פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"עס איז לײַכטער פֿאַר מענטשן צו טוישן די פֿראָנטן, איידער די האָריזנטן" — האָט דער ייִדיש-פּוילישער דיכטער סטאַניסלאַוו יעזשי לעץ (טאַקע פֿון "לץ") געשריבן אין איינעם פֿון זײַנע אַפֿאָריזמען. דאָס האָט ער זיכער געמיינט נישט די פּשוטע מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר, נאָר זייערע מנהיגים, די פּאָליטיקער. די מנהיגים פֿון מדינת-ישׂראל האָבן זיכער אַ רײַכע דערפֿאַרונג אויף דעם געביט און דער דאָזיקער אַפֿאָריזם איז ווי אָנגעפּאַסט גענוי אויף זיי.

דער פּרעמיער אהוד אָלמערט האָט אַ סך געלערנט פֿון זײַנע פֿאָרגייער, און גאָר באַזונדערס פֿון דעם לעצטן, זײַענדיק זײַן געטרײַער נאָכפֿאָלגער אויף אַלע פֿראָנטן פֿון זײַן פּאָליטישער אַקטיוויטעט. ער שטײַגט אים אַפֿילו איבער אויף דעם געביט — אין דער צאָל פֿראָנטן, אויף וועלכע ער דאַרף זיך פֿאַרמעסטן.

בערך מיט אַ יאָר צוריק האָט די אַמע­ריקאַנער מלוכה-סעקרעטאַרין קאָנדאָליזאַ רײַס געעפֿנט פֿאַר דעם פּרעמיער-מיניסטער פֿון ישׂראל אַ "נײַעם האָריזאָנט", ברענגענ­דיק פֿאַר אים דעם געדאַנק וועגן אַן אינ­טערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿאַר אַ רעגיאָ­נאַלן שלום אין מיטעלן מיזרח. זי האָט דאָס באַצייכנט ווי אַ זעלטענע גינסטיקע געלעגנהייט סײַ פֿאַר מדינת־ישׂראל און סײַ פֿאַר אירע אַראַבישע שכנים, און דער עיקר די פּאַלעסטינער: אַ געלעגנהייט, וואָס אַזאַ איז נאָך נישט געווען אין דער גע­שיכטע פֿון דעם ישׂראל-אַראַבישן קאָנ­פֿליקט און אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל: די אַראַבישע לענדער האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון די "דרײַ לאון פֿון כאַרטום" און זענען מער געאייניקט צוליב דעם דראָענדיקן כּוח פֿון איראַן און זיי נייטיקן זיך אין אַ שטילשטאַנד אין דעם ראַיאָן, איידער איראַן ווערט אַן אַטאָמישע גרויס­מאַכט. די פּאַלעסטינער זענען געשפּאָלטן, עזה איז באַהערשט פֿון "כאַמאַס", אָבער דער מערבֿדיקער ברעג (יהודה און שומרון) איז אונטער דער הערשאַפֿט פֿון אַ שלום-וויליקער אָנפֿירונג אונטער אַבו מאַזען, וועלכער האָט פּראָקלאַמירט דעם סוף פֿון דער צווייטער אינטיפֿאַדע, די זיכערהייט-לאַגע האָט זיך שטאַרק פֿאַרבעסערט, כאָטש די מיליטערישע שליטה פֿון ישׂראל איז דאָרט נישט געוואָרן אָפּגעשוואַכט. די עקאָנאָמישע לאַגע איז אויך בעסער געוואָרן. די צוויי-וועכנטלעכע צוגרייטונגס-געשפּרעכן צו דער קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָ­ליס צווישן אָלמערט און אַבו-מאַזען גייען אָן אַויף אַ פֿרידלעכן וועג, כאָטש קיין פֿאָרשריט איז אין זיי נאָך נישטאָ — און עס זעט אויס, אַז די "האָריזאָנטן" פֿאַר דעם שלום, וועגן וועלכע עס האָט גערעדט קאָנדאָליזאַ רײַס, זענען אָפֿן צו רעאַליזירן די "וועגן-מאַפּע" פֿון פּרעזידענט בוש.

אָבער — ניין, די האָריזאָנטן און די מאַפּע זענען טאַקע איצט אָפֿן, אָבער די וועגן צו זיי זענען געוואָרן פֿאַרצוימט, פֿאַרלייגט צווישן דער "גרינער ליניע" פֿון 4.6.1967 און דער געדיכטער נעץ פֿון די כּלערליי "רויטע ליניעס", וואָס עס האָבן מיט דער צײַט אָנגעלייגט און אָנגעצייכנט די פּאָליטיקער און פּאַרטיייִשע מנהיגים — און ווײַט נישט בלויז פֿון דער אָפּאָזיציע. דער פֿאַרבוי פֿון די זידלונגען אויף די פּאַלעסטינער שטחים גייט אָן אומגעשטערט אין אַ פֿיבערדיקן טעמפּאָ, ווי עס וואָלטן קיין געשפּרעכן נישט געווען. די איבער 500 מיליטערישע קאָנטראָל-פּונקטן אויף די וועגן "אַרבעטן איבערשעהן"...

אין צענטער פֿון דער קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס וועט שטיין די שוין דערגרייכטע קעגנזײַטיקע הסכּמה אויף אַן אומאָפּהענ­גיקער פּאַלעסטינער מדינה. אָבער וועגן איר געאָ­פּאָליטישער גרונט-סטרוקטור, די עיקרדיקע פּרינציפּיעלע אויפֿפֿאַסונגען וועגן איר מהות, איר שטח און אירע גרענעצן, ירושלים, הר־הבית, רעפּאַטריאַציע פֿון פּליטים און וואַ­סער-מקורות — צוליב וועל­כע עס זענען דורכ­געפֿאַלן מיט זיבן יאָר צוריק די געשפּרעכן אין קעמפּ דייוויד — וועגן זיי איז נאָך אַלץ פֿאַראַן אַ טיפֿער אָפּגרונט צווישן די "רויטע ליניעס" — נישט נאָר פֿון ביידע צדדים, אָבער אויך אויף די אינערלעכע פּאַרטיייִשע פֿראָנטן; אַפֿילו אין דער רעגירונג און אין דער הערשנדיקער פּאַרטיי, אין "קדימה". צוויי פֿון דעם "ריכטנדיקן דרײַלינג", די אָנפֿי­רונג פֿון דער ישׂראלדיקער מאַנשאַפֿט אויף דער קאָנפֿערענץ און אין די ווײַטער­דיקע פֿאַרהאַנדלונגען, זענען קעגן דער שטע­לונג פֿון דעם פּרעמיער בנוגע ירושלים און די שטחים. אָלמערט האָט אין זײַנע ריכט­ליניעס דערמאָנט, אַז 28 אַראַבישע דערפֿער וואָס האָבן נישט קיין שום "הייליקן" יחוס, זענען געוואָרן אַנעקסירט און אָנגעשלאָסן צו ירושלים, און וועגן זיי קאָן מען פֿאַר­האַנדלען — אָבער קעגן דעם זענען די מיניס­טאָרן אהוד ברק און ציפּי ליבֿני, וועלכע וועט שטיין בראָש פֿון דער דעלעגאַציע. נאָך דרײַ מיניסטאָרן — שאול מופֿז, אבֿי דיכטער און צחי הנגבי זענען קעגן אַ פּשרה אין די דאָזיקע גרונט-ענינים.

די זעלבע קעגנערשאַפֿט הערשט אין דער פּאַלעסטינער דעלעגאַציע, בראָש פֿון וועלכער האָט אַבו מאַזען נאָמינירט זײַן אידעאָלאָגישן קעגנער אַבו אַלאַ.

אָבער די גרעסטע צרה, פֿאַר וועל­כער אהוד אולמערט איז געוואָרן אַוועקגע­שטעלט, איז געקומען פֿון דעם יוסטיץ-וועזן, פֿון דער פּראָקוראַטור און פּאָליציי, וועלכע האָבן געעפֿנט פֿאַר אים דרײַ נײַע פֿראָנטן צו קעמפֿן אויף זיי איינצײַטיק מיט די פֿאַרהאַנדלונגען אויפֿן שלום-פֿראָנט — שוין אָפּגערעדט פֿון דעם שטרײַק פֿון די לערער און אַנדערע מלוכישע און געזעלשאַפֿטלעכע קלאָפּאָטן.

צו דער פֿאַרביסענער מלחמה, וואָס עס פֿירן קעגן אים דער מדינה-קאָנטראָלער און די ווינאָגראַד-קאָמיסיע, וואָס דאַרף בקרובֿ אַרויסטראָגן אירע ענדגילטיקע אויספֿירונגען וועגן דעם לבֿנונישן דורכפֿאַל, האָט ער זיך שוין ווי עס איז צוגעוווינט. אָבער פֿון די פֿיר און פֿינף שעה וואָס די פּאָליציי האָט אים געפֿאָרשט וועגן פּראָטעקציאָניזם און קאָרופּציע (אין שײַכות מיט דער פּריוואַטיזאַציע פֿון "באַנק לאומי") איז ער ביידע מאָל אַרויסגעקומען מיט מידע פֿאַרשלאָפֿענע אויגן. דערנאָך איז געעפֿנט געוואָרן אַ פּאָליציייִשע אויספֿאָרשונג וועגן אַן אײַנגעקויפֿטער ווילע — מיט אַ פּראָטעקציאָנעלער הנחה — אויף דער קרע­מיע-גאַס אין ירושלים.

דעם שווערסטן קלאַפּ האָט ער אָבער באַקומען אינעם טאָג, ווען ס׳האָט אים באַזוכט קאָנדאָליזאַ רײַס — דעמאָלט האָט דער יורידישער ראַטגעבער פֿון דער רעגי­רונג געמאָלדן, אַז ער האָט פֿאַראָרדנט אַ פּאָ­ליציייִשע אויספֿאָרשונג איבער נאָך צוויי קאָרופּציע- אָדער פּראָטעק­ציע-אַפֿע­רעס זינט אָלמערט האָט אַמטירט ווי דער מיניסטער פֿאַר האַנדל און אינדוס­טריע: איינע וועגן פּראָטעקציאָנעלע פּריווי­לעגיעס פֿאַר קליינ­הענדלער און די אַנדערע פֿאַר טיילן אַמטן אין זײַן מיניסטעריום צו פּאָלי­טיש אַנגאַ­זשירטע עסקנים.

עס איז דעריבער נישטאָ וואָס מקנא צו זײַן דעם פּרעמיער-מיניסטער, וואָס איז געצוווּנגען זיך צו פֿאַרמעסטן אויף אַזוי פֿיל פֿראָנטן אין דער זעלבער צײַט.

אויף נאָך איין פֿראָנט, דעם שווערסטן, האָט ער ביז איצט מנצח געווען: דער פֿראָנט פֿון איבערלעבן, פֿון אויסהאַלטן די אַטאַקעס פֿון דער אָפּאָזיציע און די פֿאַרלוירן געגאַנגענע פּאָפּולאַריטעט — און בלײַבן ביי דער מאַכט, מיט אַ קאָאַליציע און אַ געזיכערטער מערהייט פֿון איבער 70 שטימען אין דער כּנסת.

מער נישט — דאָס מזל באַגלייט אים אויפֿן גאַנצן וועג. הלוואי זאָל אים דאָס מזל אויך באַגלייטן אין איבער אַ חודש אַרום אין אַנאַפּאָליס און עפֿענעם דעם וועג צום שלום.