|
פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק איז געווען דער ערשטער טאָג, וואָס מע קען פֿאָרן אויף דער נײַער באַן־סיסטעם אין ירושלים. אויפֿן בילד: ישׂראלים גרייטן זיך צו פֿאָרן אין דער באַן. |
Credit: Getty Images |
וואָס איז געבליבן פֿון יענער עקזאָטישער לאַנדשאַפֿט, אין וועלכער עס האָט זיך געשטאַלטיקט אין ייִדישן — און נישט נאָר אין ייִדישן — באַוווּסטזײַן דער נאָענטער און דער מיטעלער אָריענט, און אין אים, דאָס הייליקע לאַנד מיט זײַן געטלעכן רום און אָריענטאַלישער אידיליע? און ווי פּאַסן זיך צונויף די בילדער פֿון דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט און פֿון די איצטיקע געשעענישן אין דעם צעטרייסלטן ראַיאָן, מיט די אימאַזשינירטע בילדער פֿון אונדזער אײַנגעבילדעטן אַמאָל?
יעדע אידעאָלאָגישע באַוועגונג, יעדער אידעאַליזם בכלל, פֿאָרמאָגט זײַן רעוואָלוציאָנערע ראָמאַנטיק פֿונעם אידעאַליזירטן אַמאָל. דער אַמאָל טראָגט אין זיך דעם צויבער פֿון פֿאַרלוירן־געגאַנגענע, אָדער פֿאַרגעסן־געוואָרענע, ווערטן פֿון הויכער מאָראַל, פֿון גרייטקייט זיך מקריבֿ צו זײַן פֿאַר אידעאַלן. אונדזער הײַנטיקע מאַטעריאַליסטישע עפּאָכע פֿון ראַציאָנעלן געדאַנק, וועלכער שטויסט פֿאָרויס און דערנערט די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע און עפֿנט פֿאַר דעם מענטשן נײַע וועלטן מיט נײַע פּערספּעקטיוון, לאָזט נישט איבער קיין אָרט פֿאַר קיין סענטימענטן און קיין צײַט אויף צו בענקען נאָך דער אַמאָליקער ראָמאַנטיק.
ליידער, קאָן מען הײַנט נישט זאָגן, אַז דער דאָזיקער נאָסטאַלגישער זכּרון, די בענקשאַפֿט צו דער ראָמאַנטיק און די בענקשאַפֿט צו די אידעאַלן פֿון אַמאָל ווערן פֿאַרטומלט אין דעם ווירוואַר פֿון דער טעכנאָלאָגיע, פֿון בויען די אויסגעחלומטע און אידעאַליזירטע "נײַע וועלט". דאַקעגן קאָן מען יאָ זאָגן, אַז די שיינע צוקונפֿט־חלומות ווערן פֿאַרטומלט אין דעם רויש און אין וועלטלויף פֿון דער ווילדער קאָנקורענץ; פֿון יאָגן זיך נאָך רווחים אויפֿן "פֿרײַען מאַרק" פֿון דער מאָדערנער שקלאַפֿערײַ, אין דער וועלט פֿון קינאה און שׂינאה; פֿון אייגנליבע, פֿון נישט פֿאַרגינערישקייט און אויסנוצערײַ.
אילוזיעס, אַפֿילו באַוווּסטזיניקע נישט רעאַלע חזיונות, דערמוטיקן דעם מענטשן מער ווי זיי אַנטמוטיקן — סײַדן זיי אַנטוישן. און דאָס געשעט סײַ אויפֿן פּערזענלעכן און סײַ אויפֿן נאַציאָנאַלן, אָדער געזעלשאַפֿטלעכן, פֿלאַך. אַזוי ווי דאָס געשעט מיט אונדזער ראָמאַנטישן און עקזאָטישן נאָענטן אָריענט, וווּ עס האָבן, אינעם דימיון פֿון אַ סך ייִדישע ייִנגלעך און מיידלעך געבליט די פּאַלמען־ און באָקסן־ביימער; וווּ מען האָט געגעסן מאַנדלען און פֿײַגן און זיי באַשמאַלצט מיט די פֿעטע זאַפֿטן פֿון די איילבירטן און געטאַנצט אין די פֿאַרנאַכטן אַרום דעם ראָמאַנטישן פֿײַער. אָבער — די אמתדיקע אָריענטאַלישע עקזאָטיק האָבן אונדז געשאָנקען אונדזערע אָרטיקע שכנים, די אַראַבער, אויסגעזעצטע אויף די שוועלן פֿון די נידעריקע הײַזקעס און די שלאַנקע אַראַבישע פֿרויען מיט די פֿולע קרוגן וואַסער אויף זייערע קעפּ.
אַזוי האָבן געשילדערט דעם עקזאָטישן מיזרח די כּנענישע און אויך די נאָך־כּנענישע ישׂראלדיקע ייִדישע קינסטלער יצחק דאַנציגער און אבל פּן, נחום גוטמאַן, ראובֿן רובין א״אַנד מיט אַכציק און נײַנציק און מיט הונדערט יאָר צוריק. און אין די זעלבע קליידער און מאַניערן פֿון די אָרטיקע אַראַבישע תּושבֿים האָבן זיי אויך געמאָלן די דאָזיקע געשטאַלטן ווי מאָדעלן און פּראָטאָטיפּן פֿון אונדזערע אָבֿות — די אָבֿות פֿון דער אוראַלטער ייִדישער געשיכטע אין ארץ־ישׂראל, אויף דעם זוניקן ברעג פֿון די חלוצישע חלומות...
מיט דער פֿאַרווירקלעכונג פֿון גרויסע אידעען צעגייט זיך און עס רינט אויס זייער פֿאַרהערלעכטע ראָמאַנטיק. עס לעשט זיך אויס זייער גלאַנץ און די פּראַכט פֿון זייער רום ווערט פֿאַרוואַנדלט אין גרויער טאָג־טעגלעכער רוטין.
אַזוי געשעט אויך, פֿון דער אַנדערער זײַט, מיט אַלדאָס בייזן און אַלדאָס שלעכטן, צו וועלכע מען געוווינט זיך צו אין אונדזער אָן אויפֿהער זיך פֿאַרמעסטנדיקער געזעלשאַפֿט, אין וועלכער "אַ מענטש צו אַ מענטש איז אַ וואָלף". זאַכן, צו וועלכע מען געוווינט זיך צו, ווערן מיט דער צײַט "נישט אַזוי שרעקלעך", אָדער "נישט אַזוי געפֿערלעך" ווי זיי האָבן אויסגעזען לכתּחילה. זיי בלײַבן אָבער תּמיד אַ געפֿאַר. אויך צו דעם, אַזוי ווי צום רישעות, געוווינט מען זיך צו. איז דאָך געוווינהייט, ווי מען זאָגט, די צווייטע נאַטור.
אָט נאָר־וואָס, ערשט הײַנטיקע וואָך, האָט די "פֿרײַע וועלט" געפֿײַערט איר נצחון איבער איינעם פֿון די גרעסטע דעספּאָטן אויף דער וועלט, דעם גראָטעסקישן דיקטאַטאָר פֿון ליביע מואַמאַר קאַדאַפֿי נאָך זײַן אומגעצוימטער הערשאַפֿט, וואָס האָט אָנגעהאַלטן גאַנצע 42 יאָר. הגם מען זאָגט נאָך נישט "האָפּ" כּל־זמן מען שפּרינגט נישט אַריבער, און דער פֿאַרמעסט מיט אים האָט זיך נאָך נישט פֿאַרענדיקט, איז אָבער די "פֿרײַע וועלט" בראָש מיט דער פֿרײַער אַמעריקע נאָך אַלץ טיף פֿאַרזונקען, דורך די כּוחות פֿון "נאַטאָ", אין אירע מלחמות אין איראַק און אין אַפֿגאַניסטאַן; אין בורמע לייגט שוין קיינער קיין אַכט נישט אויף דער מיליטערישער דיקטאַטור, און פֿון דער קאָמוניסטישער אויסהונגערונגס־דיקטאַטור אין צפֿון־קאָרעע איז שוין אָפּגערעדט; אין אַפֿריקע הרגענען זיך אויס די "באַפֿרײַטע" פֿעלקער איינס דאָס אַנדערע, און אין סיריע גייט דער יונגער הערשער באַשאַר על אַסאַד אין די שפּורן פֿון זײַן טאַטן, דעם פֿריִערדיקן דיקטאַטאָר, כאַפֿעז על אַסאַד, און הרגעט אויס זײַן אייגן פֿאָלק; די דעמאָקראַטישע טערקן, וואָס פּראָטעסטירן קעגן דער ברוטאַלער הערשאַפֿט פֿון פּרעזידענט אַסאַד אין סיריע, הרגענען מאַסנווײַז די קורדישע אויפֿשטענדלער, — און אַזוי גייט אָן, אָן־אויפֿהער, אויף דער וועלט דער "חד־גדיא" פֿון רציחה און באַפֿרײַונג, באַפֿרײַונג און רציחה...
און אַזוי ווי עס קריסטלט זיך (און ס’איסלאַמלט זיך), אַזוי ייִדלט זיך. אָבער בײַ אונדז האָבן די אַנטוויקלונגען אַ צוגאָבלעכן אַספּעקט, זײַנענדיק אַ טייל, אָבער ווערנדיק באַטראַכט ווי אַ פֿרעמדער, אַ פֿאַרהאַסטער טייל אין דעם וווּלקאַניש־צעטרייסלטן מיטעלן מיזרח.
אין דעם צושטאַנד פֿון נישט־מלחמה און נישט־שלום, וועלכן די רעזשימען פֿון ישׂראל און פֿון אירע אַראַבישע פּאַרטנערן־נישט־פּאַרטנערן האָבן אַרויפֿגעצוווּנגען אויף דעם דאָזיקן עקזאָטישן ווינקעלע בײַם מיזרחדיקן ברעג פֿון מיטל־לענדישן ים, קען נישט קיינער פֿון זיי זיך אָפּזונדערן אין זײַן אייגענעם ווינקל און פֿאַרשליסן זיך הינטער די לאָדנס, בעת אין דרויסן בושעוועט דער שטורעם. דער בייזער שטורעם, וויפֿל מען זאָל זיך פֿאַר אים נישט פֿאַרשליסן, רײַסט ער זיך אַרײַן דורך די קלענסטע שפּאַרונעס — ווי דאָס איז געשען נאָך אַ לענגערן שטילשטאַנד דעם לעצטן שבת, ווען דער רוצחישער טעראָר פֿון דעם מוסולמענישן "דזשיהאַד" און די א״ג "ווידערשטאַנדס־קאָמאַנדעס", די נאָך עקסטרעמערע באַטאַליסטישע מיליציעס פֿון "כאַמאַס" און אונטער זײַן פּראָטעזשור, האָבן זיך אַרײַנגעשמוגלט פֿונעם עזה־פּאַס דורכן סיני און דורך דער עגיפּטישער גרענעץ קיין ישׂראל אויפֿן דרומדיקן נגבֿ און דאָרט אַדורכגעפֿירט אַ קאָאָרדינירטע טעראָריסטישע אַטאַקע אויף אַן אויטאָבוס און אויף אויטאָס אויפֿן וועג קיין אילת.
דער דאָזיקער שווערער טעראָריסטישער איבערפֿאַל האָט גורם געווען נישט נאָר אַ גרויסע צאָל מענטשלעכע קרבנות (9 דערהרגעטע ישׂראלים פֿינף דערהרגעטע עגיפּטישע גרענעץ־סאָלדאַטן און פּאָליציסטן, ווי אויך אַ מאָמענטאַלן קעגן־אַטאַק פֿון דער לופֿט מיט דער "ליקווידאַציע" פֿון די דרײַ וויכטיקסטע קאָמאַנדירן פֿון די בֿאַוואָפֿנטע "ווידערשטאַנד־קאָמיטעטן" און נאָך פֿיר ציווילע פּאַלעסטינער), נאָר אויך צו דער באַנײַטער ראַקעטן־באָמבאַרדירונג פֿון די נאָענט ליגנדיקע שטעט און ייִשובֿים אויפֿן נגבֿ ביז איר הויפּטשטאָט באר-שבֿע, וואָס האָט אָנגעהאַלטן עטלעכע טעג, און דער עיקר — דעם ערשטן ערנסטן פּאָליטישן קאָנפֿליקט, ביז צו דער באַדראָונג פֿון דעם שלום מיט עגיפּטן, וואָס האָט פֿרידלעך אָנגעהאַלטן איבער 30 יאָר.
דאָס איז אויך געווען די ערשטע קאָנפֿראָנטאַציע מיט דער נײַ־געשאַפֿענער ווירקלעכקייט אין נאָענטן אָריענט, און גאָר בפֿרט מיט עגיפּטן זינט דעם פּרעזידענט מובאַראַקס באַזײַטיקונג פֿון דער מאַכט. דאָס איז אויך די ערשטע דירעקטע באַרירונג פֿון מדינת־ישׂראל מיט דער "אַראַבישער רעוואָלוציע", וועלכע האָט זיך ביז איצט מיט ישׂראל נישט געהאַט "באַשעפֿטיקט".
איך דערמאָן זיך אין יענע טעג פֿון דער שטאַרקער אייפֿאָריע מיט וועלכער די עגיפּטישע מאַסן האָבן אונדז באַגעגנט, די ערשטע דעלעגאַציע פֿון ישׂראלדיקע זשורנאַליסטן אין קאַיִר גלײַך נאָך דעם "שלום־דעסאַנט" פֿון פּרעזידענט סאַדאַט אין ירושלים אין נאָוועמבער 1977. פֿון דעמאָלט איז געוואַקסן און געשטיגן אָן אויפֿהער די שׂינאה אין דער אַראַבישער וועלט, ביז דעם פֿאַרלאַנג מבֿטל צו מאַכן דעם שלום — אַזוי ווי אונדזערע רעכטע מנהיגים פֿאַרלאַנגען מבֿטל צו מאַכן די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ.
אַזוי ווי נאָך יעדן מלוכישן דורכפֿאַל פֿון דעם סאָרט זוכט מען אַן אויסוועג דורך שאַפֿן אַן אויספֿאָרש־קאָמיסיע, וועט אויך דער איצטיקער גרענעץ־קאָנפֿליקט דאַרפֿן אָנקומען צו אַזאַ קאָמיסיע, כאָטש דער קאָמאַנדיר פֿונעם דרום־פֿראָנט האָט זיך שוין "מודה געווען", אַז עס איז געווען אַ פֿעלער פֿון זײַן זײַט, וואָס ער האָט גראָד יענעם פֿרימאָרגן געעפֿנט דעם געשלאָסענעם שאָסיי נומער 12 בײַ דער גרענעץ פֿאַרן פֿרײַען אויטאָ־פֿאַרקער, און צה"ל האָט אויך נישט גענומען אין אַכט די וואָרענונגען פֿון דעם געהיים־דינסט. אַזוי ווי די טערקן, וועלכע פֿאָדערן פֿון מדינת־ישׂראל אַן אָפֿיציעלע אַנטשולדיקונג און אַנטשעדיקונג פֿאַר די 9 דערהרגעטע טערקן אויף דער שיף "מאַמאַראַ", וואָס איז פֿאַרהאַלטן געוואָרן אויפֿן וועג קיין עזה, פֿאַרלאַנגט איצט עגיפּטן אַנטשולדיקונג און אַנטשעדיקונג פֿאַר זייערע דערהרגעטע פֿון ישׂראלדיקע קוילן.
אויף דעם אופֿן ווערט אַלץ ענגער און ענגער דער רינג אַרום דעם האַלדז פֿון מדינת־ישׂראל אויפֿן וועג צום 20סטן סעפּטעמבער, צו דער גרויסער קאָנפֿראָנטאַציע מיט דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע און מיט דער וועלט.
תּל־אָבֿיבֿ, 23סטער אויגוסט, 2011