פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען די פֿאַראייניקטע פֿעלקער־אַרגאַניזאַציע האָט דעם 2טן נאָוועמבער 1947 געגעבן איר צושטימונג פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה, איז דאָס געוואָרן אַ נס פֿאַר די לעבן־געבליבענע רעשטלעך פֿון דעם חורבן צוזאַמען מיט די שישים ריבוא — די 600,000 ייִדן, וואָס האָבן דעמאָלט באַוווינט דאָס הייליקע לאַנד. דאָס איז געשען גענוי פֿופֿציק יאָר נאָך הערצלס נבֿואה וועגן דער מדינה, וואָס האָט אין זײַן צײַט נאָך אויסגעזען נישט מער ווי אַ חלום. דערנאָך איז דער ערשטער חלום פֿון דער שוין אויסגעחלומטער מדינה געוואָרן — דאָס דערגיין צו אַ שלום. צען יאָר נאָך דעם האָט דער זעקס־טאָגיקער נצחון פֿאַרוואַנדלט יענעם פֿאַרווירקלעכטן חלום אין דער משיחישער גאולה מצד דעם אַקטיוויסטישן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג. אָבער עס איז פֿאַרבײַ נאָך אַ יאָרצענדליק און דער שלום איז שוין מער נישט געבליבן קיין חלום — מיטן אונטערשרײַבן דעם אָפּמאָך מיט מצרים, פֿון וואַנען די שישים ריבוא ייִדן זענען אַרויס מיט איבער אַן ערך דרײַ און אַ האַלבן יאָרטויזנט צוריק.

דאָס איז אין געציילטע שורות די קורצע פֿאָרגעשיכטע פֿון יציאת־מצרים, וואָס מיר האָבן געפּראַוועט מיט אייניקע וואָכן צוריק, ביז דעם נײַעם יסורים־וועג פֿון דעם חלום צום שלום — נאָך דעם ווי דער ערשטער שלום, אָדער די ערשטע סטאַנציע אויפֿן וועג צום שלום, איז שוין געוואָרן דעראָבערט מיט אונדזער דרומדיקער שכנה. הײַנט האָבן מיר שוין שלום אויך מיט דער שכנה פֿון מיזרח, מיט יאָרדאָניע — כאָטש אַ קאַלטן. אָבער קיין שלום מיט אונדזערע נאָענטסטע שכנים, די שותּפֿים צום שטח, די פּאַלעסטינער, האָבן מיר נאָך אַלץ נישט, נאָך 62 יאָר.

אין אָנהויב פֿון דעם איצטיקן יאָר, אין יאַנואַר 2010, איז אונטערן פֿאָרזיץ פֿון דעם מיניסטער פֿאַר טוריסטיק, סטאַס מיסעזשניקאָוו, זיך צוזאַמענגעקומען די מיניסטאָרן־קאַמיסיע פֿאַר מלוכישע סימבאָלן און צערעמאָניאַלן, כּדי צו באַשליסן אונטער וואָס פֿאַר אַ סלאָגאַן זאָל געפֿײַערט ווערן דער 62סטער אומאָפּהענגיקייט־יום־טובֿ פֿון דער מדינה. יעדער איינער פֿון די באַטייליקטע מיניסטאָרן האָט געוואָלט, אַז זײַן פֿונקציע זאָל אויסגעטיילט ווערן ווי די נאַציאָנאַלע באַשטימונג פֿון דעם יאָר. דער בילדונגס־מיניסטער, פֿון זײַן זײַט, האָט געוואָלט, אַז דאָס 62סטע יאָר זאָל זײַן דאָס יאָר פֿון פֿאַרשטאַרקן דעם חינוך, און דער מיניסטער פֿאַר וווילשטאַנד, למשל, האָט געוואָלט, אַז דאָס זאָל זײַן אַ יאָר פֿון פֿאַרבעסערטן וווילשטאַנד; דער מיניסטער מעסעזשניקאָוו, למשל, האָט פֿאָרגעלייגט עס זאָל זײַן אונטערן צייכן פֿון דער טוריסטיק, אָבער צום סוף האָט ער זיך אָנגעשלאָסן צום מיניסטער פֿון האַנדל און אינדוסטריע און האָט געשטיצט זײַן פֿאָרשלאַג צו פּראָקלאַמירן דאָס יאָר 2010 ווי דאָס יאָר פֿון היימישער, פֿון "ווײַס־בלויער פּראָדוקציע".

צווישן די אַלע פֿאָרשלאָגן און באַשטימונגען איז נישט געווען קיין אָרט פֿאַר דעם שלום: קיין איין מיניסטער האָט נישט אַרויסגערוקט דעם געדאַנק צו באַשטימען דאָס יאָר 2010 ווי דאָס יאָר פֿון שלום. אויך נישט דער פּרעמיער נתניהו. דאַקעגן האָט דער פּרעמיער נתניהו געמוזט אַרויסווײַזן זייער אַ שטאַרקן דרוק אויף זײַנע מיניסטאָרן — אויך פֿון זײַן אייגענער פּאַרטיי — זיי זאָלן אײַנשטימען אויף זײַן פֿאָרשלאָג צו ווידמען דעם הײַיאָריקן אומאָפּהענגיקייט־טאָג און דאָס 62סטע יאָר פֿון דער מדינה — דעם 150־סטן געבוירן־יאָר פֿון טעאָדאָר (בנימין זאבֿ) הערצל. דאָס איז אים געווען אויסערסט וויכטיק ווי אַ מיטל צו ברענגען אַהער די מנהיגים פֿון דער וועלט זיי זאָלן לייגן בלומענקרענץ אויף הערצלס קבֿר. און דאָס, כּדי צו קענען אויף דעם אופֿן אַ סוף מאַכן צו דעם דיפּלאָמאַטישן ברוגז, וועלכן די וויכטיקסטע מנהיגים פֿון דער וועלט האָבן אָנגעווענדט בנוגע מדינת־ישׂראל זינט נתניהו און ליבערמאַן זײַנען געקומען צו דער מאַכט אין ישׂראל. צו הערצלס געבוירן־טאָג וועלן זיי נישט קענען זיך אָפּזאָגן פֿון קומען אַהער און לייגן אַ קראַנץ בלומען אויף זײַן קבֿר.

דאָס זעט אויס אפֿשר קליינלעך, אָבער מיט אַזעלכע קליינלעכע און פֿאָרמעלע האַנדלונגען פּרובירט נתניהו פֿאַרדעקן די גרויסע מיאוסע האַנדלונגען פֿון זײַן פּאָליטישער סטראַטעגיע. האָט עס טאַקע אויסגעזען אַזוי צו זײַן, און דער ערשטער וויכטיקער מלוכה־מאַן, דאָס מאָל דער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, איז געקומען, און נאָך אַ סך אַנדערע מלוכה לײַט האָבן זיך געקליבן צו קומען אין זײַנע שפּורן.

נו, ווייסן מיר דאָך וואָס עס איז געווען דער רעזולטאַט: צוויי שעה נאָכן לייגן דעם קראַנץ אויף הערצלס קבֿר און פֿאָרנדיק צו דער טרעפֿונג מיט נתניהו, איז געקומען דער "שפּײַ" אין פּנים פֿון דעם הויכגעשטעלטן אַמעריקאַנישן גאַסט, ווען דער מנהיג פֿון ש״ס, דער אינערן־מיניסטער אלי ישי האָט פּראָקלאַמירט דעם פּראָיעקט פֿון אויסבויען 1,600 וווינונגען פֿאַר ייִדישע קאָלאָניסטן אויף דעם אַנעקסירטן שטח פֿון מיזרח־ירושלים...

אויף דעם אופֿן האָט די רעגירונג פֿון ישׂראל אַרויסגערופֿן דעם וואָלף פֿונעם וואַלד און אַוועקגעשטעלט דעם גורל פֿון ירושלים אויפן צענטראַלן אָרט אינעם סדר־היום פֿון די אומדירעקטע געשפּרעכן מיט אַבו מאַזען, דעם פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, אויפֿן פֿאַרלאַנג פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ. עס האָט זיך פֿאַרלאַנגט אַ געוואַלדיקער דיפּלאָמאַטישער אָנשטרענג צו דערמעגלעכן די דאָזיקע געשפּרעכן, וואָס האָבן זיך געעפֿנט די וואָך — אָבער אָן צערעמאָניאַלן און אָן טרומפּייטן־שאַלן און עטוואָס פֿריִער ווי מען האָט דערוואַרט. און אַוודאי נישט אַזוי ווי דער ספּעקטאַקל פֿון פּרעזידענט בוש מיט צוויי יאָר צוריק אין אַנאַפּאָליס, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט טרומפּייטן־שאַלן און זיך פֿאַרענדיקט שטילערהייט מיט אַ קול דממה דקה און אָן שום רעזולטאַטן.

בכלל האָבן זיך די דערוואַרטונגען אויפֿן שלום־פֿעלד געענדיקט. נאָך אַזוי פֿיל פּרוּוון און אָט־אָט־אָטן און סוף־כּל־סופֿן און אַנטוישונגען איז פֿאַרלוירן געגאַנגען סײַ דער חלום און סײַ דער ענטוזיאַזם, און אַפֿילו דער גלויבן. אויב דער שלום איז פֿריִער, נישט געקוקט אויף אַלע זײַנע דורכפֿאַלן, באַטראַכט געוואָרן ווי אומפֿאַרמײַדלעך, האָבן איצט אַרום 80 פּראָצענט פֿון די ישׂראלים אין איינעם פֿון די לעצטע פּובליק־טעסטן געזאָגט, אַז זיי גלייבן שוין נישט אין דער מעגלעכקייט פֿון אַ שלום מיט די פּאַלעסטינער.

ווײַל אין רעזולטאַט פֿון די אַלע ביז־איצטיקע אַנטוישטע דערוואַרטונגען איז דאָס אומפֿאַרמײַדלעכע און מעגלעכע געוואָרן צוריק אוממעגלעך, כאָטש די אָביעקטיווע באַדינגונגען פֿאַר אַ שלום האָבן זיך אָן אַן ערך שטאַרק פֿאַרבעסערט.

דאָס איז איינער פֿון די פּאַראַדאָקסן פֿון דעם פּאָליטישן פּלאָנטער אין דעם ראַיאָן. די געשיכטע פֿון די באַציִונגען צווישן ירושלים און וואַשינגטאָן האָט שוין אַדורכגעמאַכט פֿאַרשיידענע זיגזאַגן, וואָס האָבן אַלע מאָל אָפּגעשפּיגלט די אַקטועלע פּאָליטישע אינטערעסן פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע און אירע פֿאַרהעלטענישן מיט די אינערלעכע געזעלשאַפֿטלעכע אומשטענדן. דער ווילן פֿון דער אַדמיניסטראַציע אין וואַשינגטאָן צו לעבן בשלום מיטן פּראָ־ישׂראלדיקן לאָבי אינעם קאָנגרעס האָט אָפֿטמאָל דיקטירט די אַקטועלע גענג פֿון אַמעריקע אין נאָענטן מיזרח, וווּ ישׂראל דינט איר ווי אַ פֿאָרפּאָסט פֿאַר אירע אינטערעסן אין דעם ראַיאָן. דעריבער האָט זיך וואַשינגטאָן פֿאַרפֿליכטעט צו זאָרגן פֿאַר ישׂראלס זיכערהייט אויפֿן שטח, און אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליטישער אַרענע דורך דעם וועטאָ־רעכט, מיט וועלכן זי באַנוצט זיך לטובֿת ישׂראל אין זיכערהייט־ראַט, באַשיצנדיק זי קעגן סאַנקציעס און אַנדערע רעפּרעסיעס מצד דער אויטאָמאַטישער מערהייט אין דער פֿעלקער־משפּחה.

אָבער די פּאָליטישע אָנפֿירונג פֿון אַמעריקע האָט אויך איר קאָנסעקווענטע "רויטע ליניע" לגבי אַ גאַנצער ריי גרונט־סוגיאס פֿאַר אירע געאָפּאָליטישע אינטערעסן, פֿון וועלכע זי ווײַכט נישט אָפּ, נישט געקוקט אויף די "סטיליסטישע" אונטערשיידן צווישן די פֿאַרשיידענע אַדמיניסטראַציעס און זייערע פּרעזידענטן. און נישט געקוקט דערויף, וואָס טייל פֿון זיי זײַנען שטרענג און די אַנדערע קוקן אַוועק אָדער ווינקען מיט שטומער און צײַטווײַליקער הסכּמה אויף פּרינציפּיעלע פֿאַרלעצונגען מצד ישׂראל, האָט אָבער וואַשינגטאָן ביז איצט נישט אָנערקענט די ישׂראלדיקע אָקופּאַציע פֿון די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס, ווי אויך נישט די קאָלאָניזאַציע פֿון אָט די שטחים און די אַנעקסיע פֿון מיזרח־ירושלים פֿון די 28 אַרומיקע אַראַבישע קוואַרטאַלן און דערפֿער וואָס פֿון יענער זײַט "גרינער ליניע".

וואָס שײַך די מנהיגים פֿון ישׂראל, האָבן זיי אַלע סטימולירט די קאָלאָניזאַציע, אומאָפּהענגיק פֿון זייער פּרינציפּיעלער אידעאָלאָגישער אויפֿפֿאַסונג. אַזוי, למשל, האָט שמעון פּערעס און די רעגירונג פֿון מפּא״י געעפֿנט די "שטחים" פֿאַר דער קאָלאָניזאַציע פֿון "גוש אמונים" און פֿאַר דער "ארץ־ישׂראל־השלמה", און אהוד ברק האָט זיך צומאָל באַרימט, אַז אין דער קורצער צײַט פֿון זײַן רעגירונג האָבן זיך באַזעצט אויף די "שטחים" מער קאָלאָניסטן ("מתנחלים") ווי אין די דרײַ פֿריִערדיקע רעגירונגען פֿון דעם רעכטן "ליכּוד".

און אָט האָבן מיר צוגעזען אַ פּאַראַדאָקסאַלע קעגנזעצלעכע אַנטוויקלונג אין דער וועלט־אויפֿפֿאַסונג פֿון די פּאַרטיייִשע מנהיגים און מלוכישע פֿונקציאָנערן נאָכן באַזעצן זיך בײַם רודער פֿון דער מדינה און בײַם "פֿענצטער" צו דער פּאָליטישער ווירקלעכקייט: דאָס וואָס האָט זיך אַזוי טרעפֿלעך אויסגעדריקט אין אַריאל שרונס ווערטל, גענומען פֿון אַ פּאָפּולער לידל, אַז "דאָס וואָס מען זעט פֿון דאַנען, זעט מען נישט פֿון דאָרטן" — ווען ער האָט געדאַרפֿט דערקלערן פֿאַר זײַנע אידעאָלאָגישע שותּפֿים דעם דראַמאַטישן איבערקער, נאָך דעם ווי ער האָט אונטערגעשריבן זײַן הסכּמה צו דער "וועגן־מאַפּע" פֿון פּרעזידענט בוש. דאָס זעלבע איז געשען מיט דער מערהייט געוועזענע שעפֿן פֿון די געהיימע אינפֿאָרמאַציע־ און זיכערהייט־דינסטן, וועלכע זײַנען פֿון האַרטנעקיקע מיליטאַנטן געוואָרן אָנהענגער פֿון אַ טעריטאָריעלער פּשרה און פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה, אָנהייבנדיק פֿון יהושע הרכּבֿי, דעם איבערזעצער פֿון דער "פּאַלעסטינער קאָנווענץ", וועלכער איז נאָכן פֿאַרלאָזן זײַן אַמט אינעם אינפֿאָמאַציע־דינסט אַוועק שטודירן געשיכטע אין דער אַקאַדעמיע און איז געוואָרן, ווי אַ געלערנטער היסטאָריקער, פֿון די ערשטע פּרעדיקער פֿאַר אַ פּאַלעסטינער מדינה.

און אַזוי איז אויך געשען מיט אַלע פּרעמיער־מיניסטאָרן, חוץ יצחק שמירן, וועלכער האָט זיך געהאַלטן בײַ דער פֿאַלשער פֿילאָסאָפֿיע, לויט וועלכער די צײַט אַרבעט פֿאַר אונדז. די זעלבע מנהיגים האָבן זיך אָבער, ווי פּאָליטיקער, נישט געקענט באַפֿרײַען פֿון די אידעאָלאָגישע פֿאַרפֿליכטונגען פֿאַר זייער פּאָליטישער אָנגעהעריקייט און פֿאַר זייערע וויילער, און אויפֿן וועג צו זייער אויסניכטערונג האָבן זיי נישט אויפֿגעהערט אַרײַנצולייגן קלעצער אין די רעדער פֿון דעם שלום־צוג.

פֿון דעם אַספּעקט ווערט אפֿשר קלאָר די סיבה פֿון נתניהוס פֿאַרביסענעם געראַנגל צו איזאָלירן משה פֿייגלינען (דעם אָנפֿירער פֿון דער ראַדיקאַל־רעכטער פֿראַקציע, וועלכער האָט זיך פֿאַרמאָסטן צו באַהערשן דעם "ליכּוד" מיט זײַן פֿונדאַמענטאַליסטישער אידעאָלאָגיע). אין דער אָפּשטימונג צווישן די מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי־צענטראַלע וועגן אָפּלייגן אויף נאָך צוויי יאָר די וואַלן צו דער פּאַרטיי־קאָנפֿערענץ, וואָס איז זיך נישט צוזאַמענגעקומען שוין זינט צען יאָר. אויף דעם אופֿן האָט ער זיך באַפֿרײַט פֿון דער געפֿאַר פֿון אַן אינערלעכער שטערונג אָדער פּראָוואָקאַציע מיטן דערעפֿענען די אומדירעקטע געשפּרעכן אונטער דער אַמעריקאַנער פֿאַרמיטלונג צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, וועלכע האָבן פֿון זייער זײַט באַקומען די צושטימונג פֿון דער אַראַבישער ליגע.

אָבער גענוי אַזוי ווי אויף דער ייִדישער זײַט הערשן שאַרפֿע ווידעראַנאַנדן לגבי דער צוקונפֿט פֿון דער מדינה, הערשן אויך שאַרפֿע מחלוקתן אין דער אָנפֿירונג פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ בנוגע דער סטראַטעגיע פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען מיט ישׂראל.

דער פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט זיך געשטעלט פֿאַר זײַן ציל צו לייזן די אומלייזבאַרע (אויסער זיינע דאָרטיקע) פּראָבלעמען און צו דערגרייכן אַ שלום אין צוויי יאָר. וועט אַפֿשר דאָס יאָר 2011 קענען ווערן דאָס יאָר פֿון שלום, אויב ער וועט נאָר נישט ווידער ווערן געשטרויכלט, אַזוי ווי אַלע פֿריִערדיקע פּרוּוון.

תּל־אָבֿיבֿ, דעם 4טן מײַ 2010