פּובליציסטיק

מיט אַן אומבאַקוועם געפֿיל שרײַב איך איצט די דאָזיקע שורות, אינספּירירט פֿון אַ מאמר, וואָס איז דערשינען אין "פֿאָרווערטס" פֿון דעם 13—19 אַפּריל דאָס יאָר, אויף דער זעלבער זײַט, אויף וועלכער עס פֿלעגט אין משך פֿון 14 יאָר דערשײַנען רעגולער דער קאָלום מיט מײַנע קאָרעספּאָנדענצן פֿון ישׂראל. איך מיין דאָ דעם מאמר פֿון דעם חשובֿן ד"ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק) אונטערן קעפּל "ייִדישע טעמאַטיק", אין וועלכן ער באַהאַנדלט דעם כאַראַקטער און אופֿן פֿון אָפּמערקן דעם "טאָג פֿון אומקום און גבֿורה", דעם יאָרטאָג פֿון דעם ייִדישן חורבן אין אייראָפּע.

איך האָב באַוווּנדערט דעם חשובֿן מחבר פֿון דעם מאמר מחמת דער געניטער פּראָפֿעסיאָנעלער לײַכטקייט, מיט וועלכער ער באַהאַנדלט אַזאַ שווערע, אַזאַ פּײַנלעך אָנגעווייטיקטע טעמע, און באַזונדערס די לײַכטקייט מיט וועלכער ער ברענגט אַרויס זײַן עצה צו דערטיילן אַ רעליגיעזן סטאַטוס די יערלעכע אָנדענק־אַקטן פֿון דעם "יום השואה", ווי מען רופֿט אים אין ישׂראל. אָט די כּלומרשט זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע לײַכטקייט האָט מיך אָבער אויך טיף שאָקירט.

אַזוי ווי אַ געניטער אַדוואָקאַט מאָטיווירט דער מחבר פֿון דעם מאמר זײַן פֿאָרשלאָג מיט די מאָטיוון פֿון "תּכלית", וואָס דאַרף זײַן די גאַראַנטיע, אַז אין רעליגיעזן זכות וועט "די מיצווה פֿון געדענקען" אַרײַנגעשריבן ווערן אויף אייביק אין דעם געדענקבוך פֿון דער ייִדישער געשיכטע. אַזוי ווי, למשל, פּסח, דער יום־טובֿ פֿון באַפֿרײַונג, פֿון יציאת מצרים. ער פֿאַרזעט אָבער דעם "קליינעם" אונטערשייד: אין קעגנזאַץ צו דער מיצווה פֿון געדענקען און דערמאָנען, ווי דער אייבערשטער שטעלט זיך פֿאָר פֿאַר דעם פֿאָלק יעדן פֿרילינג אין דער הגדה פֿון פּסח מיט זײַן "אנוכי" און זאָגט צו אים, צום פֿאָלק: "איך בין דײַן גאָט וואָס האָט דיך אַרויסגעצויגן פֿון מצרים". ווי אַזוי וועט ער, אויב אַזוי, זיך פֿאָרשטעלן פֿאַר דעם אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק, פֿאַר די רעשטלעך פֿון די פֿאַרפּײַניקטע, פֿאַרברענטע און פֿאַרגאַזטע; פֿאַר די איבערלעבערס פֿון דעם נאַצישן גיהנום, די קרבנות פֿון דעם שענדלעכסטן באַרבאַריזם? און בכלל, ווי אַזוי וועט ער זיך פּרעזענטירן פֿאַר זײַן אויסדערוויילטן פֿאָלק צום אומקום — אַז ער איז דאָך דאָרט דעמאָלט איבערהויפּט נישט געווען?

אָפּלייגנדיק אין אַ זײַט דעם מהותדיקן וויכּוח וועגן דער פֿאָלקס־עקזיסטענץ פֿון דעם איבער-אַלעמדיקן, דעם "אַלמעכטיקן", פֿרעגן מיר אָבער: וווּ האָט ער, דער אַלמעכטיקער האַר פֿון דער וועלט, זיך אויסבאַהאַלטן אין יענע מוראדיקע יאָרן, ווען די דײַטשן האָבן אומגעשטערט אויסגעשאָכטן זײַן אויסדערוויילט פֿאָלק? און, אויב דער אייבערשטער געפֿינט זיך טאַקע אומעטום, אין יעדן אָרט אויף דער גאָרער וועלט, ווי עס זאָגן די גלויבנדיקע, ווי האָט ער געקענט זײַן פּנים פֿאַרשטעלן און לאָזן זײַן פֿאָלק אויף הפֿקר, צו דעם מענטשן־פֿרעסערישן נאַצישן קאַניבאַל, צו ווערן פֿון אים פֿאַרטיליקט און אויסגעשאָכטן, און דאָס נאָכן לאָזן פֿאַרפּײַניקן זײַנע קינדער מיט אַלע פּערווערסיווע כּלים פֿון דער געטלעכער אינקוויזיציע?

פּראָפֿ׳ דוד לבֿני, אַ פֿאָרשער און לעקטאָר אין די לימודים פֿון תּלמוד, האָט אין אַן אינטערוויו בײַם צוטיילן אים דעם "פּרס ישׂראל" פֿאַר תּלמוד־פֿאָרשונג פֿאַרן יאָר 2008, געזאָגט:

"די צוויי גרויסע אַנטפּלעקונגען אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק זײַנען געווען: אויפֿן באַרג סיני אין דער אָנוועזנהייט פֿון גאָט, און אין אוישוויץ — אין גאָטס אָפּוועזנהייט".

וווּ האָט ער, דער אומעטומיקער און אַלמעכטיקער, געקאָנט זיך אויסבאַהאַלטן — אפֿשר ווי אַ געפּלאָגטער, גערודפֿטער ייִד צוזאַמען מיט זײַן פֿאָלק פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פּשוטן בשׂר־ודם ערגעץ אין אַ בונקער? און אפֿשר גאָר זיך באַהאַלטן אין איינעם פֿון די בלויע הימלען, נישט וועלנדיק טיילן דעם גורל פֿון זײַן פֿאָלק און נישט צו ווערן אָפּגעפֿירט מיט אַ טראַנספּאָרט קיין אוישוויץ?

האָט דאָך אָבער דער דיכטער יצחק קאַצענעלסאָן אין זײַן קלאָג-ליד פֿון דעם אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק שוין געזאָגט: "איר האָט קיין גאָט נישט, הימלען!" — און דער הימלרײַסנדיקער אויסגעשריי פֿון דעם ייִדישן דיכטער האָט זיך געקײַקלט און געדונערט אין די הימלען, און איז צו גאָטס אויערן דאָרט נישט דערגאַנגען?

ווײַל ער איז דאָרט נישט געווען.

"נסתרים הן דרכי אלהים" — פֿאַרהוילן זענען גאָטס וועגן, זאָגן די חז״ל, און דאָס איז די פֿאַרענטפֿערונג, וואָס באַפֿרײַט די גלויביקע פֿון פֿרעגן די מאַטערנדיקע קשיא. פֿאַנאַטיש פֿרומע געפֿינען דעם תּירוץ אין דער טענה, אַז צוליב די "זינדיקע" ווערן אויך די צדיקים באַשטראָפֿט, ווי עס האָט זיך אַמאָל אויסגעדריקט דער גײַסטיקער מנהיג פֿון ש״ס, דער געוועזענער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ פֿון מדינת־ישׂראל, דער ראשון לציון הרבֿ עובֿדיה יוסף. אַנדערע חכמי־התּורה האָבן געפֿונען קלוגערע אופֿנים זיך אַרויסצודרייען פֿון אַן ענטפֿער אויף דער פּײַנלעכער קשיא: פֿאַרוואָס האָט דער אַלמעכטיקער פֿאַרשטעלט זײַן פּנים, פֿאַרוואָס האָט ער זיך אויסבאַהאַלטן אין יענע פֿינצטער-חושכדיקע טעג? דאָס שטערט אָבער נישט די כּלי־קודש צו פֿאַרלאַנגען פֿון די געהאָרכזאַם גלייביקע זיי זאָלן אין יעדער ברכה, אין יעדער תּפֿילה, אויף יעדער אַזכּרה, בײַ יעדער לוויה און אין יעדן קדיש בענטשן, דאַנקען און לויבן דעם אייבערשטן, דעם האַר פֿון דער וועלט פֿאַר יעדער עוולה, וואָס ער באַגייט קעגן זײַן אויסדערוויילטן פֿאָלק. דאַנקען און לויבן אים פֿאַר לאָזן דעם שׂטן ווילדעווען, פֿאַר לאָזן אים טרײַבן דאָס פֿאָלק צו דער שחיטה...

* * *

דער חשובֿער ד״ר שלמה גאָלדמאַן דערמאָנט אונדז אין זײַן אַרטיקל אין די צוויי דאַטעס פֿון באַערן דעם אָנדענק פֿונעם חורבן: דעם "יום השואה", וואָס איז באַשטימט געוואָרן אין יאָר 1951 פֿון דער כּנסת, און דעם 27סטן יאַנואַר, וואָס איז ערשט לעצטנס, מיט עטלעכע יאָר צוריק, באַשטימט געוואָרן דורך דער "יו־ען", ווי דער אינטערנאַציאָנאַלער געדענקטאָג פֿון דעם דײַטשישן גענאָציד — דעם מאַסיוון מענטשן־מאָרד. דאָס איז דער טאָג, ווען דער לאַגער אין אוישוויץ, די פֿאַבריק פֿון טויט, איז געוואָרן באַפֿרײַט און ער סימבאָליזירט דעם סוף פֿון דעם חורבן. היות ווי כ״ז ניסן איז באַשטימט געוואָרן פֿון דער כּנסת, וואָס איז נישט קיין רבנישע קערפּערשאַפֿט, ווײַזט אָן ד״ר גאָלדמאַן, "איז ער ניט סאַנקציאָנירט פֿון דער הלכה און טראָגט נישט קיין רעליגיעזן כאַראַקטער, און האָט נישט קיין ספּעציפֿישן נוסח־התּפֿילה, ווי למשל, צום גדליה, חנוכּה און אסתר־תּענית אין פּורים."

"מײַן היסטאָרישער חוש זאָגט מיר" — פֿירט אויס ד״ר גאָלדמאַן — "אַז אין די תּפֿוצות צוגלײַך מיט ישׂראל מוז דער טאָג אָפּגעהיט ווערן בו ביום און מוז באַגלייט ווערן מיט אַ רעליגיעזן כאַראַקטער, אויב נישט, וועט ער מיט דער צײַט פֿאַרלירן זײַן חשיבֿות".

ווי איך זע, האָט ד״ר גאָלדמאַן ברענגענדיק דעם דאָזיקן מוז־פֿאָרשלאָג זיך פֿאַרלאָזט אויף דעם קורצן קאָלעקטיוון זכּרון און האָט נישט גענומען אין באַטראַכט די מעגלעכקייט, אַז וועלנדיק פֿאַרזיכערן דעם אָנדענק פֿונעם ייִדישן חורבן ער זאָל נישט ווערן פֿאַרגעסן, וועט אפֿשר פֿאַרגעסן ווערן די אָפּוועזנהייט פֿון דעם אַלמעכטיקן בעת דעם אומגליק פֿון זײַן פֿאָלק. עס איז אויך צו שטוינען, אַז דערמאָנענדיק די צוויי נישט רבנישע אָנדענק־דאַטעס פֿונעם חורבן האָט ער פֿאַרגעסן די דריטע דאַטע, וואָס איז אין דער אמתן געווען די ערשטע: דעם 19טן אַפּריל, וואָס איז אין די ערשטע פֿינף יאָר נאָכן חורבן געווען דער ספּאָנטאַניש באַשטימטער, אָבער דער אינטערנאַציאָנאַל אָנערקענטער, אָנדענק־טאָג פֿון וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד ווי דער סימבאָלישער יאָרטאָג פֿון אומקום און גבֿורה.

אַ לאַנגע צײַט האָט מען אין דער כּנסת זיך געאַמפּערט ביז וואַנען עס איז אין יאָר 1951 באַשטימט געוואָרן די דאַטע פֿון כ״ז ניסן ווי דער יאָרטאָג פֿון אומקום און ווידערשטאַנד, וואָס פֿאַלט אויס זעקס טעג נאָכן לעצטן טאָג פּסח און אַ וואָך פֿאַר דעם יאָרטאָג נאָך די געפֿאַלענע זעלנער פֿון צה״ל, וואָס גלײַך נאָך אים איז דער "יום העצמאות" פֿון דער אויפֿגעקומענער מדינת־ישׂראל.

צוויי יאָר שפּעטער, אין 1953, האָט די כּנסת אים באַשטעטיקט אין די ראַמען פֿון דעם "געזעץ פֿון יד־ושם", און ערשט אין 1959 אים סאַנקציאָנירט ווי אַ געזעץ פֿון דער מדינה א״נ "חוק יום הזכּרון לשואה ולגבֿורה 1959". די סימבאָלישע דאַטע פֿון 19טן אַפּריל, איז מיט דער צײַט געוואָרן פֿאַרמינערט אין דעם נאַציאָנאַלן זכּרון און ער ווערט הײַנט אָפּגעמערקט נאָר אין פּוילן (אין אַ מלוכישן סטאַטוס), אין די קיבוצים "לוחמי הגיטאות" און "יד מרדכי" (א״נ פֿון מרדכי אַניעלעוויטש) און אין "אַרבעטער־רינג" אין ישׂראל און אויף דער וועלט.

גראָד בײַ די פֿרומע פֿון אַלע שאַטירונגען האָט גענומען אַ היפּשע צײַט ביז זיי האָבן דעם אָנדענק פֿונעם חורבן ארײַנגענומען אין דעם אַלגעמיינעם "יום הקדיש הכללי", וועלכן דער הויפּט־ראַבינאַט פֿון מדינת־ישׂראל האָט, אויך אין 1951 און ווי אַ קעגן־אַקט צום באַשלוס פֿון דער כּנסת, באַשטימט אויף דער ייִדישער דאַטע פֿון עשׂרה בטבֿת.

ד״ר שלמה גאָלדמאַן קען זיך אָבער נישט באַקלאָגן אויפֿן פֿעלן פֿון דעם רעליגיעזן כאַראַקטער פֿון דעם אָנדענק־ריטואַל, וועלכער קומט במילא צום אויסדרוק נישט נאָר אין דעם קדיש און דעם קאַפּיטל תּהילים, וואָס דאָס געזעץ פֿאַרפֿליכטעט צו זאָגן בעת די אָפֿיציעלע מלוכישע צערעמאָניאַלן אין "יד־ושם", נאָר אויך אין דעם עצם פֿאַקט, אַז דער "יאָרטאָג פֿון אומקום און גבֿורה" פֿאַלט אויס אין די טעג פֿון "ספֿירת העומר", צווישן פּסח און שבֿועות, וואָס זענען טעג פֿון טרויער פֿאַר די גלייביקע, פֿאַר די וואָס היטן אָפּ די רעליגיעזע מינהגים.

און, וואָס שײַך דער אינטערנאַציאָנאַלער דאַטע פֿון אָפּמערקן דעם אָנדענק פֿונעם ייִדישן חורבן, דאַרף דערמאָנט ווערן דער פֿאַקט, אַז ער איז באַשטימט געוואָרן דורך דער "יו־ען" אויפֿן פֿאָרשלאָג פֿון דײַטשלאַנד, ווי דער טאָג פֿון באַפֿרײַען דעם טויט־לאַגער אוישוויץ, ווי דעם סימבאָל פֿון דעם אולטימאַטיוון בייז, פֿון דעם העכסטן טײַוולאָנישן רישעות.

איך האָב נישט בדעה צוליב אָט דעם פֿאַקט פֿון דער דײַטשישער איניציאַטיוו צו נעגירן די דאָזיקע דאַטע. איך וויל דערמיט נאָר אונטערשטרײַכן דעם טראַגישן קוריאָז, אין וועמענס חסד עס נייטיקט זיך דער ייִדישער היסטאָרישער זכּרון...

נישט נאָר מקיים זײַן "די מיצווה פֿון געדענקען", נאָר דאָס פֿאַרטיפֿן דעם נאַציאָנאַלן און מענטשלעכן באַוווּסטזײַן אין דער דערציִונג פֿון דעם יונגן דור, די מיצווה פֿון אויסראָטן דעם וואָרעם פֿון כוליגאַניזם און ראַסיסטישן שאָוויניזם, וואָס האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין דעם נאַציאָנאַלן קערפּער און פֿרעסט אים אויף פֿון אינעווייניק.

אין דעם חורבן איז נישט נאָר פֿאַרטיליקט געוואָרן, מיט אַלע משונהדיקע טויטן, אַ דריטל פֿון ייִדישן פֿאָלק. דער חורבן האָט אויך צעטרייסלט דעם מוח, און די נשמה און דעם נאַציאָנאַלן באַוווּסטזײַן פֿון די צוויי דריטל, וואָס האָבן דעם חורבן איבערגעלעבט, ס׳רוב פֿון דער ווײַטנס. אין די געטאָס און אין די לאַגערן פֿון פּײַן און טויט האָבן אַ סך פֿון די פֿרומע ייִדן זיך מוסר־נפֿש געווען פֿאַרן גלויבן; אַנדערע האָבן דעם גלויבן פֿאַרלוירן נאָך דעם ווי דער באַשאַפֿער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו זײַן זייער באַשיצער. פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען נישט ווייניק פֿרײַע, נישט גלויביקע מענטשן געוואָרן פֿרום, נישט קענענדיק באַנעמען דעם זין פֿון דעם אומגליק, נישט קענענדיק געפֿינען קיין ראַציאָנעלן ענטפֿער פֿאַר זייערע לײַדן.

דער עצם געדאַנק פֿון שענקען דעם אָנדענק פֿון דעם גרעסטן נאַציאָנאַלן אומגליק אַ רעליגיעזן כאַראַקטער איז נישט ווייניקער שעדלעך, ווי די פֿאַרלייקענונג פֿון דעם חורבן.

יעדער מענטש האָט זײַן גלויבן, אָבער דער רעליגיעזער ממסד פֿון די רבנים און משגיחים, וועלכער האָט שוין באַהערשט און באַקומען די שליטה איבער אַלע תּחומען פֿון דעם פּערזענלעכן לעבן, אָנהייבנדיק פֿון דעם געבורט, ביז צו דער קבֿורה, וויל איצט אויסברייטערן זײַן שליטה אויך איבער דעם תּחום, וועלכן דער בורא העולם האָט פֿאַרלאָזט אין דער סאַמע גורלדיקסטער צײַט פֿון זײַן נסיון.

"איר האָט קיין גאָט נישט, הימלען!" — שרײַבט דער דיכטער יצחק קאַצענעלסאָן:

"איר האָט אונדז אָפּגענאַרט, גענאַרט מײַן פֿאָלק, גענאַרט מײַן אַלטן שטאַם! / פֿון אייביק אָן — איר נאַרט אונדז," — שרײַט אויס זײַן ווייטיק דער דיכטער אין זײַן איכה־ליד געשריבן פֿאַר זײַן אומקום אין דעם נאַצישן גיהנום. — "איר האָט די אָבֿות מײַנע, די נבֿיאים נאָך גענאַרט! / צו אײַך, צו אײַך — האָבן זיי די אויגן זייערע געהויבן, אָנגעצונדן זיך אין אײַער פֿלאַם". אין פֿלאַם פֿון די ברענענדיקע אויוונס אין די פֿאַבריקן פֿון טויט. און אין דעם אייבערשטנס נאָמען, אין נאָמען פֿון דעם משגיח פֿון זייער פֿינצטערן גורל, פֿאַרלאַנגען זײַנע דינער מען זאָל אים דאַנקען, בענטשן און לויבן.

תּל־אָבֿיבֿ, 29סטער אַפּריל, 2012