פּאָליטיק, ישׂראל

די פֿײַערלעכע דערעפֿענונג פֿון דער װינטער-סעסיע פֿון דער כּנסת איז פֿאָרגעקומען הײַנטיקע װאָך — צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה, בײַ דער שטאַרק אָנזעעװדיקער אָפּװעזנהייט פֿון דעם ערשטן בירגער פֿון דער מדינה, דעם מדינה-פּרעזידענט. געװײנטלעך פֿלעגט דאָס שופֿר-בלאָזן מיטן אַרײַנקומען פֿון דעם מדינה-פּרעזידענט און דאָס דערעפֿענען דורך אים די סעסיע, צוגעבן אַ מאַיעסטעטישן כּבֿוד דעם פּאַרלאַמענט און אַ געװיסע פֿאַרביקייט דעם פֿײַערלעכן ריטואַל פֿון דער דערעפֿענונג.

דאָס מאָל האָבן די כּנסת-דעפּוטאַטן און די גאַנצע מדינה פֿרײַער אָפּגעאָטעמט װען דער מדינה-פּרעזידענט האָט אין דער לעצטער רגע באַשלאָסן נישט צו קומען מכבד צו זײַן מיט זײַן באַפֿלעקטן מאַיעסטעט די כּנסת, װעלכע האָט אים מיט זעקס יאָר צוריק אויסגעװײלט אויף דעם סאַמע העכסטן און בכּבֿודיקסטן אַמט אין דער מדינה — אַן אַמט װאָס זײַן עיקרדיקע פֿונקציע און קאָמפּעטענץ באַשטייט אין... פֿאַרשאַפֿן דער מדינה כּבֿוד. מיט זײַן נישט קומען מכבד צו זײַן די כּנסת האָט ער באַפֿרײַט די דעפּוטאַטן און די גאַנצע היגע געזעלשאַפֿטלעכקייט פֿון דער טיפֿער פֿאַרלעגנהייט, אין װעלכער זײַן אָנװעזנהייט װאָלט זײ אַרײַנגעפֿירט. זײַן אָפּװעזנהײט האָט אויך פֿאַרשפּאָרט די חרפּה פֿון דעמאָנסטראַטיװע אַקטן און אַרויסטרעטונגען פֿון אייניקע דעפּוטאַטן, דער עיקר, פֿון די דעפּוטאַטן-פֿרויען: זײ האָבן אים געבעטן ער זאָל רעזיגנירן, אָדער "פֿאַרהענגען" כאָטש צײַטװײַליק, ביז דער געריכטלעכער אַנטשיידונג, זײַנע פּרעזידענט־פֿונקציעס, אָדער װײניקסטן, נישט קומען אין דער כּנסת. דער נשׂיא האָט אָבער אָט דעם רוף ביז דעם לעצטן טאָג געהאַט אָפּגעװאָרפֿן.

איינער פֿון די פֿירנדיקע זשורנאַליסטן האָט באַשולדיקט דעם מדינה-פּרעזידענט, װעלכער איז פֿאַרדעכטיקט אין פֿאַרגװאַלטיקונגען און אַנדערע שאַנד-אַקטן קעגן זײַנע סעקרעטאַרינס אין הויז פֿון פּרעזידענט — אַז מיט זײַן איצטיקער אויפֿפֿירונג פֿאַרגװאַלדיקט ער אויך די מדינה.

דער נשׂיא האָט אָבער געענדערט זײַן באַשלוס אין טאָג פֿון דעם דערעפֿענונגס-צערעמאָניאַל, נאָך דעם װי דעם זעלבן טאָג האָט די פּאָליציי געמאָלדן, אַז זי האָט פֿאַרענדיקט איר אויספֿאָרשונג און האָט איבערגעגעבן די אַקטן דער פּראָקוראַטור, מיט דער רעקאָמענדאַציע צו שטעלן דעם נשׂיא צום מישפּט.

די באַשולדיקונגען קעגן דער העכסטער אינסטאַנץ אין דער מדינה זענען פֿון דער סאַמע נידעריקסטער קאַטעגאָריע.

אָנקלאַגעס זײַנען עלף, װאָס אַ טייל פֿון זיי װערט שוין באַטראַכט װי פֿאַרעלטערט, אָבער די אַנדערע שטײַגן איבער די װײַטסטע פֿאַנטאַזיע, זענען צוגעקומען, אין גאַנג פֿון דער פּאָליציייִשער אויספֿאָרשונג; אויך פֿאַרדאַכטן װעגן פּראָטעקציע און קאָרופּציע בײַם באַגנעדיקן אַרעסטאַנטן, אין טײלן מתּנות פֿאַר קרובֿים אויפֿן מלוכישן חשבון און נאָך אַנדערע עבֿירות פֿון קרימינעלן כאַראַקטער.

דער נשׂיא האָט רעכט, אַזוי װי יעדער אײנפֿאַכער בירגער, זיך צו ראַנגלען פֿאַר זײַן אומשולד און באַטראַכט צו װערן ווי אומשולדיק כּל זמן דאָס געריכט האָט אים נישט פֿאַרמישפּט. אָבער אין די לעצטע טעג האָט דער אופֿן פֿון דעם קאַמף, די טענות און אָנפֿאַלן אויף דער פּאָליציי און אירע אויספֿאָרשער, די אַגרעסיװע אַרויסטרעטונגען פֿון זײַן ברודער און פֿון אַנדערע זײַנע "נאָענטע קרײַזן" — אַלץ מער און מער אַראָפּגענידערט דעם פּרעסטיזש פֿון דעם נשׂיא און פֿון דעם בית־הנשׂיא. באַזונדערס אין אָנבליק פֿון זײַן ביז איצטיקער רעפּוטאַציע ווי אַ נאָבעלע געשטאַלט.

אָט דער קאָנטראַסט צװישן דער נאָבעלער רעפּוטאַציע, פֿאַר װעלכער ער איז געװאָרן אויסגעצײכנט דורך דער כּנסת אין דער צײַט פֿון זײַן פּאַרלאַמענטאַרישער קאַריערע מיט יאָרן צוריק, און זײַן איצטיקער כּמעט שוין דערװיזענער אויפֿפֿירונג אין זכות פֿון דער שׂררה, דעם כּוח פֿון דער מאַכט, װאָס אין זײַנע הענט — האָבן אַלץ מער פֿאַרטיפֿט די אַנטוישונג אויך מצד די, װאָס האָבן אים אויסגעװײלט מיט זעקס יאָר צוריק אויף זײַן זיבן־יאָריקער קאַדענץ. ער האָט דאַן באַזיגט פּערעסן מיט 63 קעגן 57 שטימען אין דער צװײטער רונדע נאָך דעם װי אין דער ערשטער רונדע האָבן בײדע באַקומען אַ גלײַכע צאָל שטימען (אין ישׂראל װערט דער מדינה-פּרעזידענט געװײלט דורך דער כּנסת).

משה קצבֿ האָט געירשנט דעם אַמט פֿון דעם פּאָפּולערן פּרעזידענט עזר װײַצמאַן, װעלכער האָט אויך זײַן קאַדענץ נישט פֿאַרענדיקט װי אַ צדיק, אָבער פֿון גאָר אַן אַנדערן כאַראַקטער און פֿאַרנעם: ער האָט אַלײן דעמיסיאָנירט דעם 13טן יולי 2000, צװײ װאָכן פֿאַר דעם נאָמינעלן סוף פֿון זײַן קאַדענץ, נישט געקוקט אויף דעם װאָס דער יורידישער ראַטגעבער פֿון דער רעגירונג האָט געהאַט באַשלאָסן צו פֿאַרמאַכן זײַנע אַקטן, אין וועלכע ער איז געװאָרן באַשולדיקט אין פֿאַרהוילן זײַנע הכנסות פֿון אַ מסחרישער טראַנזאַקציע.

עס האָט דעריבער אויסגעזען, אַז דער אַרײַנטריט פֿון משה קצבֿ מיט זײַן נאָבעלער רעפּוטאַציע און איידעלע מאַנירן אינעם בית־הנשׂיא, װעט רײנװאַשן די פֿונקציע פֿון מדינה-פּרעזידענט פֿון יעטװעדן פֿלעקל פֿון אומגעזעצלעכקייט און עטישן חשד.

משה קצבֿ, דער אַכטער פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל, 61 יאָר אַלט, איז דער ערשטער פּרעזידענט װאָס איז נישט פֿון מפּא"י, פֿון דער אַרבעטער-פּאַרטיי, און דער ערשטער װאָס איז נישט קיין געבוירענער אין לאַנד. ער איז געבוירן אין איראַן און איז אָנגעקומען אין לאַנד צו פֿינף יאָר, אין 1950. זײַן ביאָגראַפֿיע איז פֿול מיט רעקאָרדן פֿון זײַן בליץ-אויפֿגייענדיקער קאַריערע, אָנהייבנדיק פֿון דער "מעברה", דעם עולים-לאַגער, װוּ זײַן יונג ברודערל איז אומגעקומען אין די פֿאַרפֿלײצונגען אין יאַנואַר 1951. אין טיפֿער אָרעמקייט האָט ער זיך אויסגעפֿלאַסטערט דעם װעג צום אוניװערסיטעט אין ירושלים, װי דער ערשטער סטודענט פֿון דעם עולים-שטעטל קרית־מלאכי, געװאָרן פֿאָרזיצער פֿון דעם סטודענטן-קעמערל פֿון גח"ל (חרות), צו 24 יאָר געװאָרן פֿאָרזיצער פֿונעם אָרטס-ראַט — דער ייִנגסטער אין דער מוניציפּאַלער געשיכטע פֿון ישׂראל; צו 32 יאָר געװאָרן אויסגעװײלט אין דער כּנסת אויפֿן 9טן אָרט אין דער רשימה פֿון "ליכּוד", און צו 39 יאָר געװאָרן דער ייִנגסטער מיניסטער אין דער מדינה.

אין די 90קער יאָרן, ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿראַקציע פֿון "ליכּוד" אין דער אָפּאָזיציע, האָט ער געזאָגט, אין שײַכות מיט די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ, אַז "נאָכן דריקן (אַראַפֿאַטס) פֿאַרבלוטיקטע הענט, װעט ראַבין קײנמאָל שוין נישט קענען אָפּמעקן די חרפּה". דעם 5טן אָקטאָבער 1995 איז ער געשטאַנען לעבן דעם רעדנער-פּולפּיט בעת יענער טראַגישער מאַניפֿעסטאַציע פֿון "ליכּוד" אויפֿן ציון-פּלאַץ אין ירושלים. ער האָט אָבער קיין רעדע נישט געהאַלטן.

אַזוי איז ער געשטיגן אויפֿן פּאַרטיייִשן לײטער פֿון זײַן קאַריערע ביז צום שפּיץ אין בית־הנשׂיא, פֿון װעלכן ער שטייט איצט אויפֿן ראַנד פֿאַר דעם דראַמאַטישן אַראָפּפֿאַל. אין דעם פֿאַרמעסט צװישן די פּאָטענציעלע יורשים װאָס לעכצן צו באַזעצן דאָס הויז, װערן שוין אַרויסגערוקט די נעמען פֿון 8 אָדער 9 פּרעטענדענטן, צװישן זײ דער געװעזענער פֿאָרזיצער פֿון דער כּנסת, ראובֿן ריװלין, דער װיצע-פּרעמיער שמעון פּערעס און דער הויפּט-ראַבינער פֿון תּל-אָבֿיבֿ, געװעזענער רבֿ־ראשי פֿון ישׂראל, הרבֿ ישׂראל לאַו.

אויף דעם אופֿן עפֿנט זיך, אַלזאָ, אַ נײַע "אַדזשענדע" אויפֿן פּאָליטישן יאַריד אין ישׂראל.

תּל-אָבֿיבֿ, 17טער אָקטאָבער 2006