ישׂראל, קהילה־לעבן
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער קאַלטער ווינטער איז שוין פֿאַרבײַ און דער פֿרילינג איז שוין בײַ אונדז אין פֿולן שוווּנג.

"הניצנים ניראו באָרץ, עת הזמיר הגיע וקול התּור נשמע באַרצנו" — וואָרעם זע: דער ווינטער איז אַריבער. דער רעגן איז פֿאַרגאַנגען, און די בלומען האָבן זיך באַוויזן אין לאַנד, די צײַט פֿון געזאַנג איז געקומען, און דער קול פֿון טורקלטויב לאָזט זיך הערן אין אונדזער לאַנד (תּרגום יהואש).

די מאָלערישע, בילדערישע שילדערונגען, ווי עס ווערט געבראַכט אין "שיר־השירים ב', י"ב, וואָס זענען פֿאַרפֿאַסט געוואָרן מיט טויזנטער יאָרן צוריק, רופֿן נאָך אַלץ, יעדעס יאָר אין דער צײַט אַרויס אונדזער באַוווּנדערונג און אַנטציקונג.

אַחינו־בני־ישׂראל צעפּראַלן זייערע פֿענצטער און טירן און לאָזן אַרײַן אין זייערע הײַזער די וואַרעמע זונענשטראַלן פֿון דעם פֿרילינג.

דער הײַיאָריקער פֿאַרגאַנגענער ווינטער איז אין ישׂראל געווען אַ בצורת — אַ טריקעניש. עס זענען געפֿאַלן ווייניק רעגנס. דעם כּנרת, וואָס מיר רופֿן עס אַ ים, איז אייגנטלעך אַן אַגם, אַ גרויסע אָזערע אין צפֿון פֿון לאַנד, וואָס באַקומט אירע וואַסערן אין די ווינטער־חדשים פֿון די רעגנס, זעלטענע שנייען אויף די בערג פֿון גולן און חרמון, און פֿון דער צאָל טײַכן און צופֿלוסן, וואָס פֿאַלן אַרײַן אין דעם ירדן־טײַך, וואָס ברענגט זײַנע וואַסערן אין דעם כּנרת אַרײַן.

אָבער ווען דער ירדן באַקומט ניט גענוג וואַסערן אין אַ שנת־בצורת — אין אַ טרוקענעם יאָר, פֿאַלט דער וואַסערפֿלאַך פֿון כּנרת אַרונטער און אירע ברעגעס ווערן אײַנגעשרומפּט. זי איז שוין ניט אַזוי ראָמאַנטיש און שיין, ווי עס האָבן זי באַזונגען די דיכטערינס רחל און נעמי שמר (שעמער). מיר אַלע קענען און זינגען דאָס באַליבטע ליד "ואולי" פֿון רחל א"אַנד.

דער כּנרת איז די גרויסע אײַנזאַמלונג אין לאַנד פֿון זיסן וואַסער פֿון וועלכן די לאַנדווירטן געניסן צו באַוואַסערן זייערע פֿעלדער, גערטנער, פּרדסים און פֿלאַנצן בכלל. אויך די באַפֿעלקערונג געניסט פֿונעם כּנרת־וואַסער פֿאַר אירע טאָג־טעגלעכע באַדערפֿענישן.

די הײַיאָריקע טריקעניש האָט גורם געווען גרויסע שאָדנס און האָט פֿאַרמינערט דעם וווּקס פֿון די גערעטענישן אין דער לאַנדווירטשאַפֿט. ווי עס ווערט געמאָלדן: כּמעט אַ פֿערטל פֿון די לאַנדווירטן שטייען אויפֿן שוועל פֿון פּשיטת־רגל — באַנקראָט. זיי טענהן, אַז זיי וועלן ניט זײַן אימשטאַנד צוריקצוקערן די הלוואָות, וואָס זיי האָבן באַקומען פֿון די בענק אין דעם פֿאַרגאַנגענעם האַרבסט.

דער איצטיקער, עקאָנאָמישער קריזיס, וואָס הערשט אין דער וועלט בכלל, האָט אויך דערגרייכט די ישׂראל־עקאָנאָמיע. אַ גרויסער פּראָצענט פֿון דער אינדוסטריע, קאָמערציעלע אונטערנעמונגען, "הײַטעק"־פֿאַבריקן און אַפֿילו קולטור־געזעלשאַפֿטלעכע אַנשטאַלטן זענען געווען געצוווּנגען צו קינדיקן אַ טייל פֿון זייערע אַרבעטער און אָנגעשטעלטע און די צאָל אַרבעטלאָזע איז שטאַרק געוואַקסן איבערן לאַנד. איבער אַ מיליאָן און אַ האַלב פֿון דער באַפֿעלקערונג געפֿינט זיך אונטער דער אָרעמקייט־ליניע.

די פּרעסטיזשפֿולע צײַטונג "האָרץ" האָט מיט עטלעכע טעג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון אַן אַנקעטע, וואָס דער פֿאַרבאַנד פֿאַר קאָנסומציע האָט געמאַכט צווישן 453 מענער און פֿרויען, בשײַכות צו זייערע פּלענער פֿאַר דעם יום־טובֿ פּסח. די ענטפֿערס זענען ניט געווען קיין פֿריילעכע, נײַערט גאַנץ באַדויערנדיקע. דאָס קעפּל איבערן באַריכט האָט שוין בולט אָפּגעשפּיגלט דעם איצטיקן מצבֿ אין לאַנד.

"יהיה לנו פּסח מקוצץ" — מיר וועלן האָבן אַן אָפּגעהאַקטן, אָפּגעשניטענעם פּסח: "פּחות מוזמנים לסדר, פּחות מתּנות ופּחות חופֿשות" — ווייניקער אײַנגעלאַדענע געסט צום סדר, ווינציקער מתּנות און ווינציקער וואַקאַציע־טעג אין לאַנד און אַוודאי אין אויסלאַנד.

נאָך עטלעכע דערדריקנדיקע פּרטים:

20% פֿון די געפֿרעגטע האָבן דערקלערט, אַז הײַיאָר וועלן זיי בײַשטײַערן ווינציקער פֿאַר נויט־באַדערפֿטיקע, 18% האָבן געענטפֿערט, אַז זיי וועלן שנײַדן די נייטיקע מאַטעריאַלן וואָס זענען וויכטיק כּדי צו רייניקן דאָס הויז, 39% וועלן ניט קויפֿן קיין נײַע מעבל לכּבֿוד דעם יום־טובֿ. אַדוואָקאַט ירון לעווינזאָן, לייטער פֿון דעם קאָנסומאַציע־פֿאַרבאַנד, האָט אָנגעוויזן אין דעם באַריכט, אַז דער אַלגעמיינער עקאָנאָמישער קריזיס רופֿט זיך צו ערשטן אָפּ אויף די אָרעמע קאָנסומענטן, און דערנאָך גרייכט עס אויך דעם מער פֿאַרמעגלעכן מיטלשטאַנד פֿון דער באַפֿעלקערונג אין לאַנד.

הײַנט אין דער פֿרי, ווען איך שרײַב דעם דאָזיקן "בריוו פֿון ירושלים" איז געמאָלדן געוואָרן אין דער פּרעסע און אַנדערע מיטלען, אַז דער נײַ־דערוויילטער פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, האָט באַפֿוילן צו פֿאַרגרעסערן דעם בודזשעט פֿאַר די אָרגאַניזאַציעס וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט צוטיילן שפּײַז־פּאַקעטן צו די אָרעמע, צו דערמעגלעכן זיי צו פּראַווען דעם סדר כּהילכתו — ווי עס דאַרף צו זײַן. לויט ווי עס האָט אָנגעוויזן דער וווילזײַן־מיניסטער יצחק הערצאָג, נייטיקן זיך אַ פֿערטל מיליאָן משפּחות אין לאַנד אין דער דאָזיקער שטיצע צוליב זייער שווערער עקאָנאָמישער לאַגע, און זיי וועלן זיך נייטיקן אין דער דאָזיקער שטיצע, אויך נאָך די יום־טובֿים. "יש אַנשים רעבֿים בישׂראל" — עס זענען דאָ הונגעריקע מענטשן אין ישׂראל, האָט אונטערגעשטראָכן, נאָך אַ מאָל, דער וווילזײַן־מיניסטער יצחק הערצאָג.

* * *

פּונקט אַזוי ווי דער צוזאַמענשטעל פֿון דער באַפֿעלקערונג אין לאַנד וואָס באַשטייט פֿון פֿאַרשיידענע עדות, שבֿטים און עטנישע גרופּעס, אַזוי איז אויך פֿאַרשיידן דער סאָציאַל־עקאָנאָמישער מצבֿ פֿון יעדער איינער פֿון זייערע משפּחות.

באַזונדערס קומט עס צום אויסדרוק אין די הכנות צו דעם יום־טובֿ־פּסח. קרובֿ צו אַ מיליאָן פֿון די ייִדישע אײַנוווינער אין ישׂראל זענען אין דעם עלטער פֿון 65 יאָר און העכער. ווי געזאָגט, געפֿינט זיך אַ דריטל פֿון זיי אונטער דער אײַנגעשטעלטער אָרעמקייט־ליניע, וואָס מיינט, אַז זיי לעבן אין דוחק און אַז זיי האָבן ניט די פֿינאַנציעלע מיטלען זיך אײַנצושאַפֿן די נייטיקע שפּײַז־פּראָדוקטן צו פּראַווען דעם יום־טובֿ. אין די וואָכעדיקע טעג, עסן אַ טייל פֿון זיי, זייערע מאָלצײַטן אין "בתּי־תּמחוי" — אין גאָרקיכן, אָבער יום־טובֿ זענען זיי פֿאַרמאַכט. און אויב זיי זענען עלנט, אָן קרובֿים און נאָענטע, משפּחה, בלײַבן זיי אויסגעשטעלט צו הונגערן און צו דעם חסד פֿון שכנים, אָדער געוויסע סאָציאַלע אינסטיטוציעס.

אין די לעצטע וואָכן האָבן מיר געזען אויף די טעלעוויזיע־עקראַנען לאַנגע רייען פֿון נויט־באַדערפֿטיקע, וועלכע האָבן זיך ניט געשעמט צו שטופּן פֿאָרויס, זיי האָבן פֿאַרלוירן די בושה צו שטיין אין ריי צוזאַמען מיט אַנדערע אָרעמע־לײַט, און אויסשטרעקן זייערע הענט צו באַקומען אַ שפּײַז־פּאַקעט.

מתּן־בסתר אויך בײַ אונדז אין ישׂראל

באַשרײַבנדיק די אויבנדערמאָנטע, ווייטיקלעכע שילדערונג, איז מיר געקומען אויפֿן זכּרון דער אַקט פֿון "קימחא דפּיסחא" — שטיצע פֿאַר אָרעמע, ערבֿ־פּסח, זיי זאָלן האָבן אויף מצה, אין מײַן געבוירנשטעטל זשעטל.

איך האָב זיך דערמאָנט, ווי גלײַך נאָך פּורים, ווען אין דרויסן האָבן נאָך געבושעוועט די בייזע ווינטן און פֿרעסט, פֿלעגט חײַקע די ביעליקיער, אַזוי האָבן זי אַלע גערופֿן אין שטעטל, אָנהייבן איר אייגענע, יערלעכע קאַמפּאַניע צו העלפֿן אָרעמע משפּחות מיט מעל פֿאַר מצות און שאר־ירקות. זי האָט געפֿירט אין געהיים אַ רשימה פֿון די משפּחות וואָס האָבן ניט געהאַט די מיטלען אײַנצוקויפֿן מצות און אַנדערע באַדערפֿענישן. קיינער האָט ניט געוואַגט זי צו פֿרעגן, פֿאַר וועמען זי קלײַבט צדקה, געניצטע מלבושים, שיך און אַנדערע זאַכן.

מתּן־בסתר — דאָס געבן הילף און צדקה, אַז קיינער זאָל ניט וויסן פֿון איר ווער עס באַקומט, האָט חײַקע געהאַלטן ווי אַ הייליקער נדר. און זי האָט אים קיין מאָל ניט געבראָכן.

פּונקט אַזוי האָט קיינער ניט געוווּסט פֿאַר וועמען זי קלײַבט יעדן פֿרײַטיק אינדערפֿרי חלות אויף שבת.

בײַ אַ גרויסער צאָל משפּחות אין שטעטל האָט געהערשט דער דלות און הונגער, און זיי האָבן געליטן זייער בידנע דאָליע אין דער שטיל. כאָטש "אָרעמקייט איז ניט קיין שאַנד", פֿלעגט מען זאָגן, אָבער קיינער האָט ניט געוואָלט דערציילן וועגן דעם זייערע שכנים און באַקאַנטע. "עס האָט ניט געפּאַסט צו זײַן אָרעם", עס קען נאָך, חלילה, שאַטן צו אַ שידוך פֿון אַ טאָכטער אָדער פֿון אַ זון אין דער משפּחה...

נאָר אַ דאַנק אַזעלכע צדקניות ווי חײַקע די ביעליקיער אין זשעטל און אין אַנדערע שטעטלעך אין מיזרח־אייראָפּע, האָבן די אָרעמע משפּחות געקענט פּראַווען דעם פּסחדיקן סדר טאַקע ווי עס דאַרף צו זײַן.

און בײַ אונדז אין ישׂראל?

בײַ אונדז אין לאַנד געשען נאָך אויך אַזעלכע נאָבעלע און גוטהאַרציקע פֿאַלן פֿון מתּן־בסתר, ווען מענטשן שטיצן נויט־באַדערפֿטיקע אין געהיים, און זיי ווילן ניט, אַז מען זאָל וויסן און דערמאָנען זייערע נעמען, מען רופֿט עס "בעילום־שם" — אינקאָגניטאָ — אויסבאַהאַלטן דעם נאָמען.

אַזאַ זעלטענער פֿאַל איז באַשריבן געוואָרן, מיט עטלעכע וואָכן צוריק אין אַ ישׂראל־צײַטונג אונטערן קעפּל "יש עוד לבֿ חם באָרץ" — אַז עס איז נאָך אַלץ פאַראַן דאָס וואַרעמע ייִדישע האַרץ אין לאַנד.

עס ווערט דאָרט דערציילט וועגן אַ יונג פּאָרפֿאָלק וואָס האָט באַשלאָסן גלײַך נאָך דער חתונה אַוועקצוגעבן זייערע געלט־מתּנות, וואָס זיי האָבן באַקומען פֿון די געסט און קרובֿים צו 30 אַלטע אָרעמע־לײַט, זיי זאָלן האָבן אַ פֿרלייעכן יום־טובֿ. 20 טויזנט שקלים האָבן זיי באַקומען אין טשעקן און פֿאַר דער גאַנצער סומע האָבן זיי אײַנגעקויפֿט, לויט אַ רשימה וואָס זיי האָבן באַקומען פֿון דעם וווילשטאַנד־אַמט בײַ דער שטאָט־מוניציפּאַליטעט, שפּײַז־פּאַקעטן און זיי פֿאַרטיילט דירעקט פֿון סופּערמאַרק צו נויט־באַדערפֿטיקע אין שטאָט. זיי האָבן אויך בײַגעשטײַערט סומעס פֿאַר אָרעמע סטודענטן, פֿאַר קראַנקע און שפּיטעלער פֿון שטאָט און אַנדערע וווילטעטיקע אַנשטאַלטן.

דער ראָש־העיר פֿון דער שטאָט רמת־השרון, וווּ דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק האָט זיך באַזעצט, האָט, דערוויסנדיק זיך וועגן דעם דאָזיקן נאָבעלן אַקט, זיי האַרציק באַדאַנקט אין נאָמען פֿון דער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג, און אויסגעדריקט דעם וווּנטש, אַז אַזעלכע זשעסטן און זאָרג פֿאַר אָרעמע, נויט־באַדערפֿטיקע זאָלן זיך מערן, און זיי זאָלן דינען ווי אַ מוסטער פֿאַר אַ סך אַנדערע מענטשן אין לאַנד.