דאַכט זיך מיר, אַז יעדן פּסח זע איך אַלץ מער זיסוואַרג אינעם פּסחדיקן אָפּטייל פֿון געשעפֿט, אָבער בדרך־כּלל איז עס נישט נערעוודיק און נישט באַטעמט.
וואָס זשע טוט מען, אַז די משפּחה האָט פֿאָרט ליב צו נאַשן? מאַכט מען אַ זיסן פֿרוכט־געבעקס, אויפֿן סמך פֿונעם רעצעפּט אונטן. ס׳איז פּאַרעווע, אַזוי אַז איר קענט עס דערלאַנגען צום טיש ווי אַ דעסערט נאָך אַ פֿליישיקן מאָלצײַט. אָבער לויט מײַן מיינונג, איז עס נאָך מער געשמאַק מיט אַ גרויסן לעפֿל צעקלאַפּטן שמאַנט (whipped cream) אָדער אײַז־קרעם.
שפּריצבוימל
3 אייער
3/4 טעפּל צוקער
1/4 טעפּל בוימל
3/4 טעפּל מצה־מעל
2 לעפֿל קאַרטאָפֿל־מעל (potato starch)
6—8 טעפּלעך אָפּגעשיילטע רעפֿטלעך עפּל, באַרן און טרוסקאַפֿקעס
1 לעפֿעלע צימערינג
הייצט אָן דעם אויוון אויף 350 גראַד. באַשפּריצט אַ קליינעם בעקן מיט שפּריצבוימל.
צעקלאַפּט די אייער מיטן צוקער. גיט צו דעם בוימל, מצה־מעל און קאַרטאָפֿל־מעל, און מישט עס גוט אויס.
לייגט אַרײַן די פֿרוכט־רעפֿטלעך אין בעקן, און באַשיט זיי מיט ס׳רובֿ פֿונעם צימערינג. באַגיסט די רעפֿטלעך מיטן טייג, און באַשיט מיטן איבעריקן צימערינג.
באַקט עס ביז דאָס טייג ווערט סאָליד און ברוינלעך, בערך 45 מינוט.