מיר זײַנען שוין געוווינט, אַז אין די שלאַבערדיקע הייסע זומער־חדשים, ווען די פּאָליטיק (אויב עס ברעכט נישט אויס קיין מלחמה) געפֿינט זיך לרובֿ אויף "וואַקעישן" — באַלעוועט געוויינטלעך די געזעלשאַפֿטלעכע הפֿקרות. זי איז אָבער זעלטן ווען געווען אַזוי אינטענסיוו און האָט זעלטן ווען דערגרייכט אַזאַ "הויכע" מדרגה, ווי אין די איצטיקע טעג, אין וועלכע עס ווילדעוועט דער ברוטאַלער כוליגאַניזם אינעם ייִדישן לאַנד. און דאָס געשעט איצט, ווען די רעגירונג פֿון ישׂראל פֿאַרלאַנגט פֿון די פּאַלעסטינער און פֿון די אָראַבישע שכנים זיי זאָלן אָנערקענען דעם ייִדישן כאַראַקטער פֿון מדינת־ישׂראל, ווי אַן אולטימאַטיוון באַדינג צום באַנײַען מיט זיי די פּאָליטישע געשפּרעכן.
די געשעענישן פֿון די לעצטע טעג האָבן פּשוט "פֿאַרשעמט" דעם זשורנאַליסטישן באַגריף "אוגערקע־סעזאָן", וועלכן מען שרײַבט, געוויינטלעך, צו די זומער־חדשים פֿון יוני ביז אויגוסט, וואָס זײַנען "באַשטימט" פֿאַר דער קרימינעלער כראָניק — פֿאַר סעריאַלע פֿאַרברעכנס, דערונטער אויך פֿאַר געלעגנהייטלעכע מלחמות. דאָס מאָל האָט זיך אָבער אויך די פּאָליטיק צוגעשטעלט צו דער קאָמפּאַניע, מיטן צוויי־טאָגיקן באַזוך פֿון דעם עגיפּטישן פּרעזידענט מובאַראַק בײַם פּרעזידענט אָבאַמאַ אין וואַשינגטאָן, ווי אַ פֿאָרשפּיל צו דער באַנײַונג פֿון דער אָנגעזאָגטער אינטענסיווער פּאָליטישער אַקטיוויטעט אין סעפּטעמבער, און האָט אויפֿגעוועקט פֿון זײַן זומערדיקן דרימל דעם רעכטן פֿראָנט אין ישׂראל און אין וואַשינגטאָן קעגן אָבאַמאַ און זײַנע "געפֿערלעכע" כּוונות.
צו די מערערע מאָרד־פֿאַלן פֿון די פֿריִערדיקע וואָכן זענען אין די לעצטע טעג צוגעקומען עטלעכע נײַע מאָרד־פֿאַרברעכנס, דערונטער פֿון צוויי צעשניטענע קערפּערס, וואָס זײַנען געפֿונען געוואָרן איינער אין אַ ברענענדיקן מיסט־קאַסטן, און דעם אַנדערנס קערפּער־טיילן — אין אַ טײַכל. דעם לעצטן מוצא־שבת איז געשען דער שוידערלעכער לינטש פֿון אַן אומשולדיקן — כאָטש אַלע קרבנות פֿון מאָרד זײַנען אומשולדיק — מאַנסביל, וואָס האָט זאָרגלאָז שפּאַצירט מיט זײַן פֿרוי און טאָכטער בײַם ברעג פֿון ים אין תּל־אָבֿיבֿ, און איז באַפֿאַלן און אכזריותדיק צעשלאָגן געוואָרן מיט שטעקנס און פֿויסטן ביז טויט דורך אַ באַנדע פֿון צען שיכּורע דורכגייער. אַכט פֿון זיי זענען אַראַבישע יונגען פֿונעם דאָרף דזשולדזשוליע און צוויי ייִדישע מיידלעך — אַ 19־יאָריקע זעלנערקע פֿון כּפֿר־סבא און איר ייִנגערע, 17־יאָריקע חבֿרטע פֿון פּתח־תּקווה.
אַלע פֿון אָט דער כוליגאַנישער חבֿרה זײַנען פֿון אָנשטענדיקע, ווי מ’זאָגט, פֿרידלעכע היימען. די אַראַבישע יונגע־לײַט, כּמעט אַלע פֿון דער זעלבער קרובֿים־משפּחה, האָבן זיך געלאַנגווײַליקט אין זייער דאָרף און זײַנען געקומען זיך אָנטרינקען ביז שיכּור און זיך פֿאַרווײַלן אין דער גרויסער שטאָט. די צוויי ייִדישע "פּראָבלעמאַטישע" מיידלעך — אויך זיי פֿון אָנשטענדיקע משפּחות, האָבן זיך "פֿאַרפּלאָנטערט" אין סמען, געוואָלט פֿאַרברענגען און זיך געלאָזט פֿאַנגען פֿון יונגען, וואָס האָבן געזוכט "עמאָציעס" און זיך געלאָזט וווילגיין...
מיר ברענגען די דאָזיקע פּערזענלעכע פּרטים ווי אַן אילוסטראַציע פֿאַר דער מ’שטיינס־געזאָגטער "אוניווערסאַלקייט" פֿון דעם פֿאַרברעכן און פֿון דער פֿאַרברעכן־פּראָבלעם. מיט אַ געוויסער צײַט צוריק, ווען מ’האָט געפֿאָרשט אַ יונגן ייִדישן בחור, הלמאַי ער האָט דערמאָרדעט אַ היימלאָזן, האָט ער געענטפֿערט: סתּם. סתּם אַזוי.
אָט אין דעם "סתּם אַזוי" ליגט דער קערן פֿון דער פּײַנלעכער און געפֿערלעכער געזעלשאַפֿטלעכער פּראָבלעם. אויך דער איצטיקער פֿאַל מיט די אַראַבישע יונגען און אַ סך אַנדערע פֿאַלן מיט ייִדישע זייערסגלײַכע זײַנען געווען אַ רעזולטאַט פֿון דעם לאַנגווײַל, וואָס האָט זיי געשטויסן, מיט דער הילף פֿון דעם אַלקאָהאָל און די נאַרקאָטיקס, צו זוכן עמאָציעס צו פֿאַרוואַנדלען דעם לאַנגווײַל אין פֿאַרווײַלונג. נישט האָבנדיק בײַ זיך אין דאָרף אָדער אין דעם שטאָט־קוואַרטל קיין קינאָ, קיין יוגנט־קלוב, קיין פֿאַרברענג־לאָקאַל, שוין אפּגערעדט פֿון אַ טעאַטער, און נישט קיין קלוב פֿאַר זעלבסטעטיקייט און קיין מדריכים — קומען זיי קיין תּל־אָבֿיבֿ, "די שטאָט אָן אַן איבעררײַס", זיך ווײַלן — אָן אַ קלוב, אָן אַ מדריך, אָן אַ ציל און אָן אַ טאָלק. סתּם אַזוי. די איינציקע אַטראַקציע וואָס קען זיי שענקען עמאָציע, איז — נאַרקאָטיק און אַלקאָהאָל. ביידע שענקען זיי דאָס געפֿיל, אַז זיי זײַנען נישט פֿאַרשטויסן, זיי זײַנען גלײַך מיט אַלע און זײַנען פֿרײַ צו טאָן וואָס עס קומט זיי אויפֿן פֿאַרשיכּורטן זינען.
אין לעצטן האַלבן יאָר איז דער געברויך פֿון אַלקאָהאָל געשטיגן מיט 15 פּראָצענט — גיט איבער די צײַטונג "ידיעות אחרונות" פֿון דינסטיק דעם 18טן אויגוסט אין איר הויפּט־קאָפּ אויף דער ערשטער זײַט. דאָס איז די העכסטע שטײַגערונג פֿון צווישן אַלע פֿאַרברויכס־אַרטיקלען אין לאַנד — אין דער תּקופֿה פֿון דער עקאָנאָמישער דעפּרעסיע, אין רעזולטאַט פֿון דער גלאָבאַליזאַציע. די ווירטשאַפֿט וועלקט — אָבער דער אַלקאָהאָל בליט, צוזאַמען מיט דעם הפֿקרות. דאָס הפֿקרות בליט אויף די גאַסן און הינטערגעסלעך, אויף די שאָסייען און וועגן, אין די משפּחות, אין די שולן.
און די הפֿקרות בליט אויך אין דער כּנסת און אין די רעגירונגס־אַמטן; אין דער רעגירונג גופֿא, וועלכע דער פּרעמיער־מיניסטער, ביבי נתניהו, און זײַן צווייטער זײַל, דער מנהיג פֿון "עבֿודה", אהוד ברק האָבן, פֿון איין זײַט, פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאָמאַנדע־טורעם אָנצוּוואַרפֿן זייערע פּאַרטייען די אײַזערנע דיסציפּלין, און די מערהייט אין פֿאָלק זייער דיקטאַטור איבער דער מינדערהייט; און פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן זיי די רעגירונג פֿאַרוואַנדלט אין אַ הפֿקר־פֿעלד, אויף וועלכן די זעלבע אונטערטעניקע מיניסטאָרן זײַנען פֿרײַ צו טאָרפּעדירן און סאַבאָטירן די פּלענער פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ צו דערנענטערן דעם שלום אין מיטעלן מיזרח.
אויפֿשטעלנדיק נישט נאָר די סאַמע עקסטרעם־רעכטע — צוגעדעקט מיטן "לינקן" פֿײַגנבלאַט פֿון ברקס "עבודה", און אין דער זעלבער צײַט, "די סאַמע גרעסטע רעגירונג אויף דער וועלט" און אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה — האָט נתניהו, ווי באַוווּסט, זיך אַרומגעפּאַנצערט מיט 38 מיניסטאָרן און וויצע־מיניסטאָרן, כּדי נישט צו פֿאַרלירן די מאַכט. נתניהו איז איבערגעקומען בשלום די "מרידה" פֿון די אָפּאָנענטן צווישן זײַנע קאָאַליציע־פּאַרטנערן און אין זײַן אייגענער פּאַרטיי. אונטער דער דראָונג צו באַזײַטיקן זיי פֿון זייערע מיניסטעריאַלע אַמטן, האָט ער זיי געצוווּנגען צו באַשטעטיקן די צוויי שטרײַטפֿולע געזעצן: וועגן פּריוואַטיזירן די מלוכישע באָדנס, צו באַפֿרײַען זיי פֿאַר די פּריוואַטע בוי־מאַגנאַטן און ספּעקולאַנטן, און צו שטימען פֿאַר דעם שענדלעכן "מופֿז"־געזעץ, וואָס דאַרף דערמעגלעכן דעם דעפּוטאַט שאול מופֿז צו שפּאַלטן די "קדימה" און זיך צוריקצוקערן מיט זײַן גרופּע צום "ליכּוד".
דאָס זעלבע האָט אויך דערגרייכט אהוד ברק דורך אויפֿצווינגען זײַן פּאַרטיי, נאָכן אַראָפּנידערן איר כּוח פֿון 21 צו 13 מאַנדאַטן און וואָס איר עלעקטאָראַלער פּאָטענציאַל איז נאָך מער געפֿאַלן, ביז צו אַ העלפֿט פֿון דעם — אַ נײַעם פֿאַרטיייִשן סטאַטוס, וואָס שענקט אים, ברקן, ברייטע הערשערישע פֿולמאַכטן אין דער פּאַרטיי און פֿאַרלענגערט זײַן קאַדענץ ביז איבער די רעגולערע וואַלן.
מיט אָט דעם אינערן־פּאַרטיייִשן און אינערן־קאָאַליציאָנערישן נצחון האָט דער פּרעמיער שוין געקענט זיך רויִק אַרויסגיין מיט זײַן משפּחה אויף זײַן זומער־אָפּרו, איבערלאָזנדיק דעם שטח פֿרײַ פֿאַר די מאַניפּולאַציעס פֿון זײַנע רעכטע פֿאַרבינדעטע און אידעאָלאָגישע שטיצערס; אַרויסצוגיין אין אַן אָפֿענסיווע, געאייניקט מיט זייערע פֿאַרבינדעטע אין אַמעריקע, קעגן דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ און זײַנע פּשרה־פּלענער, וואָס קריסטאַליזירן זיך איצט בײַ אים, צו דערגרייכן אַ גלאָבאַלן שלום צווישן ישׂראל און די אַראַבישע לענדער אין מיטעלן מיזרח.
אין דעם זעלבן טאָג, ווען דער פּרעזידענט פֿון עגיפּטן כאָסני מובאַראַק איז געפֿאָרן קיין וואַשינגטאַן, כּדי זיך צו באַקענען און באַהאַנדלען מיט אָבאַמאַ די דאָזיקע פּלענער, ווי אויך די אַטאָמישע געפֿאַר פֿון איראַן — האָבן פֿיר מיניסטאָרן פֿון נתניהוס רעגירונג — דער וויצע־פּרעמיער משה יעלון און די מיניסטאָרן אלי ישי, יולי עדעלשטיין און דניאל הערשקאָוויץ אַדורכגעפֿירט אַ דעמאָנסטראַטיוון באַזוך אין די קאָלאָניעס און אומגעזעצלעכע פֿאָרפּאָסטנס, וועלכע די מדינה האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט צו באַזײַטיקן. זיי האָבן דערקלערט, אַז די אַלע ייִשובֿים זײַנען געזעצלעכע, ווײַל זיי זײַנען געשטיצט געוואָרן דורך דער רעגירונג, און אַז די שטעלונג פֿון דער פּראָקוראַטור אַנטשפּרעכט נישט דער שטעלונג פֿון דער איצטיקער רעגירונג אין אירע מאָטיוון צו די אָנקלאַגעס פֿאַר דעם העכסטן געריכט. מיניסטער משה יעלון, אַ געוועזענער שעף פֿון גענעראַל־שטאַב, האָט גערופֿן צו באַנײַען די קאָלאָניע חמש אין צפֿון־שומרון, וועלכע איז באַזײַטיקט געוואָרן אין די ראַמען פֿון שרונס "אָפּשיידונג" צוזאַמען מיטן עזה־פּאַס.
אין דער זעלבער צײַט האָט דער אַמעריקאַנער רעפּובליקאַנישער סענאַטאָר מײַק האַקעבי, דער געוועזענער גאָווערנאָר פֿון אַרקענסאָו, אַדורכגעפֿירט אַ דעמאָנסטראַטיוון באַזוך אין דעם אַלטן האָטעל "שעפֿערד", וואָס איז אָפּגעקויפֿט געוואָרן דורך דער מיליאַרדערן־משפּחה מאָסקאָוויטש, כּדי צו באַזעצן 20 ייִדישע משפּחות אין דעם הויז אין מיזרח־ירושלים. בערך הונדערט געסט, און בראָש פֿון זיי, דער סעריאַלער סקאַנדאַלן־מאַכער ברוך מאַרזעל, זיינען פֿאַרבעטן געוואָרן צו אָט דעם פּראָטעסט־מאָלצײַט קעגן דער פּאָליטיק פֿון אָבאַמאַ.
דער "אויפֿמאַרש" פֿון די פֿיר מיניסטאָרן אויף די "שטחים" און דער מאָלצײַט פֿון דעם רעפּובליקאַנישן גאַסט אין דער פּאַלעסטינער רעזידענץ פֿון ר’ מאָסקאָוויטש אין טאָג פֿון פּרעזידענט מובאַראַקס שלום־וויזיט אין וואַשינגטאָן, דערמאַנט אַ צאָל ענלעכע טאָרפּעדירונגס־פּרעצעדענטן אין דער נישט ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט, און צווישן זיי — דעם אויפֿמאַרש פֿון אריאל שרון, בעת דער שפּיצן־קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענט קלינטאָן מיט ברקן און אַראַפֿאַטן אין קעמפּ דייוויד אין סעפּטעמבער 2000, נאָך וועלכן ס’איז אויסגעבראָכן די בלוטיקע צווייטע אינטיפֿאַדע. מיט וואָס פֿאַר אַ לײַכטקייט שפּילן זיך די דאָזיקע מענטשן מיטן גורל פֿון דער מדינה!..
אויף דעם אופֿן האָבן דאָס מאָל די פּאָליטישע פּאַסירונגען זיך פּלוצעם אַרײַנגעפֿלאָכטן אין דער כוואַליע פֿון די קרימינעלע פֿאַרברעכנס און אין דער עפּידעמיע פֿון די מאָרד־אַקטן, וואָס זייער צאָל גלײַכט זיך שוין כּמעט מיט דער צאָל טויט־קרבנות פֿון דעם חזרים־פֿיבער אין לאַנד.
לאָמיר אָבער האָפֿן, אַז צוזאַמען מיט די זומערדיקע היצן וועלן אויך אין די נאָענטסטע טעג אַריבערגיין די איבעריקע פּלאָגן, וואָס האָבן זיך אָנגעזעצט אויפֿן לאַנד דעם הײַנטיקן זומער.
תּל־אָבֿיבֿ, 18טער אויגוסט, 2009