|
דער ייִדישער מוזיי אין ווילניוס (סטראַשון ג׳ 6) |
|
פֿאַרקירצטע יאָרן זײַנען באַשערט געווען דעם וויכטיקן קולטור־אַנשטאַלט. ניט באַוויזן עפֿענען דעם אַרײַנגאַנג פֿאַרן עולם, ווי פֿון מאָסקווע איז אָנגעקומען אַ פֿאַרבאָט־באַפֿעל. ווי באַוווּסט, האָבן די סטאַליניסטישע אינקוויזיטאָרן פֿון 1948 אָן גענומען ליקווידירן די ייִדישע קולטור און אירע טרעגער. כאָטש עס זײַנען פֿאַרבײַ 60 יאָר, קען איך ניט פֿאַרגעסן יענעם טראַגישן מאָמענט.
אין האַרבסט 1949, ווען איך בין געגאַנגען אַהיים פֿון ווילנער אוניווערסיטעט (איך בין דאַן געווען אַ סטודענט פֿון 2טן קורס פֿון עקאָנאָמישן פֿאַקולטעט), האָט מיך פּלוצעם אָפּגעשטעלט דער דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן מוזיי, יעקבֿ גוטקאָוויטש (ווילנע, 1909 — ניו־יאָרק 1982). אַ צעכראַסטעטער, מיט אַ ציטערדיקער שטימע האָט ער אויסגעשריִען: "טײַערער מײַנער, אויס וועלט. דאָס אָנשיקעניש אויף ייִדישקייט איז שוין דערגאַנגען צו ליטע. מען האָט פֿאַרמאַכט דעם מוזיי און געהייסן צו ‘פֿאַרניכטן דעם אוניקאַלן פֿאָנד’. איך בין שוין אַן אַרבעטסלאָזער!"
דער שרײַבער און געוועזענער פּאַרטיזאַנער שמריהו קאַטשערגינסקי (ווילנע, 1908 — אַרגענטינע 1954) האָט באַריכות באַשריבן אין זײַן בוך "צווישן האַמער און האַמער־סערפּ" (פּאַריז, 1949), ווי דער מוזיי איז אויפֿגעקומען. ער און נאָך אַנדערע אינטעלעקטואַלן האָבן אײַנגעלייגט וועלטן צו באַקומען אויף דעם אַ דערלויבעניש. ש. קאַטשערגינסקי איז נאָמינירט געוואָרן ווי דער דירעקטאָר. דער קליינצאָליקער קאָלעקטיוו האָט זיך מיטן גאַנצן אימפּעט אַרײַנגעוואָרפֿן אין דער נאַציאָנאַל־וויכטיקער אַרבעט. מיט עקשנות געזוכט איבער גאַנץ ליטע די פֿאַרוואַלגערטע ייִדישע ביכער און קונסטווערק. כּדי נאָרמאַל צו פֿונקציאָנירן האָט דער מוזיי זיך זייער גענייטיקט אין אונטערשטיצונג. דאַקעגן האָבן די שטיינהאַרציקע מאַכטהאָבער, אַנשטאָט הילף, געשטעלט פֿלעקענער אין די רעדער. אָט ווי דער מחבר שילדערט די לאַגע אין איר גאַנצער האַרבקייט.
|
בײַם אידענטיפֿיצירן די מאַטעריאַלן אין מוזיי, פֿון רעכטס: אַבא קאָוונער, עליע גאָרדאָן, א. סוצקעווער, ע. גערשאַטער, אַהרן קושניראָוו און ש. קאָוואַרסקי |
|
"...איך האָב זיך שוין געדאַרפֿט איצט באמת היטן. איך האָב געפֿילט, אַז לענגער קען אַזוי ניט גיין. בכלל צו פֿיל דרייען אַ קאָפּ די מאַכט־אָרגאַנען וועגן ייִדישע ענינים ווערט באַטראַכט ווי אַ שעדלעכער נאַציאָנאַליזם. איך האָב דערפֿילט, אַז עס איז ניטאָ וואָס צו טאָן פֿאַר קיין ייִדישע קולטור־טוער אין אונדזער טײַערער ווילנע. די ייִדישע שרײַבער איז מען מזכּה פֿון צײַט צו צײַט מיט אַן איבערזעצונג אויף ליטוויש. דאַקעגן, די ליטווישע שרײַבער, צווישן זיי אַ גרויסער טייל, וועלכע האָבן געדינט די נאַצישע אָקופּאַנטן, זײַנען געוואָרן גאַנצע מיוחסים". ש. קאַטשערגינסקי האָט מער ניט געקענט אויסהאַלטן די אַטמאָספֿער פֿון ייִדן־דיסקרימינאַציע און איז אָנהייב 1946 אַריבערגעפֿאָרן קיין פּוילן.
דעם דירעקטאָר־פּאָסטן האָט איבערגענומען יעקבֿ גוטקאָוויטש, וועלכער האָט זיך דאַן דעמאָביליזירט פֿון דער רויטער אַרמיי. דער קאָלעקטיוו פֿון מוזיי האָט זיך באַמיט, ווי ווײַט מעגלעך, צו באַגיין זיך מיט אייגענע כּוחות, זיך ניט וואַרפֿן אין די אויגן. אַ וויכטיקע פּאַסירונג פֿון יענעם פּעריאָד האָט זיך אײַנגעקריצט אין מײַן מוח. אין האַרבסט 1947 איז אין ווילנער מוזיי פֿאָרגעקומען אַ היסטאָרישער צונויפֿטרעף פֿון דעם פּראָמינענטן שרײַבער איליאַ ערענבורג מיט די ווילנער ייִדן. הגם אין ערגעץ איז עס ניט געווען געמאָלדן, האָט זיך אַהין אַ לאָז געטאָן אַ גרויסער עולם. דער קליינער זאַל פֿון מוזיי האָט נאָר אַרײַנגענומען עטלעכע הונדערט מענטשן. אונדז, די אָפּגעגליקטע, איז אויסגעקומען די גאַנצע צײַט שטיין צונויפֿגעדריקטערהייט. אויף דער סצענע איז געזעסן איליאַ ערענבורג און זײַן סעקרעטאַר. אין סאַמע אָנהייב האָבן זעקס געוועזענע פּאַרטיזאַנער אויפֿגעזונגען דעם הימען פֿון די ייִדישע פּאַרטיזאַנער "זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג". אין זײַן עמאָציאָנעלער רעדע האָט איליאַ ערענבורג דערציילט וועגן די פֿאַרטיליקטע ייִדישע ייִשובֿים אין דער חורבן־תּקופֿה.
|
ש. קאַטשערגינסקי צווישן די אָפּגעראַטעוועטע סקולפּטורן, בילדער, צײַטונגען און פּלאַסטישן פּלאַן פֿון ווילנער געטאָ |
|
נאָך איין פּערזענלעכער עפּיזאָד. דער האַרציקער מענטש און הייסער ייִד יעקבֿ גוטקאָוויטש פֿלעגט מיר ניט־אָפֿיציעל אויסלײַען פֿון מוזיי־פֿאָנד די "אַלגעמיינע ייִדישע ענציקלאָפּעדיע". מיר דאַכט זיך, אַז פֿון לייענען דאָס ווערק האָט זיך אָנגעהויבן מײַן "ייִדישער אוניווערסיטעט".
הכּלל, אין בנין פֿון דער אַמאָליקער סטראַשון־ביבליאָטעק האָט געפֿונען אַ מקום־מיקלט אַלץ וואָס איז אָפּגעראַטעוועט געוואָרן פֿון נאַציסטישן פֿײַער. נאָכן שליסן דעם ווילנער מוזיי האָט דער פֿאַרברעכערישער סאָוועטן־רעזשים פֿאַראָרדנט אַרויספֿירן אין אַ הינטערשטאָטישער פּאַפּיר־פֿאַבריק זײַנע ליטעראַטור־אוצרות. דאָ האָט מען געהאַט בדעה אויסצונוצן די ביכער ווי אַ מאַקולאַטור־מאַטעריאַל. ווידער האָבן די ביכער פֿון היסטאָרישער ווערט געזאָלט פֿלאַקערן אויף אַ שײַטער. דאָס מאָל האָט דאָס ניט דערלאָזן דער דעמאָלטיקער דירעקטאָר פֿון דער רעפּובליקאַנישער ביכער־פּאַלאַטע, דער נאָבעלער ליטווינער אַנטאַנאַס אולפּיס. אָבער דאָס איז, ווי די ליטעראַטן זאָגן, אַ באַזונדערע טעמע פֿאַר זיך.