ווען שווײַגן וואָלט געווען אַ פאַך, וואָלט ישׂראל געווען אַ קבצן אין זיבן פּאָלעס און וואָלט געגאַנגען אין אָפּגעריסענע קליידער. אויך דאָס רעדן האָט דער מדינה נישט אַרײַנגעבראַכט קיין גאָלד, אָבער דאָס רעדן איז בײַ די מנהיגים פֿון ישׂראל אַזוי ווי לופֿט צום אָטעמען. איינער פֿון די כאַראַקטער-שטריכן, וואָס ווערן אַרויסגעבראַכט אין דעם ישׂראלדיקן זעלבסט-הומאָר איז דער שפּאַס, אַז ווען עס טרעפֿט אַז אַ סאַברע קושט אַ מיידל, לויפֿט ער גלײַך אַוועק זיך באַרימען פֿאַר זײַנע חבֿרים, און זי אַנטלויפֿט דערווײַל צו דער פּאָליציי און קלאָגט אים אָן פֿאַר סעקסועלער באַלעסטיקונג...
אהוד אָלמערט געהערט נישט צו די שווײַגערס. מ'קאָן אים נישט באַשולדיקן אין אײַנגעהאַלטנקייט. וואָס שייך דער באַרעדעוודיקייט אין זײַן פּאָליטישער קאַריערע, און גאָר באַזונדערס פֿאַר דער קורצער צײַט פֿון זײַן אַמטירן ווי דער פּרעמיער-מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל, האָט ער שוין באַוויזן אָנצוזאַמלען פֿולע קוישן מיט דיבורים און מיט אָן אַ שיעור צוזאָגענישן, פֿון וועלכע עס האָט לרובֿ זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם.
אָבער דאָס מאָל, אין חודש אלול און אין די טעג פֿון חשבון־הנפֿש, האָט ער זיך אַרויסגעוויזן פֿאַר אַ מײַסטער פֿון אײַנגעהאַלטנקייט און האָט גענומען אויף זיך אַ תּענית־הדיבור. נישט נאָר נאָך דער מיסטעריעזער נאַכט פֿון 5טן אויפֿן 6טן ד"ח, נאָר אויך מיטן פּרעצעדענטלאָזן באַשלוס נישט אויפֿצוטרעטן פֿאַר די זשורנאַליסטן ערבֿ ראָש־השנה, ווי עס פֿירט זיך שוין כּמעט 60 יאָר.
עס זעט שיִער נישט אויס, ווי דער פּרעמיער-מיניסטער פֿון ישׂראל וואָלט זיך צוזאַמענגערעדט מיטן פּרעזידענט פֿון סיריע, באַשיר אַסאַד, וועגן אַ בשותּפֿותדיקער סטראַטעגיע — אַ סטראַטעגיע פֿון שווײַגן, כּדי דער בשותּפֿותדיקער סוד זאָל בלײַבן באַגראָבן אין יענעם טיפֿן גרוב, וואָס די ישׂראלדיקע עראָפּלאַנען האָבן, ווי עס זענען מגלה די אויסלענדישע מקורות, אויסגעגראָבן באָמבאַרדירנדיק יענעם געהיימען אָביעקט אינעם מידבר אין צפֿון פֿון סיריע, נעבן דער טערקישער גרענעץ.
וואָס אַזוינס איז געווען דער "בשותּפֿותדיקער אינטערעס" פֿון ביידע פֿײַנטלעכע צדדים, פֿון די צוויי מדינות, וואָס געפֿינען זיך אין מלחמה-צושטאַנד איינער קעגן דער אַנדערער? וואָס שייך ישׂראל איז קלאָר, אַז זי האָט געוואָלט אויסמײַדן אַן אינטערנאַציאָנאַלע טאַדלונג ווי אַן אַגרעסאָר, וואָס האָט פֿאַרלעצט די סוּווערעניטעט פֿון אַ צווייטער מדינה; סיריע, דאַקעגן, וויל נישט אויפֿדעקן פֿאַר דער וועלט דעם סוד, פֿון וואָס פֿאַר אַ טײַערן אוצר זי האַלט דאָרט פֿאַרגראָבן אין די טיפֿענישן פֿון דער וויסטע, אויפֿן קרײַצוועג צווישן די דרײַ זײַלן פֿון דער "אַקס פֿון רישעות" — ווי דער פּרעזידענט בוש האָט באַצײַכנט דעם דרײַ-עק פֿון אונדזערע שכנים סיריע און איראַן, און דער ווײַטער צפֿון-קאָרעע. אין דער זעלבער צײַט וויל אויך סיריע נישט אָפּדעקן די בושה פֿון לאָזן זיך אַטאַקירן, און נישט זײַן מסוגל צו ענטפֿערן.
אַזוי אַרום איז דער באַלאַנס פֿון שרעק, דער וועט-געיעג צווישן די פֿײַנט פֿאַר דעם כּוח פֿון אָפּשרעקן איינער דעם אַנדערן — געוואָרן גאָר אַ באַלאַנס פֿון בושה, און טאַקע ווי זיי וואָלטן געהאַט זיך אָפּגערעדט צווישן זיך...
ווען די ידיעה וועגן אַ מיסטעריעזן זיכערהײַטלעכן אַקט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין יענער נאַכט איז צום ערשטן מאָל דערשינען סטעריל, אַרומגעצופּט פֿון דער צענזור אין דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע, האָט איר מיליטערישער קאָרעספּאָנדענט געזאָגט, אַז ער ווייסט נאָך גאָרנישט, אָבער לויטן שווײַגן פֿון די אָפֿיציעלע פֿאַקטאָרן, זעט עס אויס, אַז עס איז פֿאָרגעקומען אַן אומגעוויינטלעכע זאַך פֿון אַן אומגעוויינלעכן פֿאַרנעם. דאָס שווײַגן פֿון די סיריער איז נישט געווען אַזוי טאָטאַל און אַבסאָלוט, ווי פֿון די ישׂראלדיקע מאַכט-פֿאַקטאָרן. זיי זענען דאָך געוואָרן אַטאַקירט, זיי מוזן דאָך פּראָטעסטירן. האָבן זיי דאָס געטאָן "אויף אַ פֿרידלעכן אופֿן", דורך באַשולדיקן ישׂראל אין אַגרעסיע און דורך אָפּלייקענען די הצלחה פֿון דער דאָזיקער ישׂראלדיקער אַגרעסיע.
ביז גאָר פּיקאַנט איז אָבער געווען די אויפֿקלערונג פֿון איינעם פֿון די סירישע וואָרטזאָגערס, וועלכער האָט אויסגענוצט די באַרימערישע טבֿע פֿון די ישׂראלים, וואָס מיר האָבן אויבן באַשריבן אינעם אָנהייב פֿון אונדזער אַרטיקל: ווען ישׂראל האָט געהאַט באָמבאַרדירט דעם אַטאָמישן רעאַקטאָר אין איראַק, האָט בעגין זיך באַרימט פֿאַר דער גאַנצער וועלט, און אויב ישׂראל שווײַגט איצט, איז דאָס אַ גוטער סימן, אַז ישׂראל איז ניכשל געוואָרן און אירע פֿליִערס האָבן נישט מצליח געווען אין זייער אַגרעסיווער שליחות... — האָט אויסגעפֿירט דער סירישער וואָרטזאָגער.
עס איז קלאָר, אַז אין דער הײַנטיקער דיגיטאַלישער עפּאָכע קאָן מען קיין זאַך נישט פֿאַרהוילן און קיין שום צענזור איז נישט מסוגל צו פֿאַרצוימען דעם פּראַלנדיקן כּוח פֿון דער פרײַער אינפֿאָרמאַציע. דער עצם אָנשטרענג פֿון דער צענזור צו האַלטן זי אין צוים, פֿאַרשטאַרקט נאָך מער דעם דראַנג פֿון דער עלעקטראָנישער און געדרוקטער קאָמוניקאַציע אויפֿצודעקן דעם סוד, און זי פֿאַרמאָגט שוין די נייטיקע מיטלען דערצו.
אויב אין ישׂראל איז נאָך אַלץ גילטיק דער פֿאַרבאָט פֿון דער צענזור צו פֿאַרעפֿנטלעכן פּרטים פֿון דער "אומגעוויינטלעכער זאַך", וואָס איז פֿאָרגעקומען אין צפֿון-סיריע, פֿאַרעפֿנטלעכן די צײַטונגען און די עלעקטראָנישע קאָמוניקאַציע אין אויסלאַנד די גענויעסטע ספּעקולאַטיווע און פּיקאַנטע פּרטים פֿון דער אָפּעראַציע. אָבער אַן אינטערעסאַנטן אָנדײַט האָט געגעבן דווקא דער שעף פֿון דעם ישׂראלדיקן אינפֿאָרמאַציע-דינסט גענעראַל עמוס יעדלין, אויפֿטרעטנדיק פֿאַר דער אויסערן- און זיכערהייט-קאָמיסיע פֿון דער כּנסת. ער האָט אונטערגעשטראָכן, אַז צה"ל, די ישׂראלדיקע אַרמיי, האָט צוריקגעקערט צו זיך דעם "כּוח ההרתּעה", דעם אָפּשרעקונגס-כּוח.
פֿאָרמעל האָט ער נישט גערעדט וועגן דער אָפּעראַציע אין סיריע — וועגן דעם האָט ער נישט געטאָרט רעדן. אָבער עס איז פֿאַר קיינעם קיין ספֿק נישט געווען, אַז דער באַריכט וועגן דעם "אָפּשרעקונגס-באַלאַנס" איז געקומען אין קאָנטעקסט מיט אָט דער "אומגעוויינטלעכער זאַך" אין די הימלען איבער דער סירישער וויסטע. די אָפּאָזיציע — פֿון לינקס און פֿון רעכטס — האָט באַשולדיקט די רעגירונג אין פֿאַרהוילן דעם אמת אַפֿילו פֿאַר דער כּנסת, ווײַל לויטן געזעץ, איז זי מחויבֿ צו אינפֿאָרמירן די העכסטע דעמאָקראַטישע אינסטאַנץ, די כּנסת, וועגן מיליטערישע אָפּעראַציעס פֿון דעם פֿאַרנעם — און אויב זי איז באַגרענעצט צוליב דער שטרענגער געהיימקייט פֿון דער פּעולה, דאַרף זי באַריכטן ווייניקסטנס דער ספּעציעלער סובקאָמיסיע בײַ דער פּאַרלאַמענטאַרישער קאָמיסיע פֿאַר די ענינים פֿון דער נאַציאָנאַלער זיכערהײַט.
און אויב דער פּרעמיער-מיניסטער האָט אויף אַ ווײַלע איבערגעריסן דעם תּענית־הדיבור און האָט אָנגעהויבן רעדן — איז דאָס נישט געווען פֿאַרן פּאַרלאַמענטאַרישן פֿאָרום, נאָר פֿאַר די מיניסטאָרן פֿון "קדימה", צו פֿאַרשטאַרקן זײַן פּרעסטיזש און פּאָזיציע אין זײַן פּאַרטיי, און פֿאַר אויסלענדישע — נישט פֿאַר ישׂראלדיקע — זשורנאַליסטן. אָבער וועגן דעם "ברענענדיקן ענין" האָט ער פֿאַר זיי נישט גערעדט: פֿאַר די אויסלענדישע רעפּאָרטערס און קאָרעספּאָנדענטן האָט ער גאָר אויסגעדריקט זײַן ווילן צו פֿאַרהאַנדלען מיט סיריע וועגן אַ שלום — אָן שום פֿאָרבאַדינגונגען און לויטן פּרינציפּ פֿון "אַ שלום פֿאַר אַ שלום", אָן צו דערמאָנען דעם ענין גולן. דאָס איז אָבער נישט דאָס ערשטע מאָל ווי אָלמערט דערקלערט זײַן גרייטקייט צו רעדן מיט סיריע און דערנאָך לייקנט ער דאָס אָפּ. אין איינער פֿון זײַנע דערקלערונגען אין לויף פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה האָט ער אַפֿילו, רעאַגירנדיק אויף די אָפֿטע שלום-סיגנאַלן פֿון סירישן פּרעזידענט געזאָגט, אַז ער וואָלט גערן פֿאַרהאַנדלט מיט סיריע וועגן אַ שלום, אָבער וואַשינגטאָן איז איצט דערויף נישט גרייט.
מיטן לויף פֿון דער צײַט האָבן דאָס אָרט פֿון די שלום-סיגנאַלן איבערגענומען די מלחמה-דראָונגען און וואָרענונגען, די מיליטערישע מאַנעוורעס אויפֿן גולן און אויף יענער זײַט גרענעץ, דער דועל פֿון די אָפּשרעקונגען און די באַרויִקנדיקע דערקלערונגען, אַז "קיין מלחמה וועט איצט נישט זײַן" — וואָס האָבן נאָך מער פֿאַרשטאַרקט דעם חשד און די שפּאַנונג. ביידע צדדים זענען אָבער, קענטיק, "נאָך נישט" גרייט צו קיין מלחמה, און די אינערלעכע טוריסטיק אין גליל האָט פֿאַרפֿולט די האָטעלן, די "צימערן" און די אָפּרו-ערטער מיט די הונדערטער-טויזנטער באַזוכער, די רײַזע-ביוראָען האָבן געאַרבעט איבערשעהן און ווער עס האָט זיך געקענט דערלויבן, האָט זיך געלאָזט וויילגיין אין טערקײַ, אין טײַלאַנד, אין סיני און אין אַלע שיינע נאַטור-ווינקעלעך אויף דער וועלט.
מלחמות זענען אָבער זיך נוהג אויסצוברעכן נישט דווקא ווען מען איז צו זיי צוגעגרייט. זיי קענען אויסברעכן אין רעזולטאַט פֿון אַ פּראָוואָקאַציע; נישט זעלטן ברעכן זיי אויס צוליב אַן אומפֿאָרזיכטיקן אויסדרוק אָדער האַנדלונג פֿון אַ מדינה-פֿירער, אָדער אַ זעלנער בײַ דער גרענעץ, טיילמאָל צוליב אַ באַליידיקונג פֿון דער "נאַציאָנאַלער ווירדע", אָפֿטמאָל צוליב די אָנגעזאַמלטע און איבערגעפֿולטע געווער-אַרסענאַלן און אויך צוליב אינערלעך-פּאָליטישע מאָטיוון. האָט דאָך דער מיודענו קיסינדזשער זײַנערצײַט געזאָגט, אַז ישׂראל האָט נישט קיין אויסערלעכע פּאַליטיק, נאָר אַן אינערלעכע, וואָס דיקטירט אירע באַציִונגען מיט דער דרויסנדיקער וועלט.
און אַז עס עפֿנט זיך ווען עס איז אַ "פֿענצטער פֿאַר אַ געלעגנהייט", האָט ישׂראל מורא פֿאַר אַ צוג-ווינט.
תּל-אָבֿיבֿ, 18טער סעפּטעמבער, 2007