געזעלשאַפֿט
אַן אויטאָבוס, וואָס איז צוליב דעם צונאַמי שטעקן געבליבן אויפֿן דאַך פֿון אַ בנין, מאָנטיק, אין דער שטאָט אישינאָמאַקי
אַן אויטאָבוס, וואָס איז צוליב דעם צונאַמי שטעקן געבליבן אויפֿן דאַך פֿון אַ בנין, מאָנטיק, אין דער שטאָט אישינאָמאַקי
Credit: Getty Images

דאָס איז נישט געווען קיין פּורים־שפּיל, כאָטש עס האָט זיך אָפּגעשפּילט מער אָדער ווייניקער אין די טעג פֿון פּורים. דאָס איז געווען אַן אַכזריותדיקע שדים־שפּיל פֿון אַלע בייזע אונטערערדישע און איבערערדישע רוחות פֿון דער צעווילדעוועטער נאַטור — און אָן מאַסקעס.

לויט אַלע סימנים האָט אונדזער דור, צוזאַמען מיט דעם דור פֿון אונדזערע קינדער און אייניקלעך, דעם טרויעריקן זכות צו לעבן אין אַן עפּאָכע פֿון גראַנדיעזע היסטאָרישע אויפֿטרייסלונגען. ווי דירעקט באַטייליקטע אין אָט דער דראַמע, אָדער ווי אירע אומבאַוווּסטזיניקע עדות אָדער קרבנות, און נישט האָבנדיק נאָך די גענוגנדיקע פּערספּעקטיוו פֿון צײַט, זענען מיר נישט מסוגל זי, ווי געהעריק, אָפּצושאַצן. נישט באַוויזן זיך אַרומצוזען נאָך דעם סאָציאַל־געזעלשאַפֿטלעכן שטורעם אין דער אַראַבישער וועלט, און גלײַך דערפֿילט די קלעפּ פֿון דער נאַטור־סטיכיע. די גלאָבאַליזאַציע האָט זיך אויסגעשפּרייט אויך אויף דער נאַטור. איצט שטייט די וועלט אַ צעטומלטע קעגנאיבער די ניט דערוואַרטע עווענטועלע נאָכפֿאָלגן פֿון דעם פֿאָרגעקומענעם אוניווערסאַלן צונאַמי.

אין דעם איצטיקן צונאַמי פֿון די געשעענישן האָט דער מין מענטש נישט באַמערקט, אַז ער איז געשטעלט געוואָרן פֿאַר דער קאָנפֿראָנטאַציע קעגנאיבער דעם מעכטיקן כּוח פֿון דער נאַטור, וועלכע ער האָט פּרובירט און איז נישט מצליח געווען מנצח צו זײַן און זי צו באַהערשן.

די געשיכטע, ווי מיר ווייסן, איז סעלעקטיוו, איבערקלייבעריש, און זי חזרט זיך איבער אין אָן אַ צאָל פֿאָרמען; זי האָט אויך, אַזוי ווי דער מענטש, די טבֿע צו פֿאַרגעסן. ליפֿערט זי דעריבער דער מענטשהייט אַזוי פֿיל אינפֿאָרמאַציע פֿון אַלע סאָרטן און צײַטן, אַז דער מענטש איז נישט מסוגל זיי אַרײַנצונעמען און אויפֿצוהאַלטן אין דעם באַשרענקטן חלל פֿון זײַן מוח. די שיכּחה, דאָס פֿאַרגעסן, דערמעגלעכט אים, דעם מענטש, אויפֿצונעמען יעדעס מאָל נײַע אינפֿאָרמאַציעס אויפֿן אָרט פֿון די אַלטע פֿאַרגעסענע, וואָס ווערן פֿאַרשלאָסן אין די קעמערלעך פֿון די זכרונות און פֿון די פֿאַרלוירענע חפֿצים.

אויף דעם אופֿן איז אויך געוואָרן פֿאַרגעסן דער אַמעריקאַניש־יאַפּאַנישער פֿילאָסאָף פֿראַנסיס פֿוקוּיאַמאַ און זײַן טעזע, וואָס ער האָט אַרײַנגעוואָרפֿן אינעם חלל פֿון דעם קאָלעקטיוון באַוווּסטזײַן וועגן דעם סוף פֿון דער געשיכטע. נישט מער און נישט ווייניקער.

וואָס מיינט דאָס, אין וואָס דריקט עס זיך אויס?

געוויינטלעך, דערקלערן פֿילאָסאָפֿן זייערע טעאָריעס מיט אַבסטראַקטע, נישט פֿאַר אַלעמען פֿאַרשטענדלעכע און אָפֿטמאָל נישט ראַציאָנעלע באַגריפֿן. אָבער פּראָפֿעסאָר פֿוקוּיאַמאַ איז חוץ אַ פֿילאָסאָף אויך געווען אַ מומחה אין פּאָליטישער עקאָנאָמיע. זײַן ספּעציאַליטעט איז באַשטאַנען אין אַנאַליזירן די השפּעה פֿון פּאָליטישע אָדער סאָציאַלע אויפֿטרייסלונגען אויף די עקאָנאָמישע אַנטוויקלונגען אין די פֿאַרשיידענע עקן פֿון דער וועלט. און געקומען איז ער, פּראָפֿ’ פֿוקוּיאַמאַ, מיט זײַן פֿילאָסאָפֿישער אַנטפּלעקונג וועגן דעם סוף פֿון דער געשיכטע, אין יאָר 1989 — אין יאָר פֿונעם צוזאַמענברוך פֿון דעם קאָמוניסטישן רעזשים אין די לענדער פֿון דער סאָוועטישער אימפּעריע און אין אירע סאַטעליטן — אין דעם יאָר ווען ס’איז געפֿאַלן די מויער אין בערלין, גענוי 200 יאָר נאָכן פֿאַלן פֿון דער באַסטיליע אין פּאַריז.

פּראָפֿ’ פֿוקוּיאַמאַס אַרטיקל א. נ. "דער סוף פֿון דער געשיכטע און דער לעצטער מענטש", און "דער צוזאַמענשטויס פֿון די ציוויליזאַציעס", וואָס האָט זיך באַזירט אויף יענעם אַרטיקל און איז דערשינען ווי אַ בוך דרײַ יאָר שפּעטער — האָט אויפֿגערודערט די וויסנשאַפֿטלעכע קרײַזן, אָבער די וועלט האָט זיך פֿון אָט דער אַנטפּלעקונג נישט איבערגעקערט. זי האָט זיך אויך נישט איבערגעקערט און איז בשלום איבערגעקומען דעם אָנגעזאָגטן "סוף פֿון דער וועלט" — מיטן סוף פֿון דעם מילעניום אין דער סילוועסטער־נאַכט פֿון 31סטן דעצעמבער 2000, ווען די אַטאַוויסטישע אָבערגלויבנס האָבן, אויף דער נאַכט פֿון צווייטן צום דריטן מילעניום אָנגעזאָגט "די גרויסע שלאַכט פֿון גאָג און מאַגאָג אין אַרמאַגעדאָן" — אויפֿן הר מגידו (דעם באַרג מגידו) פֿון דער קריסטלעכער אַפּאָקאַליפּטישער נבֿואה.

די עוואַקויִרטע אײַנוווינער פֿון פֿוקושימאַ, מאָנטיק,
אין דער
די עוואַקויִרטע אײַנוווינער פֿון פֿוקושימאַ, מאָנטיק, אין דער
Credit: Getty Images

און ווידער האָט די וועלט זיך נישט איבערגעקערט ווען זי האָט דערזען די אומבאַהאָלפֿנקייט פֿון דער אַמעריקאַנער עקאָנאָמישער און מיליטערישער היפּער־גרויסמאַכט קעגנאיבער דעם פֿונדאַמענטאַליסטישן איסלאַם בעת זײַן אָפֿענסיווע קעגן איר דעם 11טן סעפּטעמבער 2001.

צו די אַלע פּלאָגן, קלעפּ און מכּות פֿון דער געשיכטע האָט די וועלט, און אין איר די מענטשהייט שוין פֿון לאַנג זיך צוגעוווינט ווי דאָס וואָלט געווען איינער פֿון די געזעצן פֿון דער נאַטור. זי האָט שוין אויך פֿון לאַנג זיך צוגעוווינט צו די טויזנטער פּרוּוון פֿון דעם מין מענטש צו באַקעמפֿן, אָדער ווייניקסטנס צוימען, דעם סטיכישן צעשטערערישן כּוח פֿון דער נאַטור.

ביז — צו דער איצטיקער מעכטיקער אָפֿענסיווע פֿון דער נאַטור, וואָס איז נאָר וואָס פֿאָרגעקומען, מיט דער הילף פֿון דער טעלעוויזיע פֿאַר אונדזערע אויגן, און וועלכע האָט דאָס מאָל מאָביליזירט, דוכט זיך, אַלע אירע צעשטערערישע כּוחות קעגן דער ווידערשפּעניקייט פֿון די מענטשן.

דאָס איז געווען, ווי מיר זעען, אַ גוט פּלאַנירטער געפֿלאָכטענער אַטאַק פֿון די דרײַ זײַלן פֿון דער סטיכיע: צוערשט די ערד־ציטערניש אויף דער העכסטער מדרגה פֿון איר צעשטערערישן כּוח. נאָך איר דער צונאַמי — דער שטאַרקסטער זינט דעם מבול. צום סוף, אין איר דריטער פֿאַזע, האָט די נאַטור זיך באַנוצט מיט דעם סאַמע שטאַרקסטן כּוח, וועלכן זי האָט געהאַט אָנפֿאַרטרויט דעם מענטשלעכן מוח: מיט דעם צעשמעטערנדיק פֿאַרניכטנדיקן כּוח פֿונעם אַטאָם. און גראָד אויפֿן אָפּשניט פֿון דעם פּאַציפֿישן, דעם "שטילן", אָקעאַן. דאָרט, אויף דעם ביקיני ־אינדזל, פֿלעגן אויסגעפּרוּווט ווערן צענדליקער אַטאָמישע באָמבעס צווישן 1946 און 1958, און דער אינדזל אַליין איז געוואָרן, ווי אַ מאַקאַברישער שפּאַס, דער סימבאָל פֿון דער ביקיני־מאָדע אין דער אינדוסטריע פֿון די האַלב־נאַקעטע באָד־קאָסטיומען פֿאַר דער גלאָבאַליזירטער מענטשהייט, אויפֿן חשבון פֿון דעם יאַפּאַנישן פֿאָלק. אים האָט דער גורל צוגעטיילט די ראָל פֿון דעם קרבן: פֿון היראָשימאַ און נאַגאַסאַקי אין אויגוסט 1945 ווי דער לעצטער אַקט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, ביז פֿוקושימאַ אין מערץ 2011, ווי אפֿשר דער לעצטער אַקט פֿון דער איצטיקער נאַטור־קאַטאַסטראָפֿע.

צום ערשטן מאָל אַ מין סטראַטעגישע קאָאַליציע פֿון אַלע בייזע רוחות, פֿון פֿײַער און וואַסער, ערד־ציטערניש און פֿאַרוויסטונג, שטורעם און פֿאַרפֿלייצונג, כוח און מוח...

זאָל דאָס זײַן אַ וואָרענונג, אָדער אַ שטראָף פֿאַר דער העזה פֿון דער מענטשהייט, פֿון דער וויסנשאַפֿט, אַרײַנצודרינגען אין די תּחומען פֿון די פֿונקציעס, וואָס געהערן צום באַשעפֿער, צו דער נאַטור? זאָל דאָס האָבן געווען אַ באַשטראָפֿונג פֿון דעם "האָמאָ סאַפּיענס", דעם מענטשלעכן געניוס, פֿאַר זײַנע אומדערמידלעכע פּרוּוון נאָכצומאַכן דעם באַשעפֿער און איבערצונעמען זײַנע פֿונקציעס, פֿאַר זײַנע געלונגענע פּרוּוון צו באַשאַפֿן לעבעדיקע וועזנס?

אין די אַלטערטימלעכע צײַטן פֿון דער געצנדינערײַ, פֿלעגן די פֿעלקער באַגיטיקן און איבערבעטן די געטער מיט קרבנות — אין מענטשן און אין פֿי, צו באַרויִקן די צעשטורעמטע ימען און ריכטן די ווינטן אין "געוווּנטשענע ריכטונגען" פֿאַר די זעגלען פֿון די שיפֿן און צום גונסטן פֿון די חיילות ווען זיי לאָזן זיך אַרויס אין אַ שלאַכט קעגן דעם פֿײַנט. פּראָמעטעוס איז געוואָרן באַשטראָפֿט פֿאַר אַרויסגנבֿענען בײַ די געטער דעם סוד פֿון פֿײַער און ליכט. זאָל עס אויך דער איצטיקער סאָציאַלער און נאַטור־צונאַמי זײַן דער אויסברוך פֿונעם צאָרן פֿון די הימלען און באַשטראָפֿן פֿאַר צוגנבענען בײַ זיי די סודות פֿון דעם באַשאַף — דער נוקלעאַרער כּוח און דאָס פֿאָרשן דעם מוח?

ווי געניאַל עס זאָל נישט זײַן דער מענטשלעכער מוח און ווי גרויס עס זאָלן נישט זײַן די דערגרייכונגען פֿון דער טעכנאָלאָגיע — איז דער מענטש נאָך אַלץ אומבאַהאָלפֿן קעגן דער מעכטיקער סטיכיע פֿון דער נאַטור. די נאַטור האָט אויך די אויבערהאַנט אין טרויעריקן זכות פֿון דעם מענטש, וואָס זײַן בײַשטײַער צו דער גאַלאָפּירנדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער טעכנאָלאָגיע ברענגט ער דער נאַטור נישט ווייניק שאָדן, וואָס איז זיך נוקם אין איר יצירה, דעם מענטש.

תּל־אָבֿיבֿ, מאַרץ 22, 2011