פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


עס איז לײַכטער פֿאַר מענטשן
צו טוישן די פֿראָנטן
איידער די האָריזאָנטן
(סטאַניסלאַוו יעזשי לעץ)


דער מיטעלער מיזרח איז הײַנטיקע וואָך איבערגעקומען נאָך אַ "שפּיצן-קאָנפֿערענץ" פֿון די פֿיר מנהיגים, וואָס זענען אַנגאַזשירט אין דעם "פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט" — דאָס מאָל אָן דעם "ביג באָס", כאָטש ער האָט דאָ די עיקרדיקע דעה. ער האָט אָבער דאָס מאָל, זעט אויס, נישט געוואָלט זיך מישן, אָדער אפֿשר באַשלאָסן אָנצוּווענדן זײַן דעה פֿון דער ווײַטנס. ערשט מיט אַ וואָך פֿריִער איז געווען בײַ אים אין וואַשינגטאָן דער פּרעמיער-מיניסטער פֿון ישׂראל און זיך באַקענט פֿון דער נאָענט מיט זײַן דעה.

זעט אויס, אַז פּרעזידענט בוש האָט געוווּסט, אַז קײַן גרויסע זיבן זאַכן וועלן פֿון דער איצטיקער קאָנפֿערענץ נישט אַרויסקומען און קיין גרויסן "קרעדיט" וועט זי אים ניט שענקען. דערפֿאַר האָט ער מסתּמא אויך נישט געשיקט אויף זײַן אָרט זײַן סטעיט־סעקרעטאַרין קאָנדאָליזאַ רײַס — כאָטש מיט עטלעכע טעג פֿריִער האָט זי גערעדט וועגן "נײַע האָריזאָנטן" פֿאַרן מיטעלן מיזרח.

אָבער אין מיטעלן מיזרח איז דער האָריזאָנט געגליכן צו אַ פֿאַטאַ מאָרגאַנאַ אין די אָריענטאַלישע מידבריות. זיי דערשײַנען און פֿאַרשווינדן אין אײַנקלאַנג מיטן זיך ענדערנדיקן פּאָליטישן קלימאַט. ווײַל — די שפּיצן-אַסיפֿה איז געוואָרן צוזאַמענגערופֿן אונטערן שאָטן פֿון דער מיליטערישער איבערקערעניש פֿון "כאַמאַס" אין עזה און מיט דער כּוונה אַרויסצוהעלפֿן און צו שטאַרקן די פֿירערשאַפֿט פֿון אַבו-מאַזען אין דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ. און פֿאַר דעם אײַנטריט־בילעט צו דעם ספּעקטאַקל אין שאַרם על-שעיך האָט דער פּרעמיער אָלמערט אָנגעמאָלדן דאָס באַפֿרײַען פֿון די ישׂראלדיקע תּפֿיסות 250 אַרעסטירטע "פֿאַטאַך"-לײַט, ווי אַ בײַשטײַער צו דער פֿאַרשטאַרקונג פֿון אַבו מאַזען. אין קעגנזאַץ צו די "נײַע האָריזאָנטן" פֿון קאָנדאָליזאַ רײַס (און נאָך איר — פֿון דער אויסערן-מיניסטאָרין ציפּי ליבֿני), האָט אָלמערט אין זײַן שיינער רעדע אָנגעזאָגט דאָס עפֿענען "אַ באַנײַטן מאָרגן".

צי האָט אָבער ווער געקאָנט פֿאָרויסזען, אַז גראָד דעם זעלבן טאָג, גענוי צום יאָרטאָג פֿון דער פֿאַרכאַפּונג פֿון דעם ישׂראלדיקן סאָלדאַט גילעד שליט, וועלן זײַנע פֿאַנגערס ברענגען פֿון אים צום ערשטן מאָל אַ סימן פֿון לעבן — אַ גאַנג, וואָס זאָל העלפֿן שטאַרקן דווקא דעם "כאַמאַס"? באַווײַזן דער וועלט און די פּאַלעסטינער, אַז נאָר דער "כאַמאַס" האַלט די קאָרט אין זײַן האַנט און אַז נאָר ער קען צווינגען ישׂראל צו באַפֿרײַען וואָס מער פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן.


* * *

זינט דער באַרימטער שפּיצן-קאָנפֿערענץ פֿון די "פֿיר גרויסע" אין יאָר 1945 אין יאַלטאַ, אויף וועלכער די צוויי זיגערישע גרויסמאַכטן האָבן זיך אײַנגעטיילט מיט דער וועלט נאָכן נצחון איבער היטלער-דײַטשלאַנד, האָבן זיך אין משך פֿון די יאָרן די "שפּיצן" פֿאַררונדיקט און זייער ווירקונג אויף די אַנטוויקלונגען און אויף דער געשיכטע איז מיט דער צײַט געוואָרן אָפּגעשוואַכט. געוויינלעך, ווערן אַזעלכע פּאָליטישע צוזאַמענטרעפֿן פֿון די מדינה-מנהיגים באַגלייט פֿון אַ גאַנצן לייטער פֿון דערשײַנונגען לויט דער ריי: פֿון סיבות, אינטערעסן, דערוואַרטונגען, און דערגרייכונגען. די רעזולטאַטן קענען אָבער זײַן צומאָל אַנטוישנדיקע און פֿאַטאַלע — אין דער מאָס פֿון די דערוואַרטונגען. דער דערפֿאָלג פֿון דער קאָנפֿערענץ וואָס מיר רופֿן הײַנט "קעמפּ דייוויד 1" אין 1979, האָט געבראַכט דעם שלום מיט עגיפּטן; דער דורכפֿאַל פֿון "קעמפ דייוויד 2" אין אויגוסט 2000, מיט די צוגאָב-געשעענישן פֿון יענע טעג, האָט געבראַכט צו דער אינטיפֿאַדע נומער 2, די אַ"ג "אינטיפֿאַדע פֿון על אַקסאַ".

עס זענען אויך געווען אַנדערע הצלחהדיקע שפּיצן-קאָנפֿערענצן, וואָס האָבן געברענגט מיט זיך פּאָזיטיווע רעזולטאַטן — ווי למשל די איבערבעטונג אין וואַשינגטאָן צווישן ישׂראל און דעם פּל"אָ, אין דער אָנוועזנהייט פֿון פּרעזידענט קלינטאָן, יצחק ראַבין, שמעון פּערעס און יאַסיר אַראַפֿאַט אין סעפּטעמבער 1993, וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט אויף צוויי יאָר "דעם גײַסט פֿון אָסלאָ", וועלכער האָט אָנגעהאַלטן ביז דער טעראָר-אָפֿענסיווע פֿון "כאַמאַס", באַגלייט פֿון דער אַגרעסיווער העץ-קאַמפּאַניע פֿון רעכטן לאַגער אין ישׂראל, ביז צום מאָרד פֿון יצחק ראַבין און דעם צוזאַמענברוך פֿון דעם שלום-פּראָצעס.

די שפּיצן-קאָנפֿערענץ פֿון שרונס יורש, אהוד אָלמערט, מיטן פּרעזידענט בוש די פֿאַרגאַנגענע וואָך אין וואַשינגטאָן איז באַטראַכט געוואָרן ווי אַ באַגעגעניש פֿון צוויי "הינקנדיקע קאַטשקעס", לויטן זשורנאַליסטישן לשון: פּרעזידענט בוש איז גענוג פֿאַרקניפּט אין דעם איראַקישן פּלאָנטער און איז נישט גרייט אויף קיין נײַעם, אונטערן שאָטן פֿון דעם אַטאָמישן געשפּענסט פֿון איראַן און מיטן דערנענטערן זיך פֿון די וואַלן אין אַמעריקע; אָלמערט, פֿון דער אַנדערער זײַט, וואַרט נאָך אַלץ אויף ווינאָגראַדן, אויף דעם פֿולן באַריכט פֿון דער פֿאָרש-קאָמיסיע וועגן דער צווייטער לבנונישער מלחמה.

די באַגעגעניש אין שאַרם על-שעיך איז, זעט אויס, פֿון פֿאָרויס געווען באַשטימט אויף "אָפּצושטופּן די צײַט" — ווײַל דער קאַסטן פֿון די רפֿואות פֿאַר דעם קריזיס אין דעם ראַיאָן איז געבליבן ליידיק. האָט מען אין שאַרם על־שעיך פּרובירט אַ פּאַראַ-מעדיקאַלישן מיטל צו היילן דאָס חלאַת אין דעם ראַיאָן. און שאַרם על־שעיך איז, קענטיק, דער צוגעפּאַסטער קור-אָרט פֿאַר אַזעלכע עקספּערימענטן און אַוודאַי אויך פֿאַר דעם פֿאַטאַ מאָרגאַנאַ פֿון פֿיקטיווע האָריזאָנטן, הגם דער אַמאָליקער שאַרם און גלאַנץ פֿון דעם אָרט איז שוין געוואָרן פֿאַרבלייכט.


* * *

שאַרם על־שעיך, אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקעלע אין סיני אויפֿן סאַמע דרומדיקסטן עק פֿונעם האַלב-אינדזל קעגנאיבער דעם וויסטן מדבר-ברעג פֿון סאַודי־אַראַביע — איז אין לויף פֿון די יאָרן אויסגעוואַקסן צו דעם קרייצפּונקט און שטרײַטפּונקט פֿון היסטאָרישע פּאַסירונגען אויף דער וועגן-מאַפּע פֿון שלום. אין דער יונגער געשיכטע פֿון ישׂראל קלינגט דער נאָמען פֿון דער אָרטשאַפֿט ווי אַ פֿראַגמענט אין דעם אָנדענק-אַלבאָם פֿון עמאָציעס, נאָסטאַלגיעס און פֿאַרשטערטע חלומות. עס האָט זיך דאָרט אַפֿילו אַרײַנגעשריבן מיט דעם נאָסטאַלגישן העברעיִשן ליד: "שאַרם אַ-שעיך, מיר קומען צו דיר צוריק, / דו ביסט אונדז אויף אייביק אין האַרצן פֿאַרקריצט"...

נאָך דעם ווי ישׂראל האָט אין 1967, נאָך דער סועץ-מלחמה אין 1956, צום צווייטן מאָל אויסגעשפּרייט איר הערשאַפֿט איבערן סיני, ביז דער יום-כּיפּור-מלחמה, האָט משה דיין אויסגעדריקט זײַן קאָנצעפּציע אין דער באַקאַנטער פֿראַזע, אַז "בעסער שאַרם על-שעיך אָן אַ שלום, איידער אַ שלום אָן שאַרם על־שעיך"... — וואָס איז צו יענער צײַט, און דערנאָך אויף לאַנגע יאָרן, געווען דער סימבאָל און דער תּמצית פֿון דעם "נאַציאָנאַלן קאָנצענזוס".

נאָך דעם ווי ישׂראל האָט אין 1982 צוריקגעקערט דעם גאַנצן האַלב־אינדזל סיני, נאָכן שליסן דעם שלום מיט עגיפּטן, האָבן די מצרים פֿאַרוואַנדלט דאָס אָרט אין אַ טוריסטישן צענטער, מיט האָטעלן און עפֿנטלעכע זאַלן פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלע קאָנגרעסן און קאָנפֿערענצן. אין די גרויסע טעג פֿון חסד נאָכן אונטערשרײַבן אין וואַשינגטאָן די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ, איז שאַרם על־שעיך געוואָרן א סימבאָל פֿון שלום, און ווען דער "כאַמאַס" און דער איסלאַמישער "דזשיהאַד" האָבן דורכגעפֿירט די בלוטיקע מאַסיווע טעראָר-רציחות אין ישׂראל, כּדי צו שטרויכלען דעם שלום-פּראָצעס, האָט דאַן דער עגיפּטישער פּרעזידענט צוזאַמענגערופֿן אין שאַרם על-שעיך די מנהיגים און פֿאָרשטייערס פֿון קרובֿ דרײַסיק אַראַבישע און מוסולמענישע לענדער אויף א סאָלידאַריטעט-קאָנפֿערענץ קעגן דעם טעראָר.

דער המשך איז אַלעמען גוט באַקאַנט. אָבער אויך נאָכן אויפֿרײַס פֿון דעם שלום-פּראָצעס האָט שאַרם על־שעיך געדינט ווי די גאַסט-היים פֿאַר פּאָליטישע איניציאַטיוון און צוזאַמענקומען — אויך אין די ראַמען פֿון פּרעזידענט בושס "וועגן-מאַפּע" און פֿון די פֿאַרמיטלונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. אין די לעצטע חדשים איז דער קור־אָרט געווען די אַכסניה פֿאַר די אינטענסיווע פֿאַרהאַנדלונגען צווישן דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ און די אָפּאָזיציאָנעלע טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס וועגן דער "הודנאַ", די באַרויִקונג, צו דערמעגלעכן די ישׂראלדיקע עוואַקואַציע פֿון עזה.

זעט אויס, אַז די דאָזיקע אייגנשאַפֿט פֿון שאַרם על־שעיך ווי דער סימבאָל פֿון שלום האָט געשטאָכן אין די אויגן פֿון די פֿונדאַמענטאַליסטישע טעראָר־באַנדעס אין עגיפּטן. דעם 23סטן יולי האָבן זיי אָפּגעצייכנט דעם 52סטן יאָרטאָג פֿון דער אָפֿיצערן-רעוואָלוציע קעגן דעם קעניגלעכן רעזשים אין עגיפּטן, מיט דעם גרויזאַמען טעראָר-אַקט, 8 חדשים נאָך דעם טעראָר־אַטענטאַט אין טאַבאַ. אויף דעם אופן האָבן זיי זיך אײַנגעשלאָסן אין דער אַקס פֿון דעם גלאָבאַלן טעראָר פֿון די איסלאַמישע פֿאַנאַטיקער קעגן די השפּעות פֿון דער מערבֿדיקער קולטור. און דאָס פֿרידלעכע ווינקעלע פֿון סיני האָבן זיי דעמאָלט פֿאַרוואַנדלט אין אַ סימבאָל פֿון רציחה און פֿאַרוויסטונג.

אין לויף פֿון די יאָרן — אין די פֿערציק יאָר זינט דעם פֿאַנטאַסטישן נצחון אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה — ווערט דער מיטעלער מיזרח געשפּײַזט מיט די פֿאַרשיי דענע נעמען, וואָס זענען ביז איצט געגעבן געוואָרן דעם פֿאַטאַ מאָרגאַנאַ פֿון די ווירטועלע האָריזאָנטן:

"אַ נײַער מיטעלער מזרח" (שמעון פּערעס); "השחר החדש" (אהוד ברק) — אויף ייִדיש: "אַ נײַער פֿרימאָרגן", אַ נײַער באַגינען, אַ נײַער פֿאַרטאָג, אַ נײַער קאַיאָר, אַ נײַער מאָרגנרויט; "מה בוער? — וואָס ברענט? "די צײַט אַרבעט פֿאַר אונדז" (יצחק שמיר); "אַ פֿענצטער פֿאַר געלעגנהייטן" (יצחק ראַבין); "וואָס מען זעט פֿון דאַנען, זעט מען נישט פֿון דאָרט" (אַריק שרון); "אַ מאַפּע פֿון וועגן" (פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש); "אַ נײַער האָריזאָנט" (קאָנדאָליזאַ רײַס, ציפּי לבֿני); "יום חדש, מחר חדש" — אַ נײַער טאָג, אַ נײַער מאָרגן (אהוד אָלמערט).

שאַרם על־שעיך פּרובירט איצט צוריקקערן צו זיך דעם אַמאָליקן שאַרם און גלאַנץ, און די ראָלע, וואָס ישׂראל שפּילט איצט אין דעם ספּעקטאַקל, באַשרענקט זיך איצט צום העלפֿן דעם פּרעזידענט פֿון מצרים און דעם קעניג פֿון ירדן צוריקצוקערן דעם שלום צווישן דעם "פֿאַטאַך" און דעם "כאַמאַס", דהײַנו; צווישן עזה און דעם מערבֿדיקן ברעג — מער ווי צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער... אויך דאָס וועט, לאָמיר האָפֿן, גוט זײַן פֿאַר ייִדן, אויב דאָס וועט העלפֿן צוריקקערן די פֿאַרכאַפּטע ישׂראלים און באַנײַען דעם שלום-פּראָצעס...

תּל-אָבֿיבֿ, 26סטער יוני 2007