פּאָליטיק

עס ווערט דערציילט וועגן דעם ווי אַ ייִד האָט אין בית-מדרש אײַנגערוימט אַ צווייטן ייִד אין אויער, אַז דער גבאי פֿון דער שיל איז נישט קיין מאַנסביל. אָבער דער אַנדערער ייִד האָט פּראָטעסטירט און האָט אויסגעשריִען אויף אַ קול, אַז דאָס איז נישט אמת: ער אַליין איז געווען מיט יענעם אין דער שטאָטישער באָד און האָט מיט די אייגענע אויגן געזען, אַז יענער איז אַ פּאָלנער און כּשרער ייִד.
עס איז אָבער געווען גענוג די דאָזיקע אָפּלייקענונג, אַז אין שטעטל זאָל זיך גלײַך צעטראָגן דער קלאַנג, אַז דער גבאי פֿון דער שיל איז נישט קיין מאַנסביל. און דאָס גאַנצע שטעטל איז געגאַנגען כאָדאָראָם.
אַן ענלעכע זאַך פּאַסירט בײַ אונדז מיט די קלאַנגען, אַז אַ ליאַדע טאָג וועט אויס­ברעכן אַ נײַע מלחמה. שוין מער ווי אַ יאָר, זינט עס האָט זיך פֿאַרענדיקט, נאָך 33 טעג, די צווייטע לבֿנונישע מלחמה, און מען רעדט שוין וועגן דער קומענדיקער מלחמה ווי וועגן אַ נאַטירלעכער זעלבסטפֿאַר­שטענד­לעכקייט. ווי דאָס וואָלט גע­ווען עפּעס אַ באַשטעלטע אימפּרעזע, אַ געפּלאַנ­טע סעריע קאָנצערטן מיט אויפֿטריטן פֿון וועלטבאַרימטע אַקטיאָרן און זינגער, אָדער גאָר אַ וועלכע עס איז אַנדערע פֿרידלעכע פֿאַרווײַלונג אָן בלוט און פֿײַער און אָן קרבנות און לוויות.
שוין איבערגעקומען די יאָרצײַט-רי­טואַלן נאָך די קרבנות פֿון דער מלחמה, מען וואַרט נאָך אַלץ אויף דעם ענדגילטיקן באַריכט פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע — און מען דערוואַרט שוין אַ נײַע מלחמה, כּדי צו שעפּן פֿון איר פֿרישע עמאָציעס און פֿרישע מאָטיוון פֿאַר די נאַציאָנאַלע מחלוקתן. באַזונדערס, אין די לעצטע פּאָר וואָכן, ווען די קלאַנגען וועגן אַ מעגלעכער מלחמה הוידלען זיך אָן אויפֿהער צווישן יאָ און ניין. און דווקא די אָפּלייקענונג, וואָס עס האָט געלאָזט הערן דער זיכערהייט-מיניסטער אהוד ברק, אַז "קיין מלחמה וועט איצטער נישט זײַן — האָט פֿאַרשטאַרקט די מורא, אַז אַ נײַע מלחמה שטייט אויף דער שוועל אין אונדזער ראַיאָן.
עס איז אינטערעסאַנט, אַז די קלאַנגען וועגן אַ נאָענטער מלחמה שוועבן אַרום אין דער זעלבער צײַט און פּאַראַלעל צו די געדיכטע סיגנאַלן און אמתדיקע פּרוּוון און פּלענער צו באַנײַען דעם שלום-פּראָ­צעס. אַ געמיש פֿון דערוואַרטונגען און סקעפּטישקייט פֿון פֿאָרויס, פֿון געוואַגטע פּלענער און, דער עיקר — פֿון אַ שלאַבער­דיקער גלײַכגיליטיקייט, ווי עס וואָלט זיך דאָ גערעדט וועגן ווײַטע לענדער, ערגעץ אין לאַטײַן-אַמעריקע אָדער אין אינדאָכינע, און נישט בײַ אונדז, אין דער אייגענער היים.
עס זענען נאָך קיינמאָל נישט געווען אין אונדזער ראַיאָן אַזוי פֿיל אויסדרוקן פֿון גוטן ווילן, אַזוי פֿיל פּלענער און פּראָיעקטן פֿאַר אַ שלום — און אין דער זעלבער צײַט אַזוי פֿיל רייד וועגן מלחמה — ווי אין אָט די הייסע טעג פֿון חודש אויגוסט. און — אַזוי ווי די קלאַנגען וועגן אַ דראָענדיקער מלחמה — ווערן אויך די כּלערליי רייד וועגן אַ מעגלעכן שלום, אויפֿגענומען מיט דער זעלבער גלײַכגילטיקייט, מיטן זעלבן אומגלויבן.
דער אונטערשייד צווישן די צוויי דער­וואַרטונגען איז נאָר דער, וואָס די ערשטע איז נישט אַלעמאָל אָפּהענגיק פֿון די צדדים, בעת די אַנדערע, די מעגלעכקייט פֿון אַ שלום, איז געווענדט קודם־כּל אין די מנהיגים און פּאָליטיקער.
דאָס איז אפֿשר דערפֿאַר, ווײַל סײַ ישׂראל און סײַ אונדזערע אַראַבישע שכנים זענען איצט באַשעפֿטיקט מיט זיך אליין. די פּאַלעסטינער זענען אינערלעך צעשפּאָלטן אין דער העכסטער פֿײַנטשאַפֿט צווישן דעם "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס", צווישן דעם מערבֿ־ברעג און עזה; און לבֿנון געפֿינט זיך אין קלעם צווישן "כעזבאָלאַ" און דער פּראָ-מערבֿדיקער אָפּאָזיציע, ווי אויך צווישן דער סיריש־איראַנישער אַקס און די מעסיקערע אַראַבישע לענדער, בראָש מיט סאַודיע און עגיפּטן.
פֿון די אַראַבישע לענדער — אַפֿילו פֿון סיריע — קומען לעצטנס אָן אויפֿהער סיג­נאַלן פֿון טאַקע "נײַע האָריזאָנטן", ווי די אַמעריקאנער אויסער-מיניסטאָרין האָט עס באַצייכנט — וועגן דעם ווילן צו פֿאַרענדיקן דעם סיכסוך מיט ישׂראל. שוין מיט פֿינף יאָר צוריק האָט דער קעניג פֿון סאַודיע פֿאָרגעלייגט זײַן פּלאַן פֿון אַ שלום צווישן ישׂראל און אַלע אַראַבישע לענדער. ישׂראל האָט דאַן דעם פֿאָרשלאַג איגנאָרירט, אָבער סאַודיע האָט אים איצט ווידער איבערגע­חזרט, און ישׂראל האָט נאָך אַלץ אויף אים נישט רעאַגירט; דער הערשער פֿון סיריע האָט שוין בעת דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה פֿיל מאָל דערקלערט זײַן ווילן אײַנצושטעלן אַ שלום — אפֿשר נאָר כּדי צו געווינען דעם חסד פֿון אַמעריקע, אָבער ישׂראל האָט נישט געטאָרט אים איגנאָרירן. אַ סך אַנדערע פֿאָרשלאַגן זענען געוואָרן איגנאָרירט, אין דער צײַט ווען אין ישׂראל האָט מען געוואָרנט קעגן די כּוונות פֿון דעם סירישן הערשער. מיט דעם פּאַלעסטי­נער מנהיג אַבו-מאַזען פֿירט דער פּרעמיער אָלמערט רעגולערע געשפּרעכן יעדע צוויי וואָכן, ווי אַ צוגרייטונג צו דער אינטער­נאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿאַרן שלום אין מיטעלן מיזרח, וואָס וואַשינגטאָן גרייט זיך צו אָרגאַניזירן אין חודש נאָוועמבער.
ישׂראל נעמט זיך אָבער נישט איבער מיט אָט דער גינסטיקער אַטמאַספֿער. דער איצטיקער זיכערהייט-מיניסטער, דער מנהיג פֿון "עבֿודה" אהוד ברק, איז ווידער אַרויסגעקומען מיט זײַן אַלטער טענה פֿון נאָך דעם דורכפֿאַל פֿון קעמפּ־דייוויד, אַז ישׂראל האָט נישט קיין פּאַלעסטינער פּאַרט­נער צו קיין שלום-געשפּרעכן. אויך די פּראָ־מערבֿדיקע אַראַבישע מנהיגים, טענהט ער, זענען נישט קיין פּאַרטנערן צו א שלום מיט ישׂראל. אין אָט די אומשטענדן האָט ישׂראל גענומען דורכפֿירן גרויספֿאַרנעמיקע מיליטערישע מאַנעוורעס אויפֿן גולן, אין דער צײַט ווען רוסלאַנד האָט זיך צוריק­געקערט צו איר אַלטער סטראַטעגיע זיך טיפֿער צו אַנגאַזשירן אין דעם ראַיאָן לטובֿת סיריע. די דאָזיקע מאַנעוורעס האָבן אַרויס­גערופֿן אַ היפּשע נערוועזקייט — נישט נאָר אין סיריע, — און דאָס איז אויך געווען די סיבה הלמאי ברק איז אַרויס מיט זײַן, כּלומרשט באַרויִקנדיקער דערקלערונג, אַז עס וועט נישט זײַן קיין מלחמה איצט, דעם זומער...
און, אויב עס גייט אין ישׂראל, האָבן מיר שוין פֿון לאַנג נישט געהאַט אַזאַ הייסן זומער מיט אַזוי פֿיל אינערלעכע סקאַנדאַלן, אַפֿערעס און פּראָבלעמען, ווי אין די איצטיקע טעג פֿון חודש אויגוסט. עס איז שווער זיי צו דערמאָנען, ווײַל דאָ האָבן ידיעות אַ קורצן לעבנסדויער, זיי טוישן זיך זייער גיך, ווערן מאָמענטאַל פֿאַרגעסן און פֿאַרוואַנדלט אין פֿאַרגאַנגענהייט. אָבער די באַריכטן פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע, פֿון דעם מדינה-קאָנטראָלער, ווי אויך די זיך מערנדיקע רציחות, שוין אָפּגערעדט פֿון די קאַסאַמען; זיי לאָזן זיך נישט גרינג פֿאַרגעסן אַזוי ווי די אָפֿטע פֿאַרקער־אומ­גליקן, די אויטאָ־קאַטאַסטראָפֿעס מיט זייערע שווערע קרבנות, ווי אַ רעזולטאַט פֿון שיכּרות, די פֿאַרגוואַלדיקונגען אין רעזולטאַט פֿון סמען און פֿון משקה, רויב-איבערפֿאַלן און דעפֿראַודאַציעס, באַנקראָטן פֿון גרויסע בוי-אונטערנעמונגען (למשל: "חפֿציבה" א"אַ). און איבער דעם אַלעם — דער מיט 60 יאָר פֿאַרשפּעטיקטער — און נאָך אַלץ נישט פֿאַרענדיקטער — תּיקון־טעות פֿון דעם אויסגעפּײַניקטן חשבון פֿון דער מדינה מיט דער שאַרית־הפּליטה, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און געפֿינט נאָך אַלץ נישט קיין מנוחה אין ייִדישן לאַנד.
הײַנטיקע וואָך האָט די פֿאָרזיצערין פֿון דער כּנסת, דליה איציק, זיך עפֿנטלעך אַנטשולדיקט פֿאַר דער שאַרית־הפּליטה פֿאַר דער אומגערעכטער באַציִונג מצד דער מדינה — מצד אַלע אירע רעגירונגען, וועלכע האָבן אין משך פֿון 60 יאָר "פֿאַרנאַכלעסיקט" און איגנאָרירט די ליידן פֿון די איבער­לעבנדיקע. אָבער די דעקלאַרירטע סאָלידאַ­ריטעט מיט זייערע ליידן האָט זייער נויט, די עוולה און די באַליידיקונג נישט פֿאַר­קלענערט.
מיט צוויי וואָכן צוריק האָט עס שוין געהאַט אויסגעזען, אַז די דעמאָנסטראַציע פֿון די "איבערלעבנדיקע", וואָס האָט אויפֿ­געטרייסלט דאָס געוויסן פֿון דער באַפֿעל­קערונג פֿונעם לאַנד, האָט אויך מצליח געווען אַדורכצוברעכן דעם האַרטן פּאַנצער פֿון דער טעמפּער האַרצלאָזיקייט בײַ די מנהיגים פֿון דער מדינה. די אָנפֿירער פֿון די צענדליקער פֿאַרבאַנדן פֿון דער שאַרית־הפּליטה און די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם "מאַרש פֿון די נאָך לעבנדיקע" האָבן גע­גלייבט דער פֿאַרזיכערונג פֿון דעם פּרע­מיער. דער פּרעמיער־מיניסטער האָט זיך פֿײַערלעך פֿאַרפּליכטעט — שוין נישט צום ערשטן מאָל — אַז ביז ראָש־השנה וועלן אַלע פּראָבלעמען ווערן געלייזט, און עס וועט נישט בלײַבן קיין איינציקער פֿון די קרבנות פֿון די נאַצישע רדיפֿות, וואָס וועט נישט ווערן פֿאַרגיטיקט. איצט האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די רעגירונג האָט געפֿונען אַ לייזונג נאָר פֿאַר 8,000 פֿון די איבער צוויי הונדערט טויזנט — און אַז ביז איצט — נאָך איבער 60 יאָר איז נאָך נישט געפֿונען געוואָרן קיין ענטפֿער אויף דער פֿראַגע: ווער איז אַ קרבן, ווער איז אַ פּליט און ווער ס'איז אַן איבערבלײַבער, אַ "שׂריד" אויף העברעיִש און אַ surviver אויף ענגליש.
דאָס איז אָבער נאָר איינע פֿון די צענדליקער פֿאַרפֿליכטונגען, וואָס דער פּרעמיער־מיניסטער האָט אויף זיך גענומען אין די אָנדערטהאַלבן יאָר פֿון זײַן רעגירן. ער איז אָבער נישט דער איינציקער, וואָס זײַנע הבֿטחות טרוקענען זיך אויס צוזאַמען מיטן טינט אויף דעם פּאַפּיר, אויף וועלכן זיי ווערן פֿאַרשריבן. די גאַנצע רעגירונג געפֿינט זיך איצט אינעם פֿיבער פֿון ערבֿ דער אָפּשטימונג איבער דעם מדינה-בודזשעט. דאָס געשעט אָבער יעדעס יאָר בײַם באַ­האַנדלען דעם זיכערהייט-בודזשעט. עס שאַפֿט זיך דעריבער דער אײַנדרוק ווי די מיליטאַנטישע דערקלערונגען און די קריגס-אַלאַרמען וואָלטן געווען געצילט צו ווירקן אויף דער אָפּשטימונג אין דער כּנסת.
עס זעט אויס, אַז ברקס איצטיקע וואָרענונגען אַז מדינת־ישׂראל האָט אין די לעצטע יאָרן זיך אויסגעליידיקט פֿון איר באַוואָפֿענונג און זי נייטיקט זיך אין באַנײַטע מאָדערנע קריגס-כּלים, ווי אויך די טענות אין דער רעגירונג, אַז זי האָט נישט מיט וואָס צו פֿאַרגיטיקן די קרבנות פֿון נאַציזם — זענען אַ טייל פֿון דער מלחמה איבער דעם בודזשעט פֿון דער מדינה.

תּל-אָבֿיבֿ, 21סטער אויגוסט, 2007