצער פֿאַרטראַכט ווער עס זיצט אויבנאָן בײַ דער שיסל און פּראַוועט מיט דער אידעאָלאָגיע? און ווער זײַנען די מענטשעלעך, וואָס שטעלן אײַן זייער לעבן פֿאַר דער אידעאָלאָגיע, וואָס האָט זיי פֿאַרראַטן. זיכער איז וויכטיק געווען אַראָפּצושמײַסן דעם צאַר. האָט די רעוואָלוציע געברענגט יושר? האָט די פֿראַנצויזישע רעוואָלוציע פֿאַרזאָרגט אירע קנעכטישע, אָפּגעריסענע, אָפּגעשליסענע המונים? האָט קאַסטראָ אָדער טשאַוועז געברענגט דעם אמתן גן־עדן און אויסגעלייזט זייערע פֿעלקער פֿון נויט?
איז דאָך דער רבי געווען גערעכט ווען דער יונגערמאַן איז געקומען צו אים צו לויפֿן מיט אַ וויי־געשרײַ:
"רבי לעבן! וואָס טוט מען? די וועלט איז דאָך אַזוי פּאַסקודנע, אַזוי ביטער און שלעכט, וווּ איז יושר?" האָט דער רבי אים אָנגעקוקט און געזאָגט: "ביסט גערעכט, מײַן קינד. טאָ גיי און מאַך איבער די וועלט".
איז דער יונגערמאַן אַנטלאָפֿן און ס׳האָט נישט גענומען לאַנג און דער פֿויגל איז דאָ צוריק.
"רבי! איך האָב פּרובירט, אָבער איך בין נישט בכּוח איבערצומאַכן די וועלט. בײַ אונדז אין שטעטל איז געפֿערלעך. ייִדן דערגייען זיך די יאָרן. מ׳שטייט אויס צרות איינער פֿון אַנדערן. וואָס טוט מען?". האָט דער רבי געזאָגט:
"ביסט גערעכט, מײַן קינד. טאָ גיי און מאַך איבער דאָס שטעטל".
איז דער יונגערמאַן אַנטלאָפֿן. ס׳איז נישט אַריבער קיין וואָך און ער איז דאָ צוריק:
"רבי! איך האָב פּרובירט. אָבער ס׳איז נישט געגאַנגען איבערצומאַכן דאָס שטעטל. און איך מוז אײַך זאָגן, אַז בײַ אונדז אין הויז, די משפּחה: נאָר מ׳שלאָגט זיך און נאָר מ׳אַמפּערט זיך. וואָס טוט מען?"
"טײַערינקער", האָט דער רבי אים אַן עצה געגעבן. "גיי און טו עפּעס מיט דער משפּחה. אפֿשר וועט עס דיר געלונגען!"
איז דער יונגערמאַן אַוועק און אָט איז ער באַלד דאָ צוריק.
"רבי! ס׳איז נישט אויסצוהאַלטן. איך קען נישט איבערמאַכן די משפּחה, און איך אַליין לײַד אַזוי פֿון דעם, וואָס עס איז אין ערגעץ נישטאָ קיין יושר".
האָט אים דער רבי אָנגעקוקט און געזאָגט:
"טײַערינקער! איך האָב פֿאַר דיר אַ גוטע עצה. גיי און מאַך זיך איבער קודם".
און דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. אפֿשר אַז מיר וועלן אַלע אַרבעטן איבער זיך, וועט די וועלט אפֿשר אויסזען מענטשלעך.
דערמיט וויל איך ווינטשן אַלע אונדזערע לייענער אַ כּשרן פּסח, אַ גוטן און פֿרײַלעכן יום־טובֿ.