שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

שוין אַכט חדשים וואָס איך האָב אַ חבֿרטע. דעם סוף־וואָך האָט זי גענעכטיקט בײַ מיר און געפֿונען ערגעץ פֿאַרשטעקט אין אַ ווינקל אין באָדצימער אַ פֿלעשל פֿרויען־פּאַרפֿום. מיט כּעס און טרערן האָט זי מיך באַשולדיקט אין זײַן נאָענט מיט אַנדערע פֿרויען. איך האָב איר געזאָגט דעם אמת — אַז דאָס פֿלעשל געהערט צו אַ פֿרוי, וועלכע איך האָב געקענט מיט אַ יאָר צוריק, און וואָס האָט איבערגעלאָזט עטלעכע זאַכן בײַ מיר אין וואַשצימער. איך האָב זיך נישט געכאַפּט, אַז די זאַכן זענען נאָך געבליבן דאָרטן. קאַרען איז אַוועק פֿון מײַן הויז מיט אַ געוויין און געזאָגט, אַז זי איז סײַ־ווי־סײַ אין כּעס אויף מיר, אַפֿילו אויב דאָס איז אמת, ווײַל זי קען נישט פֿאַרטראָגן דעם געדאַנק, אַז אַנדערע פֿרויען זענען געווען אין מײַן דירה פֿאַר איר. איך האָב ליב קאַרען, אָבער ווי דאַרף מען פֿאַרשטיין אַזאַ אויפֿפֿירונג? וואָס זאָל איך ווײַטער טאָן?

געטרײַער חבֿר


טײַערער געטרײַער חבֿר,

די זאַך וואָס שטעקט אונטער דער מעשׂה, הייסט — צוטרוי. איר דאַרפֿט זאָגן קאַרען, אַז איר וועט טאָן אַלץ מעגלעך, כּדי זי זאָל האָבן צוטרוי צו אײַך, אָבער זי מוז זײַן גרייט דאָס אָנצונעמען. אויב זי איז חושד אײַך אין עפּעס, דאַרף זי עס אײַך גלײַך פֿרעגן, און נישט באַשולדיקן. זאָגט איר, אַז איר האָט געהאַט חבֿרטעס פֿאַר איר, און אַז ס‘איז נישטאָ קיין סיבה, פֿאַרוואָס איר דאַרפֿט זיך פֿילן שלעכט צוליב דעם; זאָגט איר, אַז איר זענט גליקלעך, וואָס איר זענט צוזאַמען, און, אַז איר טראַכט נישט, ווער ס׳וועט זײַן נאָך איר... נאָך אַ זאַך — וואַרפֿט שוין אַרויס דעם פּאַרפֿום!


טײַערע חזנטע,

איך בין נישט פֿרום. צי דאַרף איך מיטגיין מיט מײַן פֿרוי צום סדר צו מײַנע שווער און שוויגער, אַפֿילו ווען די לשון־קודשדיקע ווערטער האָבן קיין שום באַטײַט פֿאַר מיר? איך וואָלט גיכער געוואָלט בלײַבן אין דער היים.

נישט פֿרום


טײַערער נישט פֿרום,

איר ווייסט שוין דעם ענטפֿער אויף דער פֿראַגע. עס גייט נישט נאָר אין רעליגיע — אַ סדר נעמט אַרײַן טראַדיציע, משפּחה און שלום־בית צווישן מאַן און ווײַב.


טײַערע חזנטע,

איך האָב געשפּילט די ראָלע פֿונעם שדכן און צונויפֿגעבראַכט מײַן ברודער מיט אַ מיטאַרבעטאָרין, ווײַל כ׳האָב באמת געטראַכט, אַז זיי וועלן זײַן אַ גוט פּאָרל. די ערשטע דרײַ וואָכן זענען אַדורך בשלום און דערנאָך, כ‘ווייס נישט פֿאַרוואָס, האָט ער באַשלאָסן, אַז ער האָט פֿאַרלוירן דעם אינטערעס צו קעלי — אַזוי הייסט דאָס מיידל. איצט הער איך תּמיד ווי קעלי באַרעדט מײַן ברודער פֿאַר די אַנדערע אַרבעטער אין אונדזער ביוראָ — אַז ער האָט זי אויסגעניצט, געזאָגט ליגנס; אַז ער איז בכלל אַ שלעכטער מענטש. איך ווייס וואָס ס‘איז צווישן זיי, אָבער דאָס מאַכט מיך שטאַרק אויפֿגעבראַכט. וואָס קען איך זאָגן, זי זאָל אויפֿהערן?

אַ שוועסטער וואָס האַלט אַן אויג אויף איר ברודער


טײַערע "שוועסטער וואָס האַלט אַן אויג אויף איר ברודער",

וואָס עס זאָל נישט האָבן געשען, איז דער פֿאַקט, וואָס קעלי רעדט שלעכטס אויף אײַער ברודער פֿאַר די מיטאַרבעטער, נישט שיין. איר דאַרפֿט זיך אַוועקזעצן מיט איר און איר זאָגן ווי עס טוט אײַך לייד, אַז אײַער ברודער האָט זיך נישט ריכטיק אויפֿגעפֿירט, אָבער, איר האָט אים פֿאָרט ליב און עס פֿאַרשאַפֿט ווייטיק צו הערן די רכילות. זאָל זי אײַנהאַלטן איר כּעס, אָדער וועגן דעם רעדן מיט די חבֿרטעס מחוץ דעם ביוראָ. אויב נישט, וועט זי, נישט אײַער ברודער, זײַן די שלעכטע.


טײַערע חזנטע,

פּסח איז שוין בײַ דער שוועל, און מײַנע זעקס קינדער האָבן פֿרײַ אַ וואָך. אַלע זענען צופֿרידן — אַחוץ מיר. מיך מאַכט עס משוגע. פֿאַר מײַנע קינדער מיינט פּסח — שול־וואַקאַציע. פֿאַר מײַן מאַן — צײַט צו פֿאַרברענגען מיט די קינדער, און גיין אין שיל. פֿאַר מיר מיינט פּסח — קאָכן, ראַמען, צוטראָגן. באַלד נאָך דעם ווי איך האָב געענדיקט מיט איין מאָלצײַט, זענען מײַנע קינדער שוין גרייט צו נאָך אַ מאָלצײַט. נישטאָ קיין אַנדער צײַט אין יאָר, כ‘זאָל זיך אַזוי פֿילן ווי אַ שקלאַף בײַ מײַן משפּחה און קיך. ווי קען איך האָבן בעסערע באַציִונגען צום יום־טובֿ פֿון פֿרײַהייט?

פֿאַרשקלאַפֿט


טײַערע פֿאַרשקלאַפֿטע,

איר דאַרפֿט געבן אײַערע קינדער און מאַן געוויסע אַרבעטן יעדן טאָג. גרייט צו אַ רשימה און ווײַזט אָן די נעמען פֿון די קינדער לעבן יעדער אַרבעט. זאָלן די קינדער זיך אויסבײַטן יעדן טאָג, מע זאָל האָבן מער הנאה. זאָלן זיי העלפֿן מיטן אַרויסטראָגן דאָס מיסט, קאָכן, וואַשן די טעלער, אָפּווישן דעם טיש און אַזוי ווײַטער. די ייִדישע שקלאַפֿן אין מצרים האָבן אויך געדאַרפֿט העלפֿן איינער דעם אַנדערן בײַם בויען די פּיראַמידן — קענט איר אַוודאי ניצן די הילף פֿון אײַערע קינדער אין אײַער קיך. אַ כּשרן און זיסן פּסח!

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024