חזיונות, נבֿואישע וויזיעס, זײַנען געוויינטלעך אַ פּראָדוקט פֿון דער מענטשלעכער נויט, אָפּהענגיק פֿון דעם מעמד, פֿון דער סאָציאָ־עקאָנאָמישער פּאָזיציע, אָדער אָנגעהעריקייט, פֿון דעם "וויזיאָנער". אין ייִדישן פֿאָלקלאָר קומט דער קלאַסן־אונטערשיד און די מאָס פֿון יעדן איינעמס נויט צום אויסדרוק אין דעם ווערטל: בײַ וועמען איז דאָס לעבן ביטער און בײַ וועמען איז די יויך צו שיטער. אין דער מאַרקסיסטישער תּורה דריקט עס זיך אויס אין דער טעזע, לויט וועלכער "דער זײַן באַשטימט דעם באַוווּסטזײַן". דאָס איז חל נישט נאָר אויפֿן סאָציאַלן, נאָר אויך אויפֿן נאַציאָנאַלן באַוווּסטזײַן פֿון דעם אייבערשטנס יצירה.

איך געדענק, אַז אין מײַנע הונגער־יאָרן אין דער צײַט פֿון דער היטלער־מלחמה, האָב איך, זײַנענדיק פֿאַרשיקט אין אַ סאָוועטישן "קולטור־דערציִערישן" אַרעסטאַנטן־לאַגער אין צפֿון־אוראַל, חוץ דער בענקשאַפֿט נאָך דער פֿרײַהייט און נאָך מײַן משפּחה, אויך געחלומט וועגן אַ זאַטן מיטאָג מיט אַ ביפֿסטייק, למשל...

די וויזיע פֿון "ראָזשינקעס מיט מאַנדלען" האָט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען אַדאָפּטירט פֿון דעם אַלטן, שטאַרק פּאָפּולער געוואָרענעם פֿאָלקס־ליד אין די 80ער יאָרן פֿון 19טן יאָרהונדערט פֿאַר זײַן טעאַטער־פֿאָרשטעלונג "שולמית", צוגעבנדיק צום אַלטן טעקסט זײַנע צײַטפּאַסיקע מאָטיוון, ווי למשל:

ס’וועט קומען אַ צײַט פֿון אײַזערנע באַנען
דאָס וועט זײַן פֿאַרשפּרייט אויף דער גאַנצער וועלט
אויף אײַזערנע וועגן וועסטו, ייִדעלע, שפּאַנען
און וועסט אויך פֿון דעם פֿאַרדינען פֿיל געלט...

ווען דו וועסט ווערן רײַך, ייִדעלע,
זאָלסטו זיך דערמאָנען דײַן מאַמעס לידעלע —
ראָזשינקעס מיט מאַנדלען.
דאָס וועט זײַן דײַן באַרוף,
מיט דעם וועסטו, ייִדעלע, האַנדלען.
שלאָף זשע ייִדעלע, שלאָף...
אונטער דײַן מאַמעס וויגעלע
שטייט אַ ווײַס־גאָלדן ציגעלע
דאָס ציגעלע איז געפֿאָרן האַנדלען
מיט ראָזשינקעס און מאַנדלען ...
אאַז״וו, אאַז״וו.

הײַנט, ווען די טעכנאָלאָגיע און דאָס לעבן יאָגן איבער די צײַט און ווען ייִדעלע און זײַן "גאָלדן ציגעלע" זענען שוין פֿון לאַנג אַוועקגעפֿאָרן פֿון אונטער דער מאַמעס וויגעלע, שפּאַנט איר נחתל שוין נישט בלויז מיט די אײַזערנע באַנען, נאָר ער שוועבט איבער לענדער און ימען מיט שיפֿן און עראָפּלאַנען און ער האַנדלט שוין נישט בלויז מיט קיין ראָזשינקעס מיט מאַנדלען, נאָר אויך מיט אויל און געווער טוט ער האַנדלען. און דאָס ליד וואָס מען זינגט נאָך אַלץ, איז געוואָרן לויטערע נאָסטאַלגיע.

אויף די חורבֿות פֿון די אַלטע חלומות האָט "ייִדעלע" פֿון גאָלדפֿאַדענס און הערצלס וויזיע שוין הײַנט אַ מדינה, וואָס האָט אויפֿגענומען סײַ אַ טייל פֿון די לעבן־געבליבענע רעשטן פֿון דער אַלטער וועלט און האָט מיט איר דינאַמישער אַנטוויקלונג, מיט איר בליִענדיקער ווירטשאַפֿט און דער נײַער טעכנאָלאָגיע, איבערגעיאָגט די אַלטע גרויסמאַכטן. ייִדן פֿון דער גאַנצער וועלט קומען אָנקוקן דעם וווּנדער, באַוווּנדערן און קוויקן זיך מיט "זייער מדינה" — און, דערפֿילנדיק זייער טוריסטישן חובֿ, קערן זיי לרובֿ זיך צוריק אין זייערע אויסלענדישע היימען, אין גלות.

אָבער די נײַע מדינה טוט אויך זיך עלטערן און דערנענטערט זיך שוין מיט גיכע טריט צום פּענסיאָנערישן עלטער, צו אירע 65 יאָר — און נישט נאָר וואָס זי האָט נאָך נישט קיין פֿאַרזיכערטע גרענעצן, נאָר אויך נישט קיין פֿאַרזיכערטע צוקונפֿט. און דאָס בלויז דערפֿאַר, ווײַל זי וויל פֿריִער פֿאַר אַלץ פֿאַרזיכערן איר אייביקייט. דאָס הייסט — אונטער דעם פֿאַרלאַנג צו פֿאַרזיכערן דעם אומדערשיטערטן סטאַטוס פֿון ירושלים ווי "די אייביקע און פֿאַראייניקטע הויפּט־שטאָט פֿון מדינת־ישׂראל"; און יעדעס מאָל אונטער נײַע תּירוצים, גיט זיך אײַן נתניהון און זײַן עקסטרעם־רעכטער קאָאַליציע צו פֿאַראייביקן די צײַטווײַליקייט פֿון דער מדינה — פֿאַרפֿרירן דעם פּאָליטישן סטאַטוס קוואָ, פֿאַרבויען די אָקופּירטע שטחים, פֿאַרטיפֿנדיק דעם קאָנפֿליקט און דעם קריזיס, און דערנענטערן די קומענדיקע מלחמה.

מיט וואָרענונגען קעגן אָט דער אַנטוויקלונג, באַשולדיקנדיק נתניהון אין "געפֿערלעכן פּאָליטישן אַוואַנטוריזם", איז איצט אַרויס דער ביז־איצטיקער קאָמאַנדיר פֿון דעם "מוסד" אין משך פֿון 9 יאָר, מאיר דגן, און אַזוי אויך דער ביז־איצטיקער הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון צה״ל, גענעראַל גבי אשכּנזי און דער, אויך ביז־איצטיקער, אָנפֿירער פֿון דעם געהיימדינסט (שב"כּ), יובֿל דיסקין. גענוי אַזוי איז געשען מיט נתניהון מיט 12 יאָר צוריק, אין אַפּריל 1999, בעת זײַן ערשטער קורצער רעגירונגס־קאַדענץ, וואָס האָט געפֿירט צו זײַן פֿאַלן, ווען די דעמאָלטיקע קאָמאַנדירן פֿון די זעלבע פֿאַרטיידיקונגס־אינסטאַנצן (גענעראַל יצחק מרדכי, גענעראַל אמנון ליפּקין־שחק, און עמי איילון) האָבן דערקלערט, אַז נתניהו איז אַ געפֿאַר פֿאַר דער מדינה. אַ חודש שפּעטער האָט אים אהוד ברק מנצח געווען אין די וואַלן מיט אַ פֿאַרכאַפּנדיקער מערהייט: איצט איז ברק מיט אים, טיילנדיק די מאַכט און די "געפֿערלעכע אַוואַנטוריסטישע פּאָליטיק", ווי די "דיסידענטן" האָבן זי באַצייכנט.

נישט ווייניקער געפֿערלעך איז אָבער אויך די אינערלעכע אַנטי־סאָציאַלע פּאָליטיק פֿון ביבי נתניהו, וועלכער האָט — סײַ ווי פֿינאַנץ־מיניסטער אין דער רעגירונג פֿון אַריאל שרון און סײַ ווי דער פּרעמיער־מיניסטער, אין זײַן פֿאַנאַטישן געיעג נאָך דער עקסטרעמער קאַפּיטאַליזאַציע און פּריוואַטיזאַציע פֿון דער ווירטשאַפֿט צו דעם אַמעריקאַנישן מאָדעל — ווײַט איבערגעיאָגט אַמעריקע, און האָט פֿאַרוואַנדלט מדינת־ישׂראל אין דעם, צום מערסטן, נישט גלײַכהייטלעכן סאָציאַלן פֿאַקטאָר אין דער מערבֿדיקער וועלט. מיט דער הילף פֿון ווײַטגייענדיקע שטײַער־קירצונגען, פֿאַרלײַכטערונגען און חסד־קרעדיטן, איז אויסגעוואַקסן אין אַ קורצער צײַט אין ישׂראל אַ פּריווילעגירטער שיכט פֿון מיליאַרדערן, וואָס באַהערשן די נאַטירלעכע רײַכטימער, און אַלע צווײַגן פֿון דער ווירטשאַפֿט אין דער מדינה.

אין זייער מטורפֿדיקן קאָנקורענץ־געיעג פֿון פֿאַרשיידנאַרטיקע איניציאַטיוון, פּראָיעקטן און אינוועסטיציעס, מיט דער הילף און דערמוטיקונג פֿון דער רעגירונג, זײַנען די טײַקונים-מיליאַרדערן געוואָרן דער דאָמינירנדיקער דעה־זאָגערישער פֿאַקטאָר אין דער מדינה.

אין די צוויי יאָר זינט דעם אויסגעבראָכענעם וועלט־קריזיס, ווען די גרויסמאַכטן אין אַמעריקע, אין אייראָפּע און די ווירטשאַפֿטן פֿון דער אייראָפּעיִשער אוניע ראַנגלען זיך נאָך אַלץ מיטן קריזיס און מיט דער טיפֿער אַרבעטלאָזיקייט, זײַנען צום קלוב פֿון די קרובֿ פֿערציק מיליאַרדערן אין ישׂראל צוגעקומען 5 נײַע טייקונס. די 500 רײַכסטע גבֿירים אין לאַנד האָבן אין אָט דער צײַט פֿאַרגרעסערט זייער רײַכטום מיט 9 מיליאַרד דאָלאַר, און זייער קאַפּיטאַל ווערט צוזאַמען געשאַצט אויף 88 מיליאַרד דאָלאַר — מיט 25% מער ווי דער גאַנצער מלוכישער בודזשעט פֿון דער מדינה פֿאַרן יאָר 2011. די צאָל מיליאַרדערן איז אין פֿאַרגאַנגענעם יאָר געשטיגן פֿון 37 אויף 42.

די צאָל קבצנים — די וואָס געפֿינען זיך אונטער דער "ליניע פֿון אָרעמקייט" איז געשטיגן אין דער זעלבער צײַט דרײַ מאָל, אין פֿאַרגלײַך צו דעם וווּקס פֿון דער באַפֿעלקערונג: לויט די באַריכטן פֿון דער מלוכישער סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג, האָט די באַפֿעלקערונג אין די פֿיר יאָרצענדליקער זינט 1969 זיך פֿאַרגרעסערט מיט 152 פּראָצענט, און די צאָל אָרעמעלײַט איז אין דער זעלבער צײַט געשטיגן מיט 477%, ... מער ווי 3 מאָל אַזוי פֿיל ווי דער וווּקס פֿון דער באַפֿעלקערונג.

אין איינער פֿון די ראַדיאָ־פּראָגראַמען אין אַן אידעאָלאָגישן וויכּוח אויף דער דאָזיקער טעמע, האָט דער עקאָנאָמישער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער ליבעראַל־בירגערלעכער צײַטונג "האָרץ", נחמיה שטראַסלער, באַשולדיקט דעם פּרעמיער נתניהו אין "אונטערגעבן זיך דעם פּאָפּוליסטישן דרוק", און אַז ער האָט אָפּגעשטעלט דעם פּראָצעס פֿון דער פּריוואַטיזאַציע, כּדי נישט צו פֿאַרלירן די מאַכט אין דער מדינה. דערבײַ האָט ער אָנגעוויזן אויף די פֿריִערדיקע דערפֿאָלגן פֿון נתניהוס עקאָנאָמישער פּאָליטיק, וואָס האָט באַדײַטנדיק פֿאַרקלענערט די אַרבעטלאָזיקייט. אין דעם וויכּוח האָט ער אָנגעוויזן, ווי אַ באַווײַז פֿאַר דער "פּאָזיטיווער" וווילשטאַנד־פּאָליטיק פֿון דעם קאַפּיטאַליסטישן רעזשים, אַז 250 טויזנט משפּחות אין לאַנד (צווישן די 1,600,000 נפֿשות וואָס געפֿינען זיך אונטער דער ליניע פֿון אָרעמקייט") צאָלן נישט קיין שטײַערן און דאָך געניסן זיי פֿון די סאָציאַלע באַדינונגען, וואָס ווערן אויסגעהאַלטן פֿון דער מדינה. דער הייסער אָנהענגער פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם פֿאַרגעסט אָבער, אַז די אַרבעטנדיקע אָרעמעלײַט האָבן שוין באַצאָלט זייער שטײַער — נישט דער רעגירונג, נאָר דירעקט צו זייערע אַרבעטגעבערס, אין דער פֿאָרעם פֿון דעם נידעריקן לוין, וועלכן זיי באַקומען פֿון זיי...

דער דאָזיקער באַנײַטער וויכּוח איז אויסגעבראָכן אין דער עפֿנטלעכקייט אין אָנבליק פֿון דער "אַנטפּלעקונג", וואָס עס האָט געמאַכט דער וואָרטזאָגער פֿון "ווײַסן הויז" גלײַך נאָך נתניהוס וויזיט אין וואַשינגטאָן, אַז אַ טראַנסאַקציע פֿון דער שיפֿס־געזעלשאַפֿט פֿון די ברידער עופֿר (לייען: אָפֿער) האָט געבראָכן דעם עמבאַרגאָ קעגן איראַן און האָט פֿאַרקויפֿט די פּערסן אַן אויל־טאַנקער פֿאַר 9 מיליאָן דאָלאַר.

אין גאַנג פֿון די זשורנאַליסטישע אויספֿאָרשונגען האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז נישט איינע, נאָר 14 שיפֿן פֿון דעם קאָנצערן פֿון די ברידער עופֿר, וועלכע שפּרייטן אויס זייער הערשאַפֿט איבער ריזיקע שטחים פֿון דער ווירטשאַפֿט אין לאַנד און אויף דער וועלט, זײַנען פֿאַרוויקלט אינעם מסחר מיט איראַן. די ברידער עופֿר געהערן צו דער פּאַטריאָטישער הויכער עליטע און זײַנען פֿאַרבונדן מיט די זיכערהייט־אינסטאַנצן און מיט זייערע געהיימע געשעפֿטן און קאָנשאַפֿטן, וואָס כּשרן זייערע אַנטי־פּאַטריאָטישע חטאים. עס האָט זיך דערבײַ אַרויסגעוויזן, אַז נאָך צענדליקער אַנדערע ישׂראלדיקע פֿירמעס זײַנען פֿאַרמישט אין די געהיימע געשעפֿטן מיט איראַן.

גראָד ווען עס איז אויסגעבראָכן דער סקאַנדאַל אַרום דער אַנטפּלעקונג פֿון דעם אַמעריקאַנישן וואָרטזאָגער, איז געשטאָרבן איינער פֿון די ברידער עופֿר — דער 89־יאָריקער סעמי עופֿר — און די גאַנצע הויכע פֿינאַנציעלע, און די "בטחוניסטיש־זיכערהייטלעכע עליטע" האָט זיך צוגעשטעלט צו דער לוויה — די זעלבע, וואָס האָבן מיט צוויי טעג פֿריִער זיך באַטייליקט אין דער כּמעט קעניגלעכער חתונה־סעודה פֿון דעם זון פֿון אַ צווייטן באַרימטן און דאָמינירנדיקן טייקון, ר’ יצחק תּשובֿה.

די ים־טראַדיציעס פֿון די הײַנטצײַטיקע ייִדישע טײַקונס, די טראַדיציאָנעלע יורשים פֿון די אַמאָליקע "ראָזשינקעס מיט מאַנדלען", האָבן שוין באַוויזן צו שאַפֿן אַ לעגענדאַרע טראַדיציע, וואָס איז פֿאַרבונדן מיטן ים.

דאָס איז די געשיכטע וועגן יעקבֿ מרידור, דעם הויכגעשאַצטן מנהיג פֿון דעם אונטערערדישן אצ"ל, דעם מיליטערישן אָרעם פֿון דער רעוויזיאָניסטישער באַוועגונג און מנחם בעגינס רעכטע האַנט. נאָכן אויפֿקום פֿון דער מדינה האָט יעקבֿ מרידור פֿאַרלאָזט די פּאָליטיק און איז אַוועק אין ביזנעס, האָט אויפֿגעשטעלט אַ שיפֿס־געזעלשאַפֿט און פֿאַרדינט געלט. אין איר הויכפּונקט האָט די געזעלשאַפֿט מיט אירע שותּפֿים פֿאַרמאָגט 42 שיפֿן. ווען בעגין איז געקומען צו דער מאַכט אין 1977, האָט ער גערופֿן מרידורן און אים געמאַכט פֿאַר דעם שני למלך אין דער רעגירונג. צו די וואַלן אין יאָר 1981 האָט ער זיך געלאָזט אָפּנאַרן פֿון אַ שווינדלער, וועלכער האָט אים אײַנגערעדט, אַז ער האָט דערפֿונדן אַ מכשיר, וואָס קען מיט זײַן ענערגיע פֿון איין לעמפּל באַלײַכטן אַ גאַנצע שטאָט ווי רמת־גן. מרידור האָט זיך באַנוצט פֿאַר זײַן וואַל־פּראָפּאַגאַנדע מיט אָט דעם בלאָף, אין וועלכן ער האָט אַזוי שטאַרק געגלייבט. און ווען די וויילער האָבן אָפּגעחוזיקט פֿון דער אָריגינעלער "דערפֿינדונג", האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אין די צײַטונגען אויף אַ גאַנצער זײַט זײַן וואַל-אַנאָנס אונטערן גרויסן טיטל אין נוסח פֿון דעם באַרימטן גאַליליי:

"דאָך וועט עס זיך דרייען" — דאָס ראָד פֿון דער אומזיסטער ענערגיע.

ווי האָט נתניהו געזאָגט אין זײַן אויפֿטריט פֿאַר דער פֿראַקציע פֿון "ליכּוד" אין דער כּנסת, באַריכטנדיק וועגן זײַן הצלחה אין וואַשינגטאָן: "מיר זענען נישט קיין פֿרײַערס..."

תּל־אָבֿיבֿ, יוני 14, 2011