פֿאַרשײדנס
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אוּאַ, האָט ער מיר דאָס אַרײַנגעשאָסן! וואָס הייסט אַרײַנגעשאָסן — מיט איין שאָס מיך "אַוועקגעלייגט אויף די לאָפּאַטקעס", מיר אָפּגעצאָלט מיט אַ דראַמאַטישן גראַמאַטיש דעמאָקראַטישן גראַמאָטנעם שאָס פֿאַר מײַן העזה, ווי דער רעדאַקטאָר פֿון די "לעבנס־פֿראַגן", צו פֿאַרבײַטן זײַן "די" אויף "דאָס". און "דאָס", ווי באַוווּסט, גראַמט זיך דאָך מיט "שאָס"!
ממש אַרײַנגעשאָסן, כאָטש נישט דווקא אין ריכטיקן פּינטל. ער אַנטפּלעקט זיך דאָ פֿאַר דער וועלט נישט נאָר ווי אַ דיכטער, נאָר אויך ווי אַ לינגוויסט און ווי אַ מוטיקער ליטעראַט, וועלכער שיסט מיט שווערער גראַמאָטנער אַרטילעריע.
עס רעדט זיך דאָ וועגן מײַן פֿרײַנד, דעם פּאָעט ד״ר משה לעמסטער, וועלכער איז אין "פֿאָרווערטס" פֿון נאָוועמבער 9—15, 2012 אַרויסגעפֿאָרן אויף מיר מיט אַ פֿראָנטאַלן אַטאַק הלמאַי איך האָב זיך גענומען די העזה צו פֿאַרבײַטן דעם אַרטיקל "די" אויף "דאָס" פֿאַר דעם סובסטאַנטיוו "ליד". ער האָט מורא, אַז די שפּעטערדיקע דורות פֿאָרשער, פֿאַרערערס פֿון דעם פּאָעט משה לעמסטער, ווען זיי וועלן בלעטערן אין די נומערן פֿון די "לעבנס־פֿראַגן" אין אַ הונדערט יאָר אַרום און וועלן זיך אָנטרעפֿן אויף זײַן יצירה, וועלן זיי אַרײַנשרײַבן אין די ביכער פֿון דער געשיכטע, אַז משה לעמסטער האָט געשריבן "דאָס" און האָט דערמיט פֿאַרשוועכט דעם כּבֿוד פֿון דעם בעסאַראַבישן ייִדישן לשון.
דער "חטא" איז טאַקע געווען מײַנער: אין זײַן צוגעשיקטער באַגריסונג פֿאַר נחמה ליפֿשיץ צו איר 85סטן יוביליי האָט משה לעמסטער געשריבן: "איר זײַט דאָס קלינגענדיקע גלעקעלע פֿון דער ייִדישער פֿאָלקסליד"; "אײַער געטרײַשאַפֿט דער ייִדישער ליד האָט אונדז...", אאַז״וו. און איך, דער רעדאַקטאָר פֿון דעם זשורנאַל "לעבנס־פֿראַגן" האָב זיך באַנוצט מיט מײַן רעדאַקטאָרישן רעכט צו פֿאַרריכטן אַ צוגעשיקטן כתבֿ־יד, בפֿרט ווען דאָס איז געווען אַ פּראָזאַיִשע באַגריסונג און נישט קיין פּאָעזיע. איך האָב נאָך קיינמאָל נישט אָנגערירט, נישט געענדערט קיין דיכטערישע שאַפֿונג.
דעם צאָרנדיקן אַרטיקל זײַנעם האָט ער באַקרוינט מיטן טיטל: "דעמאָקראַטישע גראַמאַטיק אָדער גראַמאָטנע רעדאַקטאָרן".
עפּעס האָב איך אָבער געלערנט פֿון זײַן אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס" — וועגן דער סעמאַנטישער קרובֿהשאַפֿט צווישן גראַמאַטיק און גראַמאָטע. עס איז מיר נאָר נישט אין גאַנצן קלאָר וועלכעס וואָרט פֿון וועלכן עס שטאַמט: די גראַמאַטיק פֿון דער גראַמאָטע, צי די גראַמאָטע פֿון דער גראַמאַטיק. און — וואָס פֿאַר אַ מחותּנים זײַנען זיי ביידע מיט דער ... דעמאָקראַטיע, וואָס איר סאַמאָראָדנער רעפּרעזענטאַנט איז בײַ לעמסטערן נישט קיין אַנדערער ווי זײַן לערער "דער קאָמוניסט און אַנטי־ציוניסט אהרון ווערגעליס, דער רעדאַקטאָר פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד", וועלכער איז געווען, שרײַבט לעמסטער, "מער דעמאָקראַטיש ווי מײַן פֿרײַנד דער סאָציאַליסט יצחק לודען".
(וואָס שייך דער קרובֿהשאַפֿט פֿון גראַמאַטיק צו גראַמאָטע דערמאָנט עס מיר די קרובֿהשאַפֿט צווישן די רוסישע ווערטער "פּיעטשאַט" [פּרעסע] און פּיעטשעניע [געבעקס]). ווי מיר זעען, איז מײַן פֿרײַנד משה לעמסטער נישט קיין צו גרויסער אָנהענגער פֿון דער גראַמאַטיקע. דאַקעגן איז ער אַ גרויסער אָנהענגער פֿון דער דעמאָקראַטיע לויטן נוסח פֿון וולאַדימיר פּוטין און פון אַהרן ווערגעליסן.
צופֿעליק איז מיר גאָר לעצטנס אויסגעקומען צו באַהאַנדלען כּמעט ענלעכע חילוקי־דעות מיט אַ פען־קאָלעגע, אַ רעדאַקטאָר פֿון אַ ליטעראַרישן זשורנאַל — אָבער דער וויכּוח איז געווען אויף אַ פֿרײַנדלעכן, זאַכלעכן און קולטורעלן ניוואָ.
צו באַקרעפֿטיקן זײַן קעמפֿערישן כּוח אין זײַן מלחמה פֿאַר דעם "די" קעגן דעם "דאָס", וואָס גראַמט זיך בײַ דעם דיכטער, ווי געזאָגט, מיט "שאָס", האָט ער מאָביליזירט די גאַנצע סאָוועטיש־ייִדישע ליטעראַטור, אָנהייבנדיק פֿון דעם דיכטער דוד האָפֿשטיין, וואָס מיט אַ סטראָפֿע פֿון זײַנס אַ ליד עפֿנט לעמסטער ווי אַ מאָטאָ זיין גענעראַל-אַטאַק קעגן דעם "דאָס" ("כ׳הער די ליד וואָס איך וויל הערן, כ׳זע דאָס בילד וואָס איך וויל זען). ער ברענגט אַ לאַנגע רשימה פֿון סאָוועטישע און בעסאַראַבישע ייִדישע פּאָעטן און פּראָזאַיִקער, וואָס האָבן געשריבן "די ליד", און ער באַוואָפֿנט זיך אויך מיטן רײַכן בעסאַראַביש־ייִדישן פֿאָלקלאָר, ווי ער וואָלט געהאַט אויף אים דעם מאָנאָפּאָל, כאָטש אַ טייל פֿון די דורך אים ציטירטע פֿאָלקסווערטלעך געהערן צום אַלגעמיין ייִדישן אוצר, אויך צום ליטווישן און צום פּוילישן פֿאָלקלאָר. דער פֿילאָלאָג ד״ר משה לעמסטער ברענגט אָבער אין זײַן גראַמאָטנעם וויכּוח, ווי נאָך אַ מאָטיוו פֿאַר דער ביטול־באַציִונג פֿון די בעסאַראַבער ייִדן צום "דאָס" אַזאַ־אָ שאַרמאַנטן אַרגומענט: "מע פֿלעגט בײַ אונדז זאָגן: ‘קריך’ מיר נישט אויפֿן בוידעם און ‘דאָס’ מיר נישט אויף דעם לייטער"...
עס איז נייטיק אונטערצושטרײַכן, אַז נישט בלויז די רוסישע און די בעסאַראַבישע ייִדן האָבן געזאָגט און געשריבן "די ליד", אויך די ליטווישע ייִדן און זייערע שרײַבער און דיכטער, מיט אבֿרהם סוצקעווערן און רבֿקה באַסמאַן בן חיים צווישן זיי, און די מערסטע פֿון די געבראַכטע מוסטערן זײַנען גרויס און באַליבט אויך בײַ די אַנהענגערס פֿון דעם "דאָס", וועלכע האָבן אפֿשר — סײַ די און סײַ די אַנדערע — קיינמאָל אויף דעם קיין אַכט נישט געלייגט ווען נישט דער קאַמפֿס־אַלאַרם, מיט וועלכן עס איז אַרויסגעשפּרונגען דער מוטיקער פּאָעט. וואָס זאָל איך אָבער טאָן, אַז אין דער ווירקלעכקייט האָט די גראַמאַטיק גראָד יאָ געהאַט וואָס צו זאָגן, און אין דער בייגונג פֿון דעם וואָרט האָט דער "דאָס" איבערגענומען די אויבערהאַנט. אויך אין דעם געהייליקטן פּאַרטיזאַנער־הימן האָט זײַן ווילנער מחבר הירשקע גליק געשריבן:
"דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט
דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנען אין די הענט".
אַ סך פֿון לעמסטערס מאָביליזירטע ליטעראַרישע סאָלדאַטן האָבן "דעזערטירט" און אָנגעהויבן זיך באַנוצן מיטן זאַכלעכן אַרטיקל, "דעם ליד". אַפֿילו אין אַ ליד אונטערן טיטל "דוד האָפֿשטיין" — טאַקע דעם, וועמען לעמסטער האָט אַרויסגעשטעלט בראָש אויפֿן פֿײַער־פֿראָנט פֿון זײַן שלאַכט־פֿעלד — שרײַבט לעמסטערס אַ לאַנדסמאַן, דער "בעסאַראַבישער" דיכטער מאיר חרץ: "...האָט ער דער סאַמע ערשטער זיך צעצאָלט / אין אוקראַיִנע פֿאַר זײַן ליבשאַפֿט גראָד, / וואָס האָט אין יעדן ליד זיך ווידערהאָלט, / ביז לעצטן ליד זײַנעם (און נישט: "אין יעדער" און "ביז לעצטער" ליד) אין קיִעוו דער שטאָט". (מאיר חרץ, "אַנפֿאַס און פּראָפֿיל און הינטער די פּלייצעס", 1993, ז׳׳ 27).
בראָש פֿון די "דאָסן" שטייט נישט קיין אַנדערער ווי י. ל. פּרץ, וועלכער שרײַבט אין זײַן ווערק "אין פּאָליש אויף דער קייט": ...ווילט איר משפּטן די נאַכטיגאַל פֿאַר איר מאָרגן־ליד / פֿאַר איר פֿרילינג־ליד / פֿאַרן העכסטן ליבעס־ליד... // און אין פּרצעס סעריע "יחזקאל", קאַפּיטל ל"ג: "דאַן פֿלי איך צוריק באַנג און דערשראָקן / דערשלאָגן און מיד / אין האַרץ דעם קראַנקן הייבט אָן צו קלינגען / דאָס טרויעריקע ליד... //
ווי געזאָגט, האָט לעמסטער מיט זײַן קאַמפֿס־ענטוזיאַזם מאָביליזירט טויטע און לעבעדיקע עדות און סאָלדאַטן צו זײַן מלחמה פֿאַרן כּבֿוד פֿון "דער ייִדישער ליד", וואָס איז דורך מיר נעבעך געוואָרן פֿאַרגוואַלטיקט מיט דער הילף פֿון דעם "דאָס". האָט אָבער דער בוקאָווינער איציק מאַנגער זיך נישט געלאָזט פֿון קיינעם באַצווינגען און האָט געשריבן פֿאַרן פֿאָלק: "האָסטו געהערט דאָס שיינע ליד, הײַדל־דידל־דאַם" אין דעם ליד פֿון דער גאָלדענער פּאַווע, און: ..."איצט גייען מיר אַלע פֿאַרמאַטערט און מיד / פֿון אייגענעם גוף, פֿון די שטערן, דעם ליד" — אין "איך דער טרובאַדור", און אַזוי אין צענדליקער אַנדערע לידער און באַלאַדעס.
אויב אַבֿרהם סוצקעווער דער ליטוואַק (וועמען לעמסטער האָט אַזוי מבֿטל געמאַכט אין זײַן אַרטיקל וועגן דעם דיכטער יעקבֿ פֿרידמאַן אין "פֿאָרווערטס" פֿון סעפּטעמבער 14—20, 2012) האָט געניצט "די ליד", האָבן זײַנע געלערנטע מפֿרשים, אַזעלכע ווי מ. ליטווין, אַבֿרהם נאָווערשטערן, יחיאל שיינטוך, אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט און אַ סך אַנדערע אין זייערע ערנסטע עסייען אין דעם יובֿל־בוך "יחוס פֿון ליד", וואָס איז דערשינען אין יאָר 1983 לכּבֿוד סוצקעווערס יוביליי געניצט "דאָס ליד", אָדער "אין לירישן ליד" און אין כּלערליי אַנדערע פֿאָרמען פֿון אַרויסברענגען דאָס וואָרט. און די "ליטוואַטשקע" רבֿקה באַסמאַן בן חיים, אויך זי ניצט, אַזוי ווי סוצקעווער און ווי דער רובֿ "ליטוואַקעס" "די ליד", אָבער אין שריפֿט לייענען מיר, למשל אינעם ליד "אונדזער היים" אין לעצטן פֿערז: "און זינגען זינגען מיר / דאָס ליד / פֿון בלי, / בײַ אונדזער דאַך / וואַכן נעסטן / גרייט צום פֿלי.//
מיר וואָלטן געקענט ברענגען הונדערטער און אפשר טויזנטער בײַשפּילן פֿון דיכטער און שרײַבער פֿון אַלע עקן וועלט — און אַלע זײַנען זיי אונדז ליב — מעגן זיי נוצן דעם אָדער יענעם דיאַלעקט, אָבער אַזוי ווי יעדע אַנדערע שפּראַך האָט אויך ייִדיש אַ פֿאָלקסשפּראַך מיט פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן און פֿאַר זיי אַלע אַן איינהייטלעכע שריפֿט־ און ליטעראַטור־שפּראַך.
ווען מיר, די קינדער אין דער ייִדיש־וועלטעכער פֿאָלקשול פֿון ציש״אָ אין וואַרשע פֿון פֿאַרן מבול פֿלעגן פּרובירן ריידן "לוטוויש" אַזוי ווי עס האָט גערעדט אונדזער ווילנער לערערין, פֿלעגט זי אונדז תּמיד מוסרן: קינדער, רעדט מיט אײַער נאַטירלעכער ייִדישער אויסשפּראַך, אַזוי ווי איר רעדט אין אייער היים, אין שטוב און מאַכט מיר נישט נאָך. אָבער שרײַבן זאָלט איר לויט דער קולטיווירטער ליטעראַרישער שפּראַך. דאָס איז אויך חל אויף דעם אַרטיקל צום וואָרט "ליד", וואָס האָט אַזוי שטאַרק אַרויסגעפֿירט מיין פֿרײַנד לעמסטערן פֿון די כּלים.
אָבער היות ווי דער גאַנצער גראָטעסקישער וויכּוח האָט זיך אָנגעהויבן אַרום משה לעמסטערס אַ באַגריסונג פֿאַר דער זינגערין נחמה ליפֿשיץ צו איר 85סטן יוביליי, ציטירן מיר דאָ שורות פֿון אַ ליד פֿון דעם שוין פֿריִער דערמאָנטן בעסאַראַבישן ייִדישן דיכטער מאיר חרץ (1912—1993) , "זינג מיר אַ לידעלע" געווידמעט טאַקע דער זעלבער זינגערין נחמה ליפֿשיץ, אין זײַן לעצטן לידער־בוך "אַנפֿאַס, אין פּראָפֿיל און הינטער די פּלייצעס" (תּל־אָבֿיבֿ 1993):
"פֿאַרמאַך דײַנע אויגן, צעעפֿן די הענט / אַזוי ווי די פֿליגל אַ פֿויגל / און פֿלי מיטן ליד דיר, ברעך דורך די ווענט / און זינג אונדז: "געפֿלויגן — געפֿלויגן"//.
אין מײַן זכּרון זע איך דאָס בעסאַראַבישע ייִדנטום אין אַ שענערן ליכט ווי עס זעט עס דער מיליטאַנטישער בעסאַראַבישער פּאַטריאָט משה לעמסטער, וועלכער קוקט אויף זײַן עדה דורך דער פּריזמע פֿון יענעם וויציקן ‘קריך מיר נישט אויפֿן בוידעם און ‘דאָס׳ מיר נישט אויף דעם לייטער"... איך האָב דאָס לעצטע יאָר פֿאַר מײַן צוריקקערן זיך אין מײַן פּוילישער היימשטאָט נאָכן פּליטים־וואָגל געלעבט אין קעשענעוו, די הויפּטשטאָט פֿון מאָלדאָווע, ווי אַ סטודענט אין דעם דאָרטיקן אַגראָנאָמישן אינסטיטוט. דאָרט האָב איך זיך אויך היימיש אײַנגעלעבט מיטן וואַרעמען ייִדישן ייִשובֿ. דאָס איז געווען אין יאָר 1946; אין דעם יאָר ווען עס איז געבוירן געוואָרן נישט ווײַט פֿון דאָרטן דער פּאָעט משה לעמסטער. מיט אַ וואָך אָדער צוויי צוריק האָט דער "פֿאָרווערטס", אין אַן אַרטיקל פֿון ד״ר מרדכי יושקאָווסקי, אָפּגעצייכנט לעמסטערס ערשטע דרײַסיק יאָר אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ גוטער אָנהייב און איך ווינטש אים אַ פֿרוכטיקן המשך. ווי אַן עלטערער פּען־חבֿר, וואָס וועט אין פֿיר חדשים אַרום, אָפּשליסן די פֿולע זעכציק יאָר — גענוי טאָפּלט — אין דער ייִדישער פּובליציסטיק, דערלויב איך זיך צו עצהנען לעמסטערן, ער זאָל אינעם המשך פֿון זײַן פּובליציסטישער פּראָפֿעסיע נישט פֿארטאַכליעווען זײַן גײַסטיקע ענערגיע אויף אַזעלכע קלאָץ־טעמעס ווי: וועלכער דיכטער איז געווען גרעסער — דער ליטוואַק סוצקעווער, צי דער בעסאַראַבער יעקבֿ פֿרידמאַן, אָדער, וועלכער אַרטיקל פּאַסט בעסער פֿאַר אַ ליד: די, צי דאָס? דאַקעגן זאָל ער זיך אָפּטרייסלען פֿון דער באָלשעוויסטישער שיטה, וואָס ער האָט געירשנט ווי אַ געטרײַער תּלמיד פֿון זײַן לערער, דעם גרויסן "דעמאָקראַט" אַהרן ווערגעליס — די שיטה פֿון צוקלעפּן דעם אָפּאָנענט אַ באַגלייט־טיטל, אַן עפּיטעט אָדער אַזאַ אָדער אַנדערע אָנגעהעריקייט, לרובֿ די אידעאָלאָגישע אָדער וועלכע־עס־איז צוגעשריבענע אייגנשאַפֿט פֿאַר חוזק אָדער ווי אַן "איבערצײַגנדיקן" אַרגומענט.
דאָס איז געווען די אָנגענומענע באָלשעוויקישע שיטה פֿון אַרונטעררײַסן דעם אָפּאָנענט אָדער פֿאַרשוואַרצן זײַן פּנים מיט דער הילף פֿון אַ פֿײַנטלעכן עפּיטעט צו יענעמס נאָמען; אַן אַדיעקטיוו, וואָס האָט נישט צו טאָן מיט דער טעמע פֿון דעם וויכּוח, אָבער דינט ווי אַ הילפֿס־"אַרגומענט" צו דיסקרעדיטירן דעם קעגנער אָדער דעם פּאַרטנער פֿון דעם וויכּוח.
מיט אָט דער שיטה האָט זיך באַנוצט דער "דעמאָקראַט" ווערגעליס ווען ער האָט אין יאָר 1949 מיט זײַן באַשטעלטער שענדלעכער מסירה קעגן די ייִדישע שרײַבער בײַם צוגרייטן דעם יוסטיץ־מאָרד פֿון 12טן אויגוסט 1952 איבער דער ייִדישער קולטור־קרוין אין לאַנד פֿון קאָמוניזם. אמת, ווי דער פֿאַרטרויוּנגסמאַן פֿון דעם קאָמוניסטישן רעזשים און ווי דער משגיח מטעם דעם רעזשים האָט ווערגעליס אויפֿגעהאַלטן דאָס פֿלעמל פֿון ייִדיש און אויפֿגעכאָוועט אַ יונגן קערן (צווישן זיי אויך משה לעמסטערן) פֿאַר דעם ווײַטערדיקן קיום פֿון ייִדיש. אָבער אין זכות פֿון די שרײַבער אַנוסים און פֿון דעם קליינעם קערן תּלמידים האָט זיך אויפֿגעהאַלטן דער גאָלדענער פֿאָדעם פֿון דעם ייִדישן המשך.
דער דיכטער משה לעמסטער האָט אָבער, צוזאַמען מיט דעם ייִדישן לשון און וויסן געירשנט פֿון אים די שיטה פֿון אָנהענגען עפּיטעטן אויף די מענטשן וואָס גייען נישט אין שפּאַן און מיטן שטראָם פֿון דעם הערשנדיקן "קאָנצענסוס".
פֿאַר מיר איז דער עטיקעט און דער עפּיטעט "בונדיסט" אַן ערן־טיטל, מיט וועלכן איך שטאָלציר. אָבער די כּוונה פֿון דער שיטה איז אַ קלאָרע, און זי איז געקומען צום אויסדרוק אין דעם גאַנצן לויף פֿון דעם "דאָסיקן" ליטעראַרישן אַטאַק פֿון מײַן פֿרײַנד ד״ר משה לעמסטער, בײַ וועמען דער "דאָס" גראַמט זיך מיט "שאָס"...