געזעלשאַפֿט

בעת דער דעמאָנסטראַציע, האָט איינער, משה סילמאַן, זיך אונטערגעצונדן, ווי אַ סימן פֿון זײַן פּראָטעסט. אויפֿן בילד: אַ גרופּע ישׂראלים פּרוּווט אויסלעשן דאָס פֿײַער, כּדי אים צו ראַטעווען. פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק איז ער געשטאָרבן פֿון די וווּנדן, און זונטיק האָט מען אים באַערדיקט אין חולון.
בעת דער דעמאָנסטראַציע, האָט איינער, משה סילמאַן, זיך אונטערגעצונדן, ווי אַ סימן פֿון זײַן פּראָטעסט. אויפֿן בילד: אַ גרופּע ישׂראלים פּרוּווט אויסלעשן דאָס פֿײַער, כּדי אים צו ראַטעווען. פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק איז ער געשטאָרבן פֿון די וווּנדן, און זונטיק האָט מען אים באַערדיקט אין חולון.
Credit: Getty Images
די וואָרענונג האָט שוין פֿון לאַנג אַראָפּגעשײַנט פֿון דער וואַנט, אָבער קיינער האָט צו איר זיך נישט גענוג ערנסט באַצויגן. ווייניק ווער האָט אויף איר זיך אומגעקוקט. נאָר אין פֿאָריקן יאָר, אין טאָג פֿון דער באַסטיליע, דעם 14טן יולי 2011, ווען עס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן דער ערשטער פּראָטעסט־געצעלט אויפֿן ראָטשילד־בולוואַר אין תּל־אָבֿיבֿ און עס איז פֿרידלעך "אויסגעבראַכן" די "קאָטעדזש־רעוואָלוציע", האָט זי גענאָסן כּמעט פֿון אַלעמענס סימפּאַטיע: אַלע — פֿון די גאַסן־קערער ביז די באַנקירן און נאָך העכער — ביז דעם מדינה־פּרעזידענט מיטן פּרעמיער־מיניסטער און דעם פֿינאַנץ־מיניסטער — אַלע האָבן זי געצערטלט און זיך אין איר פֿאַרליבט. אַזוי שטאַרק זיך אין איר פֿאַרליבט, ביז וואַנען זי איז פֿון דער ברענענדיקער ליבע געוואָרן דערשטיקט. ווי זאָגט דאָס באַקאַנטע, עטוואָס באַנאַלע פֿאָלקס־ווערטל: די ליבע האָט געברענט, ווי אַ נאַסע שמאַטע...
די צוויי ווערטער: ליבע און פֿײַער זײַנען, אַזוי ווי דאָס וואָרט "שלום", געוואָרן אַן אָפּגעריבענע מטבע, זינט יצחק שמיר, דער נאָרוואָס פֿאַרשטאָרבענער, און נאָכן טויט שטאַרק געלויבטער פּרעמיער־מיניסטער פֿון די 1980ער יאָרן, האָט אַרויסגעלאָזט פֿון זײַן מויל די פּערלדיקע פֿראַגע: "וואָס ברענט?" — ווען מע האָט אים גערופֿן צוצואײַלן דעם שלום־פּראָצעס; און נאָך מער: זינט דער מלוכה־קאָנטראָלער מיכה לינדענשטראַוס האָט אַרויפֿגעלייגט אויף דעם אינערן־מיניסטער אלי ישי און אויף דעם פֿינאַנץ-מיניסטער יובֿל שטײַניץ די מיניסטעריאַלע און פּערזענלעכע אַחריות פֿאַר דער ריזן־שׂרפֿה, וועלכע האָט מיט צוויי יאָר צוריק פֿאַרצוקט דעם וואַלד אויפֿן כּרמל צוזאַמען מיט 42 נפֿשות פֿון דער פֿײַערלעשער־קאָמאַנדע.
אָבער מדינת־ישׂראל, וועלכע זיצט אויף דעם דינאַמיט־פֿאַס, דעם סטראַטעגישן וווּלקאַן פֿונעם מיטעלן מיזרח, האָט כּמעט קיינמאָל נישט אויפֿגעהערט צו ברענען, אויב נישט מיט אמתדיקן פֿײַער, איז מיטן ברען פֿון פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע קאָכענישן און טרייסלענישן פֿון כּלערליייִקן כאַראַקטער. און זייער אָפֿט זײַנען די קאָכענישן, פֿאַר וועלכע עס נייטיקן זיך מער ווי אַ מנין פּאָליטישע פֿײַערלעשער צו פֿאַרלעשן יעדע איינע פֿון די שׂרפֿות, ווען זיי ברעכן אויס כּמעט אַלע צוזאַמען, מיט איין מאָל.
זייער אָפֿט דינט אַזאַ סיטואַציע צום גונסטן, אַזוי ווי אַ שטאַרקער ווייטיק, וואָס ברעכט אויס און שוואַכט אָפּ אַ צווייטן ווייטיק, פֿון וועלכן דו האָסט געליטן פֿון פֿריִער.
אין אַזאַ סיטואַציע האָט זיך געפֿונען דער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו, וועמען דער מערדערישער טעראָר־אַקט קעגן די ישׂראלדיקע טוריסטן אין דעם בולגאַרישן קוראָרט בורגאַס, און דער רויך פֿון דעם ברענענדיקן אויטאָבוס, האָבן פֿאַרדעקט דעם ברענענדיקן קערפּער פֿון דעם 56־יאָריקן משה סילמאַן, וועלכער האָט זיך אונטערגעצונדן בײַם סוף פֿון דער דעמאָנסטראַציע פֿון צאָרן אין תּל־אָבֿיבֿ, מיטן באַנײַען די פּראָטעסט־באַוועגונג פֿון פֿאַראַיאָרן.
אין זײַן אָפֿיציעלער רעאַגירונג, בעת דער זיצונג פֿון דער רעגירונג, אויף דעם לעבעדיקן ברענענדיקן פֿאַקל פֿון משה סילמאַן, האָט נתניהו אים באַצייכנט ווי אַ "פּערזענלעכע טראַגעדיע", ווי דער דאָזיקער מענטש וואָלט אין זײַן נויט און פֿאַרצווייפֿלונג געווען אַ קרבן פֿון זײַן פּערזענלעכן גורל, און נישט פֿון דער מלוכישער סיסטעם, פֿון דעם האַרצלאָזן סאָציאַלן רעזשים פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער נתניהו.
דעמאָנסטראַנטן מאַרשירן אין די גאַסן קעגן די וואַקסנדיקע פּרײַזן פֿון וווינונגען, דעם 14טן יולי, אין תּל־אָבֿיבֿ
דעמאָנסטראַנטן מאַרשירן אין די גאַסן קעגן די וואַקסנדיקע פּרײַזן פֿון וווינונגען, דעם 14טן יולי, אין תּל־אָבֿיבֿ
Credit: Getty Images

ווען דער 19־יאָריקער יאַן פּאַלאַך האָט דעם 16טן יאַנואַר 1969 זיך אונטערגעצונדן אויפֿן וואַצלאַוו־פּלאַץ אין פּראָג, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דער סאָוועטישער אינוואַזיע אין דער דעמאָלטיקער טשעכאָסלאָוואַקײַ, האָט דער ערשטמאָליקער אַקט זײַנער אויפֿגעטרייסלט די פֿרײַע וועלט און דער ברענענדיקער פֿאַקל פֿון דעם יונגן טשעכישן סטודענט איז געוואָרן אַ לויכטנדיקער סימבאָל פֿון העראָיִזם. איך ווייס נישט, ווי אַזוי די וועלט וואָלט דאָס מאָל רעאַגירט, ווײַל זינט דעמאָלט איז דאָס שוין געוואָרן אַ רוטין פֿון דעם זעלבסטמערדערישן פֿונדאַמענטאַליסטישן טעראָר, דעם פֿאַרהייליקטן איסלאַמישן דזשיהאַד, וואָס האָט די פֿאַנאַטישע זעלבסטמערדער פֿאַרוואַנדלט אין "שאַהידן, פֿאַרהייליקטע מאַרטירער.
איצט איז דער אַקט פֿון משה סילמאַן אין תּל־אָבֿיבֿ געווען אַן אויסגעשפּראָכן באַוווּסטזיניקער אַקט פֿון געזעלשאַפֿטלעכן פּראָטעסט קעגן דעם רעזשים, וואָס האָט אַרויפֿגערוקט די ייִדישע מדינה אויפֿן העכסטן שטאַפּל פֿון דער סאָציאַלער אומגערעכטיקייט. אַ רעזשים, וואָס פּריווילעגירט און האָט אין אַ גיכן טעמפּאָ — דורך דעם שגעון פֿון דער פּריוואַטיזאַציע — באַרײַכערט די מיליאַרדערן און פֿאַראָרעמט נאָך מער די אָרעמע שיכטן.
די ציפֿערן פֿון דעם אינפֿאָרמאַטיוון פֿאָרש־צענטער פֿון דער כּנסת, ווי עס ווערט אָנגעגעבן אין דעם טעגלעכן עקאָנאָמישן זשורנאַל The Marker פֿון יולי 16 2012 באַווײַזן, אַז 60% פֿון דעם ישׂראלדיקן קאַפּיטאַל געפֿינט זיך אין די טאַשן פֿון 10% פֿון איר באַפֿעלקערונג, און 70% ישׂראלים געניסן פֿון ווייניקער ווי 20% פֿון די אײַנקונפֿטן פֿון דעם ישׂראלדיקן קאַפּיטאַל.
ווי עס באַווײַזן די פֿאַרגלײַך־ציפֿערן, וואָס עס האָט די טעג פֿאַרעפֿנטלעכט דער פֿאַרבאַנד פֿון די אַנטוויקלטע לענדער OECD, זײַנען די סאָציאַלע אויסגאַבן פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג זינט דעם יאָר 2003 דראַסטיש געפֿאַלן און באַטרעפֿן איצט 16% פֿון דער פּראָדוקציע, אין דער צײַט ווען די סאָציאַלע הוצאות פֿון די אַנדערע לענדער פֿון דעם OECD (צו וועלכן עס געהערט אויך ישׂראל) זײַנען, נישט געקוקט אויף דעם שאַרפֿן קרעדיטן־קריזיס, וועלכן עס מאַכן איצט אַדורך די לענדער פֿון דער אייראָפּעיִשער אוניע, געשטיגן און באַטרעפֿן 22% פֿון זייער נאַציאָנאַלער פּראָדוקציע (אין יענעם יאָר 2003 האָט נתניהו, זײַענדיק דער פֿינאַנץ־מיניסטער אין דער רעגירונג פֿון אַריאל שרון, אָנגעהויבן דורכצופֿירן זײַנע "רעפֿאָרמען", דאָס הייסט, זײַן פּאָליטיק פֿון דער אינטענסיווער פּריוואַטיזאַציע פֿון דער ישׂראלדיקער ווירטשאַפֿט).
אַזוי ווי דאָס אונטערצינדן זיך פֿון דעם טשעכישן סטודענט יאַן פּאַלאַך האָט אויפֿגעטרייסלט די פֿרײַע וועלט מיט 63 יאָר צוריק, אַזוי איז די געזעלשאַפֿט אין ישׂראל געוואָרן דערשיטערט פֿון דעם פּראָטעסט־אַקט פֿון דעם 56־יאָריקן חיפֿהר אײַנוווינער משה סילמאַן, וועלכער האָט זיך נישט אײַנגעבראָכן און האָט זאַכלעך געטאַדלט די פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג און באַשולדיקט נתניהון פּערזענלעך אין זײַן, משה סילמאַנס, לעבן פֿון נויט און פּײַן, זיצנדיק אַ שטאָלצער, אַפֿילו ווען זײַן קערפּער איז געווען אַרומגעכאַפּט פֿון די פֿלאַמען ביז ער האָט פֿאַרלוירן דעם באַוווּסטזײַן און איז אָפּגעפֿירט געוואָרן אין שפּיטאָל, וווּ ער איז געוואָרן מיט קינסטלעכער אײַנאָטעמונג אויפֿגעהאַלטן כּמעט אַ וואָך צײַט בײַם לעבן.
מיט אַ יאָר צוריק האָט ער געשפּאַנט בראָש פֿון דער דעמאָנסטראַציע פֿאַר סאָציאַלער גערעכטיקייט אין חיפֿה. ער איז איינער פֿון די קרבנות פֿון ישׂראלס צוריקטריט פֿון איר אַמאָליקער פּאָליטיק פֿון סאָציאַלן וווילשטאַנד, ווען מיליאָנען עולים האָבן אַרײַנגעוואַנדערט אין לאַנד. ער איז געווען אַ זעלבשטענדיקער פֿאַרדינער, וועלכער האָט זיך צוזאַמענגעבראָכן און איז געווען געצוווּנגען צו פֿאַרקויפֿן זײַן וווינונג צוליב זײַן וואַקסנדיקן חובֿ פֿאַר דער נאַציאָנאַלער פֿאַרזיכערונג, וועלכע האָט אים, צוליב דעם חובֿ סעקוועסטרירט דעם לאַסט־אויטאָ פֿון זײַן געשעפֿט, און ער האָט פֿאַרלוירן זײַן פּרנסה, אין דער צײַט, ווען דער חובֿ איז אָן אויפֿהער געוואַקסן. דער "חטא" פֿון פֿאַרקויפֿן זײַן קליינע וווינונג האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ קרבן פֿון דער ביוראָקראַטיע און פֿון דער אַנטי־סאָציאַלער פּאָליטיק פֿון דעם נתניהו־רעזשים. פֿיר מאָל האָט ער זיך געוואָנדן צום מיניסטעריום פֿאַר עפֿנטלעכן ווּוינונגס־בוי וועגן הילף אין דירה־געלט און איז געוואָרן אָפּגעזאָגט, אַזוי ווי טויזנטער אַנדערע, פֿאַר וועמען די מדינה האָט אויפֿגעהערט צו בויען וווינונגען, און די וווינונגס־באַרעכטיקטע דאַרפֿן וואַרטן פֿון פֿינף ביז אַכט־נײַן יאָר אויף אַ וווינונג.
נתניהו איז אָבער נישט געווען דער ערשטער, וואָס האָט אַרויפֿגעפֿירט מדינת־ישׂראל אויפֿן וועג פֿון דעם אַכזריותדיקן קאַפּיטאַליזם. דער פּראָצעס פֿון דער סאָציאַלער אומגלײַכהייט האָט זיך אָנגעהויבן אַ סך יאָרן פֿאַר נתניהוס ערשטער און צווייטער רעגירונגס־קאַדענץ. זי האָט זיך אָנגעהויבן מיטן קומען פֿון דעם רעכטן נאַציאָנאַליסטישן בלאָק צו דער מאַכט אין 1977. דער נתניהו־רעזשים האָט אָבער די סאָציאַלע קאָנטראַסטן פֿאַרטיפֿט ביז צום אָפּגרונט, ביז דער טיפֿסטער פֿאַרביטערונג פֿון די אָרעמע נויטלײַדנדיקע שיכטן אין לאַנד.
נישט קיין בעסערער גורל דערוואַרט די קומענדיקע קרבנות פֿון דער נויט. אין דעם נײַעם בודזשעט־פּרעלימינאַר, וועלכן די רעגירונג האָט צוגעגרייט אויף צוויי יאָר, זײַנען די הוצאות פֿאַר די סאָציאַלע באַדינונגען — פֿאַר "וווילשטאַנד" (וואָס מיינט פֿאַר סאָציאַלער הילף), פֿאַר בילדונג, וווינונג, געזונטהייט א״אַנד — ווידער געוואָרן פֿאַרקלענערט, כּדי צו דעקן די פֿאַרגרעסערטע נאַציאָנאַלע חובֿות, די מיליאַרדן פֿאַר דעם אינטענסיוון בוי פֿון דער קאָלאָניזאַציע; צו פֿאַרבויען און פֿאַרמויערן דעם וועג צום שלום אאַז״וו, און — פֿאַרגעס סאָציאַלן יושר, פֿאַרגעס דעם נאַציאָנאַלן פּראָטעסט, פֿאַרגעס דעם ברענענדיקן לעבעדיקן פֿאַקל, פֿאַרגעס משה סילמאַן. נתניהו, אהוד ברק און אַבֿיגדור ליבערמאַן האָבן אַנדערע דאגות, דער עיקר, אויסצודויערן ביזן סוף פֿון דער רעגירונגס־קאַדענץ.

תּל־אָבֿיבֿ, יולי 22, 2012