- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער אַלגעמיינער שטרײַק פֿון די לערער אין ישׂראל איז הײַנט, ווען מיר שרײַבן די דאָזיקע שורות, אַרײַנגעטראָטן אין זײַן 31־סטן טאָג, און אין 29סטן טאָג פֿונעם שטרײַק פֿון די פּראָפֿעסאָרן און לעקטאָרן אין די אוניווערסיטעטן. ער איז הײַנט אויך אַרײַן אין דער טאָג-טעגלעכער רוטין: דער שטרײַק האָט נישט נאָר אויפֿגעהערט צו דערשײַנען אין די הויפּט־קעפּ אויף די ערשטע זײַטן פֿון די צײַטונגען, נאָר איז צום ערשטן מאָל זינט זײַן אויסברוך דערשינען טיף אינעווייניק — אויף דער 11טער זײַט אין "הארץ" און אויף דער 13טער זײַט אין דער פֿאַרשפּרייטסטער צײַטונג אין לאַנד, אין "ידיעות אחרונות". איינע פֿון די האַרבסטע קאָשמאַרן, פֿון וועלכע עס לײַדן די באַזיצערס פֿון קאָמפּיוטערס, איז די שרעק פֿאַר אַ "ווירוס". נישט קיין ביאָלאָגישן (וואָס איז אויך נישט קיין קליינער שעדיקער פֿון דעם מענטשלעכן געזונט), נאָר פֿאַר דעם "טעכנאָלאָגישן" מזיק, וואָס כאַפּט זיך אַרײַן פּלוצעם און אומדערוואַרט, אַזוי ווי יענער ווירוס, אין די אינערלעכע געוויידן פֿון דעם מכשיר און מאַכט אָפֿטמאָל דאָרט אַ תּל פֿון זײַן גאַנצן אינהאַלט און פֿון דײַן גאַנצער מי. "עס איז לײַכטער פֿאַר מענטשן צו טוישן די פֿראָנטן, איידער די האָריזנטן" — האָט דער ייִדיש-פּוילישער דיכטער סטאַניסלאַוו יעזשי לעץ (טאַקע פֿון "לץ") געשריבן אין איינעם פֿון זײַנע אַפֿאָריזמען. דאָס האָט ער זיכער געמיינט נישט די פּשוטע מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר, נאָר זייערע מנהיגים, די פּאָליטיקער. די מנהיגים פֿון מדינת-ישׂראל האָבן זיכער אַ רײַכע דערפֿאַרונג אויף דעם געביט און דער דאָזיקער אַפֿאָריזם איז ווי אָנגעפּאַסט גענוי אויף זיי. דער מיטעלער מיזרח האָט צו "פֿאַרדאַנקען" זײַן וויכטיקער פּאָליטישער ראָלע און זײַן הויכן געאָפּאָליטישן סטאַטוס ווי דער ברויזנדיקער וווּלקאַן און פאָקוס פֿון דעם פּאָליטישן וועלט-יאַריד — אין זכות פֿון דעם, וואָס ער "זיצט" אויפֿן פּולווער-פֿאַס פֿון דער פּאָליטישער און מאַטעריעלער ענערגיע. זינט אָבער די וועלט האָט אָנגעהויבן זוכן נײַע מקורות און נײַע אַלטערנאַטיוועס פֿאַר אָט די ביידע ענערגיעס, האָט זיך דער פּאָליטישער סטאַטוס פֿון דעם ראַיאָן אַ היפּשן וואַקל געטאָן. ווען שווײַגן וואָלט געווען אַ פאַך, וואָלט ישׂראל געווען אַ קבצן אין זיבן פּאָלעס און וואָלט געגאַנגען אין אָפּגעריסענע קליידער. אויך דאָס רעדן האָט דער מדינה נישט אַרײַנגעבראַכט קיין גאָלד, אָבער דאָס רעדן איז בײַ די מנהיגים פֿון ישׂראל אַזוי ווי לופֿט צום אָטעמען. איינער פֿון די כאַראַקטער-שטריכן, וואָס ווערן אַרויסגעבראַכט אין דעם ישׂראלדיקן זעלבסט-הומאָר איז דער שפּאַס, אַז ווען עס טרעפֿט אַז אַ סאַברע קושט אַ מיידל, לויפֿט ער גלײַך אַוועק זיך באַרימען פֿאַר זײַנע חבֿרים, און זי אַנטלויפֿט דערווײַל צו דער פּאָליציי און קלאָגט אים אָן פֿאַר סעקסועלער באַלעסטיקונג... דער קאַסאַמען-טעראָר פֿון דעם איסלאַמישן דזשיהאַד האָט ווידער באַנײַט דאָס אָנוואַרפֿן אַ פּחד אויף דער באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל, מיטן דערעפֿענען דאָס נײַע שול־יאָר און מיטן באַנײַען די פּרוּוון צו דערגרייכן אַ שלום מיט אונדזערע שכנים, אויב ווער עס איז נאָך גרייט הײַנט אַזוינס צו דעוואַרטן. לכתּחילה האָט עס הײַנטיקע וואָך אויסגעזען, אַז דאָס נײַע שול־יאָר האָט צום ערשטן מאָל נאָך אַ סך יאָרן זיך געעפֿנט פֿרידלעך, עס ווערט דערציילט וועגן דעם ווי אַ ייִד האָט אין בית-מדרש אײַנגערוימט אַ צווייטן ייִד אין אויער, אַז דער גבאי פֿון דער שיל איז נישט קיין מאַנסביל. אָבער דער אַנדערער ייִד האָט פּראָטעסטירט און האָט אויסגעשריִען אויף אַ קול, אַז דאָס איז נישט אמת: ער אַליין איז געווען מיט יענעם אין דער שטאָטישער באָד און האָט מיט די אייגענע אויגן געזען, אַז יענער איז אַ פּאָלנער און כּשרער ייִד. אין ישׂראל — וווּ דען, אויב נישט אין ישׂראל? — איז אויפֿגעקומען מיט נײַנצן יאָר צוריק — דער געדאַנק צו אָרגאַניזירן יעדעס יאָר אויף דער ערד פֿון פּוילן, אין די אָנדענק-טעג פֿון דעם חורבן, אַ מאַרש פֿון דער ייִדישער יוגנט קיין אוישוויץ, צום מאַסן-קבֿר פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום. ער איז געבוירן געוואָרן, דער דאָזיקער געדאַנק, בײַ דעם לעצטנס דעמיסיאָנירטן פֿינאַנץ-מיניסטער אַבֿרהם הירשזאָן, וועלכער האָט אויך אויסגעטראַכט דעם נאָמען פֿאַר אָט דער דעמאָנסטראַציע צום "גיא המוות", עס רעדט זיך דאָ נישט, ווי דער לייענער קאָן מיינען, וועגן דער עקזיסטענץ פֿון דער מדינה. די זיכערהייט פֿון דער מדינה איז טאַקע באַדראָט, די גאַנצע 59 יאָר זינט איר אויפֿקום, אָבער נישט איר עצם עקזיסטענץ — אויף יעדן פֿאַל נישט איצט, כּל-זמן דער מאָדערנער המן־הרשע, דער אכמעדינעדזשאַד, איז נאָך נישט פֿאַרטיק מיט זײַן אַטאָמישער באָמבע. דאָ רעדט זיך וועגן דער מלחמה, וואָס דער פּרעמיער-מיניסטער, אהוד אָלמערט, די געשיכטע, ווי מיר ווייסן, איז אַ ריזיקער בית-עולם פֿון מצבֿות אין דער פֿאָרעם פֿון אָנדענק-טעג פֿון "היסטאָרישע פּאַסירונגען" — לויט דער סעלעקציע פֿון יעדן איינעמס אינטערעס, פֿון יעדן איינעמס פּערזענלעכן און קאָלעקטיוון זכּרון. הײַנטיקע וואָך איז "אַנטהילט געוואָרן" נאָך אַ מצבֿה אויפֿן בית-עולם פֿון דער געשיכטע, ס'איז צוגעקומען נאָך אַ דאַטע אויף אונדזער קאָלעקטיוון אָנדענק-לוח: דער 12טער יולי — דער ערשטער יאָרטאָג פֿונעם אויסברוך פֿון דער צווייטער מלחמה אין לבֿנון.
דער מנהיגים-קריזיס אין מדינת־ישׂראל האָט הײַנטיקע וואָך אויסגעוויילט און געקרוינט צוויי נײַע מנהיגים, וועלכע זי האָט אַרויסגעפֿאַנגען פֿון איר אַלטן מנהיגים-אַרסענאַל. ביידע האָבן זיי געטראָגן אויף זיך דעם שטעמפּל פֿון "לוזערס" — פֿאַרלירערס, און זענען ביידע, איין טאָג נאָך דעם אַנדערן, געקרוינט געוואָרן מיטן נצחון אין זייערע צוויי פֿאַרמעסטן פֿאַר דעם חסד און צוטרוי פֿונעם פֿאָלק: אהוד ברק צום צווייטן מאָל ווי דער פֿאָרזיצער פֿון "עבֿודה" און מיניסטער פֿאַר זיכערהייט, און — שמעון פּערעס נאָך אַ פּאָליטישער קאַריערע פֿון קרובֿ פֿינף יאָרצענדליקער און נאָך אַכט וואַל-פֿאַרלוסטן, ווי דער 9טער נשׂיא פֿון מדינת־ישׂראל, אויפֿן אָרט פֿון דעם טרויעריק־קאָמפּראָמיטירטן מדינה־פּרעזידענט משה קצבֿ. |