פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ באַגעגעניש צווישן צוויי מלוכישע מנהיגים "אונטער פֿיר אויגן" איז געוויינטלעך אַ טראַדיציאָנעלער פּאָליטישער ריטואַל, וועלכער ווערט, פֿאָרמעל, נישט פּראָטאָקאָלירט, און אויף וויפֿל די צדדים זענען אין דעם פֿאַראינטערעסירט, בלײַבט זײַן אינהאַלט אַן אייביקער סוד; טאַמער איז אָבער איינער פֿון זיי "נישט געוווינט" צו האַלטן וואָרט, קען עס אויך ווערן אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אָפּהענגיק פֿון יעדן איינעמס פּאָליטישע כּוונות. אָפֿטמאָל ווערן די סודות באַקאַנט ערשט נאָך יאָרן פֿון די ביאָגראַפֿיעס אָדער אויטאָביאָגראַפֿיעס פֿון די שוין פּענסיאָנירטע באַטייליקטע אין אַזעלכע באַגעגענישן "אונטער פֿיר אויגן".

אַ באַזונדערע חשיבֿות ווערט צוגעשריבן דער ערשטער אָפֿיציעלער באַגעגעניש צווישן נײַ־געוויילטע אָדער נײַ־נאָמינירטע מלוכה־מנהיגים, מיטן אַרײַנטרעטן אין דער קאַדענץ פֿון זייער הויכראַנגיקן אַמט. און גאָר באַזונדערס, ווען דאָס איז די ערשטע אָפֿיציעלע באַגעגעניש צווישן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, וועלכער ווערט באַטראַכט ווי דער באַלעבאָס פֿון דער וועלט, און דעם רעגירונגס־שעף פֿון אַזאַ מדינה ווי ישׂראל, וואָס איר גורל איז אַזוי שטאַרק פֿון אים אָפּהענגיק.

די געשיכטע פֿון די באַציִונגען צווישן די פֿאַראייניקע שטאַטן פֿון אַמעריקע און דער קליינער (אין שטח) מדינת־ישׂראל איז אַ קאָמפּליצירטער ראָמאַן, וואָס האַלט אָן שוין אַרום 65 יאָר צווישן צוויי ווײַט נישט גלײַכע מלוכישע וועזנהייטן, אַזוי ווי עס זענען טיף די אינעווייניקסטע פּאָליטישע און סאָציאַלע קאָנטראַסטן אין יעדער איינער פֿון די צוויי לענדער. מדינת־ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע זענען געוואָרן פֿאַרבונדן צווישן זיך ווי אין אַ גאָרדישן קנופּ, וועלכער לאָזט זיך נישט לײַכט אויפֿקניפּן, מחמת דער קעגנזײַטיקער אָפּהענגיקייט און פילבאַדײַטיקער געמיינשאַפֿט פֿון אינטערעסן.

עס איז מערקווערדיק דער פֿאַקט, אַז וואָס מער די קליינע מדינת־ישׂראל דערנענטערט זיך און ווערט ענלעך צו איר גרויסער פּראָטעזשערין, אַלץ לויזער ווערט די שותּפֿות פֿון די אינטערעסן צווישן זיי. כאָטש צווישן ישׂראל און אַמעריקע הערשט אַן אומצערײַסבאַרע פֿרײַנדשאַפֿט, איז דאָך אָבער גוט באַוווּסט, אַז צווישן מדינות איז נישט פֿאַראַן קיין אייביקע פֿרײַנדשאַפֿט — עס איז נאָר פֿאַראַן אַ פֿרײַנדשאַפֿט פֿון אינטערעסן, בעת איינע שפּאַרט זיך אָן אויף דער אַנדערער. די אָבאַמאַ־איבערקערעניש אין "ווײַסן הויז" האָט אַרײַנגעבראַכט שפּאַלטן אין דעם דאָזיקן אָנשפּאַר, אויף וועלכן אָט די פֿרײַנדשאַפֿט איז געבויט.

עס זענען פֿאַראַן צוויי מדינות, צוויי גרויסמאַכטן, מיט וועלכע מדינת־ישׂראל האַלט אָן "ספּעציעלע באַציִונגען". דאָס זענען: דײַטשלאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע. מיט דײַטשלאַנד באַזירן זיך די באַציִונגען אויף אירע ספּעציעלע פֿאַרפֿליכטונגען אין רעזולטאַט פֿון דעם ייִדישן חורבן, וועלכן די דײַטשן האָבן פֿאַרשאַפֿט. דאַקעגן זענען די באַציִונגען מיט אַמעריקע, באַזירט אויף דער אַזוי גערופֿענער "העטעראָגעניע פֿון צילן", וואָס שאַפֿט אַן אינטערעסן־געמיינשאַפֿט בײַ אַ קעגנזײַטיקער אָפּהענגיקייט אויף אַ געוויסן אָפּשניט. די מאָטיוון פֿון אַזאַ געמיינשאַפֿט פֿירן אָבער נישט זעלטן צו חילוקי־דעות און קאָנפֿליקטן צווישן די "שותּפֿים", בעת יעדער פֿון זיי טײַטשט זיי אויס לויט זײַן ציל און לויט זײַנע באַזונדערע אינטערעסן.

אַזאַ איז געווען דער ספּעציפֿישער כאַראַקטער פֿון דער איצטיקער באַגעגעניש פֿאָריקע וואָך צווישן דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ און דעם פּרעמיער נתניהו אין "ווײַסן היז" אין וואַשינגטאָן..

דאָס אויפֿקומען פֿון מדינת־ישׂראל, פֿון וואָס די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע פֿון פּרעזידענט טרומאַן איז, לכתּחילה, נישט געווען זייער גליקלעך, האָט אָבער מיט דער צײַט דערמעגלעכט די אַמעריקאַנער איבערצונעמען פֿון די ענגלענדער די שליטה איבער די מערבֿדיקע אינטערעסן אין דעם נאַפֿטרײַכן אַראַבישן אָריענט. גאָר גיך האָט אַמעריקע פֿאַרוואַנדלט ישׂראל אין דעם באַפֿעסטיקטן טויער פֿאַר אירע סטראַטעגישע אינטערעסן אין אָט דעם ראַיאָן.

נישט די שטאַרקע ליבע צום ייִדישן פֿאָלק, נאָר די נויטווענדיקייט צו באַפֿעסטיקן דעם טויער צו דער אַראַבישער וועלט האָט דאָס באַווויגן די אַמעריקאַנער צו זאָרגן דערפֿאַר, אַז ישׂראל זאָל ווערן די שטאַרקסטע מיליטערישע מאַכט אין מיטעלן מיזרח.

* * *

די אָבאַמאַ־איבערקערעניש אין די פּרעזידענט־וואַלן אין אַמעריקע און דער נצחון פֿון רעכטן לאַגער אין די פּאַרלאַמענט־וואַלן אין ישׂראל האָבן געברענגט צו דער מאַכט צוויי קעגנזעצלעכע אָנפֿירונגען מיט קעגנזעצלעכע אינטערעסן אין די ביידע לענדער די ערשטע אָפֿיציעלע באַגעגעניש צווישן די צוויי אויסגעוויילטע מנהיגים, דעם ליבעראַלן אָבאַמאַ, וועלכער איז געוויילט געוואָרן מיט אַ דעצידירטער מערהייט, און דעם קאָנסערוואַטיוו־רעכטן נתניהו — שוין צום צווייטן מאָל מיט אַ "נצחון אויף אַ האָר", אַזוי ווי מיט 13 יאָר צוריק — איז געווען געגליכן צו אַ "זעונג", אַ באַקענונגס־באַגעגעניש צווישן דעם זיווג, הגם זיי האָבן זיך געקענט שוין פֿון פֿריִער. די "זעונג" האָט זיך אָבער פֿאַרצויגן אויף גאַנצע דרײַ שעה און איז געוואָרן אַ מין קעגנזײַטיקער אויספּרוּוו־פֿאַרמעסט, אין וועלכן די צדדים האָבן אויספּרובירט יעדער איינער דעם אַנדערנס פּערזענלעכקייט און זײַנע כּוונות.

ווי אַ פּאָליטיקער מיט אַ לאַנג־יאָריקער דערפֿאַרונג פֿון נישט ווייניק דורכפֿאַלן, און גוט באַהאַוונט אין די פּאָליטישע טריקן און גענג פֿון דער דיפּלאָמאַטיע, האָט בנימין נתניהו, דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון דער נײַער רעגירונג פֿון ישׂראל, געשפּילט אין אָט דער אַרײַנפֿיר־שפּיל צום פֿאַרמעסט די ראָלע פֿון דעם טויערמאַן, וואָס זײַן אויפֿגאַבע איז צו פֿאַרצוימען, טאָרמאָזירן און אָפּשטויסן די פֿאַרלאַנגען פֿון דעם קעגנער. און דאָס וועט זײַן, זעט אויס, די ראָלע פֿון דער רעגירונג אין אירע באַציִונגען מיטן אַמעריקאַנער אָבאַמאַ־רעזשים אין דער עפּאָכע פֿון נתניהו נומ’ צוויי: פֿאַרצוימען, טאָרמאָזירן און אָפּשטויסן די איניציאַטיוון פֿאַר אַ שלום אויף דער באַזע פֿון "צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער". שוין לויט די ערשטע סימנים, האָט די דאָזיקע בונקער־טאַקטיק פֿון נתניהו זיך שוין אָנגעהויבן, ווי אַן ענטפֿער אויף דער אינטענסיווער פּאָליטישער אַקטיוויטעט פֿון אָבאַמאָס שליחים אין דעם ראַיאָן.

דער אמתדיקער אינהאַלט פֿון דעם פֿאַרטרוילעכן דיאַלאָג צווישן די צוויי מנהיגים, וואָס וועלן דאַרפֿן צוזאַמענאַרבעטן פֿאַר די בשותּפֿותדיקע אינטערעסן אין דער תּקופֿה פֿון זייער נאָרוואָס אָנגעהויבענער קאַדענץ, איז דערווײַל נאָך פֿאַר יעדן אַ רעטעניש. אין אַזאַ פֿאַרטרוילעכן שמועס נעמען אויף זיך, געוויינטלעך, די פּאַרטנערן געוויסע געהיימע פֿאַרפֿליכטונגען — קאָנקרעטע, אין איינקלאַנג מיט די אַקטועלע באַדערפֿענישן, און ווירטועלע, באַזירט אויף "טאָמער": טאָמער וועלן אויפֿקומען אַזעלכע אָדער אַנדערע, פֿאַרויסגעזעענע אָדער אומדערוואַרטע אַנטוויקלונגען, אדג״ל. דאָס איינציקע, וואָס די באַגלייטנדיקע קאַרעספּאָנדענטן קענען באַריכטן פֿון אַזאַ פּאָליטישער באַגעגעניש איז — ציטירן די רעזומירנדיקע דערקלערונגען פֿון די צוויי מנהיגים אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ נאָכן אַרויסקומען פֿון דעם "אָוואַל־צימער" פֿון דער באַגעגעניש. דאָס קען זײַן — אַמאָל אַן אידילישער ווערטער־קאָנצערט פֿון קעגנזײַטיקע לויב־רייד און קאָמפּלימענטן, פּאָליטישע רכילות און פּערזענלעכע דערינערונגען אָדער עצות — און דאָס קען אויך זײַן אַ שטורמישע דראַמע פֿון שאַרפֿע חילוקי־דעות און שטרענגע וואָרענונגען, וואָס ווערן, בײַם אַרויסגיין צו דער פּרעסע, פֿאַרוויקלט אין די העפֿלעכע פֿראַזן, ווי למשל: "עס איז געווען אַ פֿרײַנטלעכער שמועס", "אַ קאָנסטרוקטיווער דיאַלאָג" אַדג״ל.

בלײַבט דעריבער די קאַרעספּאָנדענטן צו "טרעפֿן" — באַזירנדיק זיך אויף כּלערליי אויסערלעכע סימנים, ווי למשל: די קערפּער־באַוועגונגען, וואָס באַגלייטן די דערקלערונגען פֿון די צוויי מנהיגים, די ערנסטקייט אין די אויסדרוקן אויף זייערע פּנימער, די זיסקייט אָדער זויערקייט פֿון דעם שמייכל, אויב אַזעלכער איז געווען, און אין מאַנכע פֿאַלן — אויף דעם דויער פֿון דער באַגעגעניש. און דאָס מאָל האָט זי טאַקע געדויערט דרײַ שעה, אַ סך לענגער פֿון דער געפּלאַנטער צײַט. דעמאָלט קאָנפֿראָנטירט מען די אַלע סימנים מיט די אומשטענדן פֿון פֿאַר דער באַגעגעניש, וועלכע איז דאָס מאָל — אין קעגנזאַץ צו דעם רובֿ פֿריִערדיקע ענלעכע פֿאַלן, פּראָקלאַמירט געוואָרן ווי אַן "אַרבעט־זיצונג", אָן פֿײַערלעכע ספּעקטאַקלען און צערעמאָניעס, און אַפֿילו — הערט אַ מעשה: אָן אַ באַגעגעניש צווישן זייערע ווײַבער, שׂרה נתניהו און מישעל אָבאַמאַ!

און אין דער מאָזאַיִק פֿון די נישט־געוויינטלעכע באַגלייט־דערשײַנונגען דערמאָנט מען זיך, אַז דער פּרעזידענט האָט שוין אויפֿגענומען אין דעם זעלבן "אָוואַל־צימער" דעם יאָרדאַנישן מלך אַבדאַלאַ — פֿאַר דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער, און גלײַך נאָך אים וועט ער אויפֿנעמען דעם עגיפּטישן פּרעזידענט מובאַראַק און דערנאָך דעם פּאַלעסטינער מנהיג אַבו מאַזען. מובאַראַק איז נישט געפֿאָרן קיין וואַשינגטאָן צוליב דעם טויט פֿון זײַן אייניקל, אָבער דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט וועט פֿאָרן צו אים קיין קאַיִר דעם 4־טן יוני, כּדי אפֿשר דאָרט אויפֿצודעקן זײַן שלום־פּלאַן, אַזוי ווי זײַן פֿאָרגייער דזשאָרדזש בוש האָט פּראָקלאַמירט גענוי מיט זעקס יאָר צוריק, דעם 4טן יוני 2003, אין אַקאַבאַ, די "מאַפּע פֿון די וועגן", וואָס האָבן געזאָלט ברענגען דעם שלום מיט אַ פּאַלעסטינער מדינה ביזן סוף 2005...

געדענקט איר נאָך וואָס עס איז פֿאָרגעקומען אויף דער וועלט, אין דעם ראַיאָן און אין לאַנד זינט יענעם סוף 2005? אַפֿילו די צוויי מלחמות, אין 2006 און אין 2008, זענען שוין געוואָרן פֿאַרגעסן...

דער פּרעזידענט בוש איז דעמאָלט געקומען מיט זײַן "וועגן־מאַפּע" אין דער צײַט פֿון דער מיליטערישער אָפּעראַציע "שוץ־מויער" קעגן דער "צווייטער אינטיפֿאַדע" און אונטערן דרוק פֿון דעם "פּאָליטישן וואַקום" וואָס האָט דאַן געהערשט מחמת דער פּאָליטישער בטלנות, ווען די רעגירונג פֿון אַריאל שרון האָט טאָטאַל איגנאָרירט די "אַראַבישע איניציאַטיוו", דעם פּלאַן פֿון סאַודיע וועגן אַ כּלל־אַראַבישן שלום מיט ישׂראל, און שרון האָט זיך אָפּגעזאָגט צו זען אין אַבו מאַזענען דעם פּאַרטנער צו פֿאַרהאַנדלען וועגן אַ שלום. דאָס איז אויך געווען דאַן די תּקופֿה פֿון דער שווערסטער עקאָנאָמישער דעפּרעסיע זינט די פֿריִע זעכציקער יאָרן. כּמעט אַלע געוועזענע קאָמאַנדירן פֿון די ישׂראלדיקע געהיים־דינסטן האָבן אין יענער צײַט געוואָרנט קעגן דער געפֿאַר פֿון אַ קאַטאַסטראָפֿע צוליבן פֿעלן פֿון אַ ישׂראלדיקער שלום־איניציאַטיוו. אַלע ווירטועלע פּלענער זענען געוואָרן אײַנגעפֿרוירן. די מדינה־פֿירונג האָט, קענטיק, מורא געקראָגן פֿאַר אַ פֿאַרקילונג. אַלע "פֿענצטער פֿון געלעגנהייטן", וואָס האָבן זיך געהאַט געעפֿנט, האָבן זיך גיך צוריק צוגעמאַכט. די רעגירונגען פֿון ישׂראַל האָבן מורא געקראָגן פֿאַר אַ צוגווינט.

געבליבן איז די פּאָליטישע אַלערגיע. רעגירונגען טוישן זיך — די אַלערגיע בלײַבט. ווען שרון האָט זיך "אויפגעוועקט פֿון דעם לאַנג־יאָריקן חלום וועגן אַ גרויס ארץ־ישׂראל" און האָט זיך אַרומגעזען, אַז די אָקופּאַציע איז שעדלעך פֿאַר ישׂראל — איז דער אָקופּירטער שטח שוין געווען פֿאַרזייט, לרובֿ דורך אים, מיט געדיכט באַזעצטע ייִדישע קאָלאָניעס און אומגעזעצלעכע פֿאָרפּאָסטנס. ביז איצט האַלט מען זיי אין איין "אַראָפּנעמען" — און זיי האַלטן אין איין זיך מערן און וואַקסן.

איז געקומען דער איבערקער אין אַמעריקע אויף לינקס, און אין ישׂראל — אויף רעכטס. דאָס אומאויפֿהערלעכע איבערחזרן, בײַ יעדער געלעגנהייט, דעם פּרינציפּ פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ וועגן "צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער" דורך אַלע וואָרטזאָגערס און שליחים פֿון דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע קען דינען ווי אַן אָנדײַט וועגן דעם אינהאַלט פֿון דעם דרײַ־שעהדיקן דיאַלאָג אין "ווײַסן הויז". פֿון דער אַנדערער זײַט, האַלט נתניהו, נאָכן צוריקקערן זיך פֿון וואַשינגטאָן, אין איין איבערחזרן זײַן קעגנערשאַפֿט צו דער פּאַלעסטינער מדינה און זײַנע מיליטאַנטישע דערקלערונגען וועגן דער עיקרדיקער חשיבֿות פֿון פֿאַרמײַדן פֿאַר יעדן פּרײַז, און דער עיקר מיט כּוח, די אַטאָמישע באַוואָפֿענונג פֿון איראַן. אָבאַמאַ וויל אָבער פֿאַרבינדן ביידע פּאָסטולאַטן אין איין בשותּפֿותדיקן קאָמפּלעקס. דער "ליכּוד" און זײַנע נאָך רעכטערע פֿאַרבינדעטע אין דער רעגירונג, די זעלבע וואָס האָבן נתניהון פֿאַרטריבן פֿון דער מאַכט מיט צען יאָר צוריק, וואָרענען אים שוין ווידער קעגן אַ יעטוועדער פּשרה מיט די פּאַלעסטינער.

עס איז קיין ספֿק נישט, אַז די חילוקי־דעות אַרום די צוויי אָביעקטן: איראַן און פּאַלעסטינע, זענען געשטאַנען אין צענטער פֿון דער דרײַ־שעהדיקער דראַמע הינטערן פֿאָרהאַנג פֿון דער באַגעגעניש "אונטער פֿיר אויגן". עס איז אָבער אַ ספֿק, צי די נײַע רעגירונג פֿון בנימין נתניהו, וואָס איז די סאַמע רעכטסטע פֿון אַלע ביז־איצטיקע רעגירונגען, אָבער מיטן פֿײַגנבלאַט פֿון דער "לינקער" עבֿודה, וועט זײַן מסוגל צו פֿאַרבינדן ביידע עקן פֿון דעם שטעקן און אויסצוהאַלטן דעם דרוק פֿון בײַדע זײַטן.

תּל־אָבֿיבֿ, דעם 26סטן מײַ, 2009