פּאָליטיק

פֿאַר אַ ישׂראלדיקן זשורנאַליסט, וואָס שרײַבט אַ רעגולערן פּעריאָדישן קאָלום פֿאַר זײַן צײַטונג, איז אַ קורצווײַליקער אַרויספֿאָר קיין אויסלאַנד (אויב ער פֿאָרט נישט אין קיין אַמטלעכן שליחות) — ווי דו וואָלסט זיך אַרויסגעקראָגן פֿון אַ ראָיענדיקן בינשטאָק: עס עפֿנט זיך פֿאַר דיר די ברייטע וועלט, אָבער דו ווערסט אויף דער קורצער ווײַלע אָפּגעריסן פֿונעם לאַנד. צוריקקומענדיק פֿילסטו ווי דו וואָלסט זיך צוריקגעקערט אין טעאַטער־זאַל נאָכן אַרויסגיין פֿון דאָרט אויף אַ ווײַל אין מיטן אַ דראַמאַטישער פֿאָרשטעלונג, און דו פֿאַרלירסט אַן אַקט אָדער אַ סצענע פֿון דער אויפֿגעשפּילטער דראַמע.

מען זאָגט טאַקע, אַז "די וועלט איז אַ טעאַטער און דאָס לעבן איז אַ דראַמאַטישע טעאַטער־שפּיל"; און אַז די אמתע ווירקלעכקייט איז נישט מער ווי אַן אימיטאַציע פֿון דער טעאַטער־שפּיל, און נישט פֿאַרקערט. אָבער דאָס איז נישט מער ווי אַ מעטאַפֿאָרישע פֿראַזע. דער אמת איז — יעדנפֿאַלס, אַזוי ווי איך האָב דאָס דערפֿאַרנט, — אַז צוריקקערנדיק זיך פֿון דעם קורצווײַליקן איבעררײַס, געפֿינסטו זיך צוריק אין דער זעלבער גוט באַקאַנטער ווירקלעכקייט, נאָר די אַקטואַליע איז אַן אַנדערע.

איך ווייס נישט, צי דער ישׂראלדיקער בינשטאָק פֿון דער אינפֿאָרמאַטיווער קאָמוניקאַציע פּראָדוצירט טאַקע האָניק — אָבער עס איז קיין ספֿק נישט, אַז ער פּראָדוצירט אַן אומגעהויערע כּמות פֿון דראַמאַטישע געשעענישן וואָס באַדינען די ישׂראלדיקע נײַגער־מעדיאַ. נאָר אין קעגנזאַץ צו די פֿריִערדיקע (מ’קען שוין זאָגן: אַמאָליקע) יאָרן, ווען מדינת־ישׂראל איז געווען אַ שפּרודלדיקער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציעס, רעוועלאַציעס און סענסאַציעס פֿאַר דער גאַנצער זשורנאַליסטישער וועלט־אינדוסטריע, און אַ ישׂראלדיקער זשורנאַליסט פֿלעגט זיך פֿילן אין אויסלאַנד ווי "בײַ זיך אין דער היים" — די צײַטונגען זײַנען געווען פֿול מיט נײַעס פֿון ישׂראל — געפֿינט הײַנט אַ ישׂראל־זשורנאַליסט, ווען ער ווײַלט אין אויסלאַנד, זעלטן ווען, און דאָס לרובֿ אין אַ מאַרגינעלן ווינקל פֿון אַן אויסלענדישער צײַטונג, אַ "היימישע" ידיעה, אַ ידיעה פֿונעם לאַנד.

פֿאַר מײַן אורלויב־אַרויספֿאָר האָב איך מיר צוגעגרייט עטלעכע טיטלען פֿון עווענטועלע גרייטע טעמעס, וועגן וועלכע איך וועל שרײַבן ווי נאָר איך וועל צוריק אַהיימקומען, איך זאָל באַווײַזן זיי אָנצופֿילן מיט אינהאַלט צו דער פֿאַרפֿליכטנדיקער צײַט. עס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז זיי האָבן אַלע שוין פֿאַרלוירן זייער אַקטועלע פֿרישקייט; דעם טעם פֿון דער פֿרישער "גײַסטיקער שפּײַז", וואָס דער פּובליציסט איז מחויבֿ צו ליפֿערן דעם לייענער. און — גיי דערצייל דעם לייענער מעשׂיות פֿון די נעכטיקע טעג...

יאָ, די אַקטואַליע פֿון די הײַנטיקע טעג האָט זיך טאַקע געענדערט — און אַזוי דאַרף עס דאָך זײַן! — אָבער עס האָט זיך כּמעט לחלוטין נישט געענדערט די גרונטיקע ווירקלעכקייט, אין וועלכער די מדינה שטעקט שוין אין דעם 62סטן יאָר פֿון איר עקזיסטענץ. איך האָב אַרײַנגעקוקט אין דער פּרעסע פֿון דער "פֿאַרלוירענער" וואָך, געפֿונען דאָרט אַלע אָפּגעלעבטע דראַמאַטישע אַקטואַליעס פֿון די נעכטיקע טעג, וועלכע זײַנען שוין געוואָרן פֿאַרגעסן, האָבן אָפּגעטראָטן דאָס אָרט פֿאַר אַנדערע (דער לעבנסדויער פֿון אַ ידיעה אין ישׂראל איז ווי דאָס לעבן פֿון אַ פֿליג). און כ’האָב דאָרט געפֿונען צווישן זיי די שיינע רעדע פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער נתניהו און די פּאָליטישע אַקטיוויטעט אין ניו־יאָרק, אינעם "יו־ען"־צענטער — אַן אַקטיוויטעט, וואָס אין איר צענטער איז געשטאַנען — פֿאַר דער ברייטער וועלט — די אַטאָמישע געפֿאַר מיט דער שווינדלערישער פּאָליטיק פֿון איראַן, און וואָס איז נוגע אונדז — די ידיעה וועגן דער "שפּיצן־באַגעגעניש" בראָש מיט אָבאַמאַ אין דער אַמעריקאַנער מעטראָפּאָליע פֿון דער וועלט.

און ווידעראַמאָל — צום וויפֿלטן מאָל שוין? — אַ נײַער אָנהייב, אַ נײַער פּרוּוו צו דערגרייכן "דאָס סאַמע אוממעגלעכסטע פֿון דעם מעגלעכן", אָדער פֿאַרקערט — אַ שלום אין מיטעלן מיזרח צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, צווישן ישׂראל און די אַראַבישע לענדער. נאָך די פֿרוכטלאָזע געשפּרעכן פֿון אָבאַמאַס שליח דזשאָרדזש מיטשעל, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט אויסגענוצט די יערלעכע פֿולפֿאַרזאַמלונג פֿון דער "יו־ען", כּדי צוזאַמענצוברענגען דעם פּרעמיער נתניהו מיט דעם פּאַלעסטינער מנהיג אבו מאַזען און צו באַוועגן די צדדים צו באַנײַען די פּאָליטישע געשפּרעכן, וואָס זײַנען געוואָרן איבערגעריסן מיטן אויסוואַל פֿון ביבי נתניהו און מיטן אויפֿשטעלן זײַן היפּער־רעכטע רעגירונג.

פּרעזידענט אָבאַמאַ, וועלכער האָט זיך געשטעלט פֿאַר זײַן ציל צו דערגרייכן אַ הסכּם אין מיטעלן מיזרח אין די ערשטע צוויי יאָר פֿון זײַן קאַדענץ, האָט אָבער נישט אָנגעוואָרפֿן די צדדים קיין אייגענעם פּלאַן פֿון אַ לייזונג, נאָר זיך באַזירט אויפֿן מאָדעל פֿון דער "וועגן־מאַפּע" פֿון זײַן פֿאָרגייער דזשאָרדזש בוש, וועלכער האָט געצילט צו דערגרייכן דעם שלום מיט פיר יאָר צוריק, ביז סוף 2005. ווייסן מיר דאָך וואָס עס איז זינט דעמאָלט געשען.

מיט אַכט יאָר צוריק, נאָך דעם דורכפֿאַל פֿון "קעמפּ דייוויד נומער 2" — פֿון דער שפּיצן־באַגעגעניש פֿון אהוד ברק מיטן פּרעזידענט ביל קלינטאָן און מיט יאַסיר אַראַפֿאַטן, און מיטן אויסברוך פֿון דער צווייטער אינטיפֿאַדע נאָך שרונס אויפֿמאַרש אויפֿן הר־הבית — האָבן פֿיר געוועזענע הויפּט־קאָמאַנדירן פֿון צה״ל און צוויי געוועזענע (פּענסיאָנירטע) אָנפֿירער פֿון די ישׂראלדיקע געהיימע אינפֿאָרמאַציע־דינסטן אין אַ בשותּפֿותדיקן מאַניפֿעסט געוואָרנט, אַז דער עצם־קיום פֿון דער מדינה איז באַדראָט צוליבן פֿעלן פֿון אַ ישׂראלדיקער איניציאַטיוו, פֿון אַן אָפֿיציעלן ישׂראלדיקן שלום־פֿאָרשלאָג.

דזשאָרדזש בוש איז געקומען מיט זײַן "וועגן־מאַפּע" נאָך יענע אַלאַרם־וואָרענונגען פֿון די גענעראַלן אין יאָר 2002, נאָך דער, צו יענער צײַט איבערראַשנדיקער איניציאַטיוו פֿון סאַודיע, וואָס איז אַדאָפּטירט געוואָרן דורך דער "אַראַבישער ליגע". דער דאָזיקער פּלאַן האָט מבֿטל געמאַכט די "דרײַ לא’ון" פֿון כאַרטום און האָט פֿאָרגעלייגט ישׂראל אַ שלום מיט אַלע אַראַבישע לענדער דורך אַ הסכּם וועגן אַ פּאַלעסטינער מדינה. שרון האָט די אַראַבישע איניציאַטיוו פֿולשטענדיק איגנאָרירט. ער האָט אויך, נאָך אַראַפֿאַטס מיסטעריעזן טויט איגנאָרירט זײַן יורש אַבו מאַזען ווי אַ פּאַרטנער צו דעם שלום־פֿאַרמעסט: ער האָט אים פֿאַרגליכן צו אַן עופֿהלע, וואָס עס זענען אים נאָך קיין פֿעדערן נישט אויסגעוואַקסן.

אָבער אַריאל שרון האָט אָנגענומען די אַמעריקאַנער שלום־איניציאַטיוו — ערשטנס, כּדי קעגנצוּווירקן דעם "זשענעווער מאָדעל" פֿון אַ פּשרה־פֿאָרשלאָג צווישן ד"ר יוסי ביילין און דעם פּאַלעסטינער מנהיג אַבד על ראַבו, וואָס האָט דעמאָלט אָנגעהויבן אָננעמען אַ פּאָפּולערן שוווּנג בײַ ביידע פֿעלקער. ער האָט זיך שוין אויך געקענט דערלויבן אָנצונעמען די אַמעריקאַנער איניציאַטיוו און אַליין צו באַרעכטיקן זײַן ראַדיקאַלע איבערקערעניש נאָך דעם ווי ער האָט שוין מצליח געווען צו פֿאַרלייגן דעם וועג פֿון דעם שלום־צוג מיט דער הילף פֿון זײַן קאָלאָניאַליסטישן בולדאָזער. די "אָפּשיידונג פֿון עזה" איז געווען זײַן אומפֿאַרמײַדלעכער סטראַטעגישער צוריקטריט און דער אָפּגעצאָלטער שטײַער פֿאַר דער אַמעריקאַנער פּאָליטישער סטראַטעגיע.

רעגירונגען אין ישׂראל קומען און גייען אַוועק. זיי טוישן זיך דורכשניטלעך יעדע צוויי יאָר מיט צוויי חדשים, און יעדע רעגירונג קומט מיט אירע פּלענער, וואָס צילן געוויינטלעך צו שטרויכלען די פּלענער פֿון די פֿריִערדיקע רעגירונגען, פֿון די אַנדערע פּאַרטייען און קאָאַליציעס. אַזוי ווי אין דער פּאָליטיק, אַזוי איז אויך אין די סאָציאַלע, פֿינאַנציעלע, דערציִערישע און אַנדערע נאַציאָנאַלע פּראָיעקטן, וואָס קענען נישט ווערן רעאַליזירט.

עס איז שוין גענוג גערעדט און געשריבן געוואָרן וועגן דעם שטאַרקן "פֿרײַנדלעכן" דרוק, וועלכן די נײַע אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע פֿון באַראַק אָבאַמאַ האָט אויסגעיִבט אויף דעם פּרעמיער נתניהו ביז וואַנען ער האָט פֿון אים אַרויסגעקוועטשט דעם אויסדרוק "צוויי מדינות". ער האָט אָבער גוט געוווּסט, אַז דער דאָזיקער באַגער פֿון די אַמעריקאַנער צו געווינען די אַראַבישע אונטערשטיצונג קעגן דער אַגרעסיווער אַטאָמישער באַוואָפֿענונג פֿון איראַן וועט נישט קענען רעאַליזירט ווערן, — און דאָס צוליב דעם גוט פֿאַרפּלאַנירטן צוזאַמענשטעל, נישט אַזוי פֿון נתניהוס רעגירונגס־קאָאַליציע, וועלכע זאָל אים פֿאַרזיכערן אַ לענגער דויערנדיקע קאַדענץ, נאָר דער עיקר, מחמת דעם צוזאַמענשטעל פֿון דעם ענגערן קאַבינעט פֿון די זעקס מיניסטאָרן, צו וועלכע עס איז איצט צוגעקומען אַ זיבעטער, און דאָס איז דער מנהיג פֿון ש״ס אלי ישי. דער דאָזיקער קאַבינעט פֿון די זיבן, וואָס פֿינף פֿון זיי רעפּרעזענטירן דעם עקסטרעם רעכטן לאַגער און זײַנען דעקלאַרירטע קעגנערס פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה — אַזעלכע ווי בני (בעני) בעגין, אבֿיגדור ליבערמאַן, משה יעלון, אלי ישי און דניאל הערשקאָוויץ (פֿון "הבית היהודי", דער געוועזענער מפֿד״ל) און אַפֿילו סילוואַן שלום, בעת די איבעריקע צוויי — דער פּרעמיער נתניהו איז פֿאַר "אַ שלום פֿון אונטן" (דאָס הייסט, אַן "עקאָנאָמישער שלום" אָן אַ פֿולער פּאָליטישער זעלבשטענדיקייט) און אהוד ברק פֿון "עבֿודה", ווי דער פֿײַגנבלאַט פֿאַר דער פּאָליטיק פֿון "ליכּוד".

מיר האָבן דאָ נישט אויסגערעכנט די צענדליקער איניציאַטיוון פֿון די פֿריִערדיקע יאָרן, דאָס כּסדרדיקע בכּיוונדיקע פֿאַרפּאַסן די געעפֿנטע "פֿענצטערס פֿון די געלעגנהייטן" — אין דער צײַט ווען די קאָלאָניזאַציע ווערט פֿאַרשטאַרקט אָן אויפֿהער און צוזאַמען מיט איר די אָקופּאַציע, וואָס ווערט פֿאַרשטאַרקט מיט דער הילף און אונטערשטיצונג פֿון אַלע ביז איצטיקע רעגירונגען. דערמיט ווערט פֿאַרלייגט דער וועג צו אַ לייזונג, וואָס זאָל פֿאַרמײַדן אַ נײַע מלחמה — אַזאַ ווי די טרויעריק טראַגישע יום כּיפּור־מלחמה פֿון מיט 36 יאָר צוריק, וואָס איז געווען אַ רעזולטאַט פֿון דער פֿאַרריסענער זעלבסטזיכערקייט. אויב עס הערשט איצט אַ פֿאַרהעלטניסמעסיקע רו און אַ געוויסע קעגנזײַטיקע צוזאַמענאַרבעט אַפֿילו אויפֿן שטח פֿון דער זיכערהייט, איז דאָס אָן ספֿק אַ רעזולטאַט פֿון דעם אַזוי שטאַרק באַשמוצטן און פֿאַרהאַסטן אָפּמאַך פֿון אָסלאָ, וועלכער ווערט טיילווײַז רעאַליזירט. ער טאָר אָבער נישט ווערן אָפּגעשטעלט, ווײַל יעדע פֿאַרגליווערונג פֿון דעם שלום־פּראָצעס קאָן ברענגען צו אַ נײַעם אויסברוך פֿון אַ נײַער אינטיפֿאַדע.

די מנהיגים, סײַ פֿון ישׂראל און סײַ פֿון די פּאַלעסטינער דעקלאַרירן זייער גרייטקייט צו באַנײַען די שלום־געשפּרעכן "אָן פֿאָרבאַדינגונגען". אָבער סײַ ישׂראל און סײַ די פּאַלעסטינער זאָגן זיך אָפּ פֿון זייערע פֿריִערדיקע התחייבֿותן און שטעלן אַרויס נײַע פֿאָדערונגען, וואָס זאָלן באַשווערן דאָס זעצן זיך צום פֿאַרהאַנדלונגס־טיש. נתניהו האָט געהאַלטן אַ "שיינע" רעדע, האָט אַטאַקירט איראַן, געטאַדלט די פֿאַרלייקענער פֿון דעם ייִדישן חורבן, אָבער קיין שום וויזיע נישט פֿאָרגעשטעלט, קיין שום לייזונג נישט פֿאָרגעלייגט פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון דעם בלוטיקנדיקן מיטעלן מיזרח, פֿאַר דעם ייִדישן פֿאָלק און פֿאַר די פּאַלעסטינער. קיין שום פּאָזיטיוון פּלאַן צו דערנענטערן און דערגרייכן דעם אַזוי שטאַרק פֿאַרשפּעטיקטן שלום. במילא, וועט ער דאָך ווידער געשטרויכלט ווערן אויפֿן וועג פֿון דעם שוין אַ סך מאָל איבערגעחזרטן אָנהייב דורך די, וואָס האָבן דאָס ביז איצט געטאָן, ווי אַ נײַע רעפּעטיציע פֿון אַלע ביז־איצטיקע פֿאַרשפּילטע אָט־אָט־אָטן און סוף־כּל־סופֿן.

עס ווילט זיך אָבער נישט גלייבן, אַז דאָס זאָל זײַן די פּערספּעקטיוו פֿון דער רעגירונג פֿאַר דעם נײַעם יאָר, וואָס האָט ערשט נאָרוואָס צוגעזאָגט אַ "שנה טובֿה" מיט גוטע האָפֿענונגען, וואָס טאָרן נישט ווערן פֿאַרשווענדעט.

תּל־אָבֿיבֿ, דעם 29סטן סעפּטעמבער 2009