|
סעפּטעמבער שטעלט מיט זיך פֿאָר כּלערליי אַסאָציאַציעס און היסטאָרישע געשעענישן, ווי די טעראָר־גרופּע "דער שוואַרצער סעפּטעמבער" |
Credit: Getty Images |
אין די לעצטע חדשים ביז די איצטיקע טעג, ווען מיר זאָגן אַרויס דאָס וואָרט סעפּטעמבער, דעם געוויינלעכן נאָמען פֿונעם נײַנטן חודש פֿון יאָר אויפֿן צײַט־קאַלענדאַר, רופֿט ער אַרויס בײַ אונדז אַ היפּשן פּחד, אַ מורא פֿאַר דעם וואָס ער איז עלול אונדז צו ברענגען. בכלל האָט דער דאָזיקער חודש אַן אָפּשרעקנדיקע קאָנאָטאַציע; ער רופֿט אַרויס צומאָל אַ שוידער שוין דערפֿאַר, ווײַל דער סאַמע ערשטער טאָג פֿון דעם חודש, דער 1טער סעפּטעמבער, מיט 72 יאָר צוריק, האָט געברענגט מיט זיך די גרויזאַמע היטלער־מלחמה און מיט איר דעם חורבן פֿון אונדזער פֿאָלק.
שפּעטער, מיט 41 יאָר צוריק — דער "שוואַרצער סעפּטעמבער", דער נאָמען פֿון דער פּאַלעסטינער טעראָר־אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט בײַ איר אָנהייב, אַנטלויפֿנדיק דעם 17טן סעפּטעמבער 1970 פֿון די רדיפֿות אין דעם שכנותדיקן יאָרדאַנישן קעניגרײַך, געפֿונען אַ שוץ־אַזיל גראָד אין דער ייִדישער מדינה און דאָ זיך אויסגעהאָדעוועט אין דער געשטאַלט פֿונעם "כאַמאַס" און פֿון די אַנדערע טעראָריסטישע שלעק. און (נאָך נישט) צום סוף, מיט צען יאָר צוריק, דער "נײַן אילעווען", דער 11טער סעפּטעמבער 2001: דער חורבן־קלאַפּ, וועלכן דער איסלאַמישער פֿונדאַמענטאַליסטישער טעראָר האָט דערלאַנגט דעם אַמעריקאַנער צענטער פֿון פֿינאַנציעלן און מיליטערישן כּוח און פֿון דער אַמעריקאַנער גאווה...
פֿון דער אַנדערער זײַט איז דער סעפּטעמבער נישט דווקא אַזוי שוואַרץ ווי עס איז זײַן נאָמען. ער האָט אויך נישט ווײַניק "ווײַסע פֿלעקן" פֿון נחמה און האָפֿענונג — ווי דאָס איז געווען, למשל, דער 13טער סעפּטעמבער 1993, מיט ח"י יאָר צוריק, דער טאָג פֿון אונטערשרײַבן דעם אָפּמאַך פֿון אָסלאָ, וואָס איז געוואָרן די גרונט־באַזע פֿאַר דעם שלום־פּראָצעס און וועלכער איז אָבער אַרײַן אין דעם בלינדן געסל פֿון סעפּטעמבער 2011.
דער חודש סעפּטעמבער, אין וועלכן עס פֿאַלט געוויינטלעך אויס דער חודש עלול מיט די ימים הנוראים, מיט ראָש־השנה און יום־כּיפּור אויפֿן ייִדישן לוח, איז שוין אַרײַן אין דער מאָדערנער געשיכטע ווי די היפּער־אַקטיווע תּקופֿה פֿון גרויסע היסטאָרישע געשעענישן.
אַזוי ווי יעדעס יאָר, נאָך יעדן אויגוסט קומט ער לויטן אײַנגעשטעלטן סדר פֿון דער נאַטור, ווי דער סוף פֿון די זומער־היצן און דער אָנהייב פֿונעם האַרבסט. בײַ אונדז איז ער געוויינטלעך דער חודש פֿון די כאַמסינען מיט זייערע שטורעמס און מדבר־ווינטן, און מיט זייערע הייסע טריקענישן. דעם מאָל אָבער קומט ער צו אונדז מיט אַ באַזונדערער פּאָליטישער "שליחות", מיט אַן אַפּאָקאַליפּטישער בשׂורה פֿון פֿאַלשע משיחים און מאַכטגײַציקע פּאָליטיקער — און מיט די דאגות פֿון איבערגעשראָקענע פּשוטע מענטשן.
אַזוי ווי די אַמעריקאַנער האָבן מיט אומרו געוואַרט אויף דער "מאַמזעל אײַרין", וועלכע איז סוף אויגוסט געקומען מיט שטורעם, געזייעט חורבן און פֿאַרוויסטונג, און האָט נאָכן אויסלאָזן איר כּעס און דעם צאָרן זיך אָפּגעטראָגן מער־ווייניקער "בשלום" — אַזוי האָט מדינת־ישׂראל מיט אומרו, ביז פּחד, געוואַרט אויפֿן חודש סעפּטעמבער, וועלכער האָט אָנגעזאָגט צו ברענגען דעם שטורעם אויף דער פּאָליטישער אַרענע פֿון מיטעלן מיזרח ביז צו דעם "יו-ען"־צענטער אין ניו־יאָרק. און דאָס אַלץ אויפֿן גרונט פֿונעם קריזיס אין דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. אין צענטער פֿון דער דראַמע, וואָס ווערט דערוואַרט אין אָט דעם חודש, שטייט דער 20סטער סעפּטעמבער, דער טאָג, אין וועלכן דער פּרעזידענט פֿון דער "פּאַלעסטינער אינסטאַנץ" האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט צו דערלאַנגען צום אָפּשטימען אויף דער פולפֿאַרזאַמלונג פֿון דער "יו־ען", די פֿאַראייניקטע פֿעלקער־אָרגאַניזאַציע, די בקשה פֿון דער "אינסטאַנץ" אָנגענומען צו ווערן ווי אַ זעלבשטענדיקע פּאַלעסטינער מדינה און אַ גלײַכווערטיקער מיטגליד אין דער משפּחה פֿון די פֿעלקער.
די אימה פֿון דעם חודש סעפּטעמבער 2011 האָט אויף דעם סאַמע בפֿירושדיקסטן אופֿן געברענגט צום אויסדרוק דער אויסערן־מיניסטער, אבֿיגדור איוועט ליבערמאַן. מיט צוויי וואָכן צוריק איז ער אַרויס מיט דער אַפּאָקאַליפּטישער וואָרענונג, אַז עס דערוואַרטן אונדז אין דעם חודש געשעענישן פֿון אַ פֿאַרנעם, וועלכן די מדינה האָט נאָך נישט דערפֿאַרנט זינט זי איז אויפֿגעקומען מיט 63 יאָר צוריק.
ליבערמאַן האָט גוט געוווּסט פֿאַרוואָס ער האָט געוואָרנט מיט זײַן שוואַרצער נבֿואה. מיט אַ יאָר צוריק איז ער אויפֿגעטראָטן פֿאַר דעם פּלענום פֿון דער "יו־ען" און האָט געהאַלטן אַ צו־להכעיסדיקע רעדע, אין וועלכער ער האָט קאַטעגאָריש נעגירט דעם שלום־פּראָצעס. דער אויסערן־מיניסטער פֿון ישׂראל האָט פֿאַרזיכערט, אַז קיין שלום מיט די פּאַלעסטינער איז, אין דער נאָענטער צוקונפֿט, נישט צו דערוואַרטן. און ער ווייסט אויך זייער גוט, אַז אָן זײַן צושטימונג וועט נתניהו נישט וואַגן אַרויסצוקומען מיט קיין שלום־איניציאַטיוו, וואָס זאָל פֿאַרמײַדן די איינזײַטיקע פּראָקלאַמירונג פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה. אמת, דער איינזײַטיקער שריט פֿון אַבו־מאַזען איז נאָר אַ דעקלאַראַטיווער, ווײַל דאָס אַרײַננעמען די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ אין דער "יו־ען" פֿאַרלאַנגט די צושטימונג פֿונעם זיכערהייטס־ראַט, און דאָרט האָבן די פֿאַראייניקטע שטאַטן צוגעזאָגט אַרויפֿצולייגן אַ וועטאָ. אָבער דער פּאָליטישער עפֿעקט פֿון דער אָפּשטימונג אויף דער פֿולפֿאַרזאַמלונג, וווּ מען דערוואַרט דאָס צושטימען פֿון אַן ערך 160 מדינות (פֿון 192), וועט שענקען אַ קאָלאָסאַלן פּאָליטישן און מאָראַלישן נצחון די פּאַלעסטינער און — אין דער צוקונפֿט — אַ בהדרגהדיקע דעלעגיטימאַציע פֿון מדינת־ישׂראל.
... און אָט איז דער אַזוי שטאַרק אויסגעקוקטער סעפּטעמבער — בײַ וועמען מיט אימה און בײַ וועמען מיט האָפֿענונג — געקומען. ער איז שוין דאָ. מיר זענען אַריבער די שוועל פֿון דעם חודש סעפּטעמבער, און אַרײַן אין אים דווקא מיטן רעכטן פֿוס, מיט דער מעכטיקער פּראָטעסט־מאַניפֿעסטאַציע פֿון דעם קרובֿ האַלבן מיליאָן בירגער פֿון ישׂראל דעם 2טן סעפּטעמבער קעגן דעם סאָציאַלן אומרעכט, וואָס הערשט אין דער מדינה אונטער דער רעגירונג פֿון נתניהו. כאָטש נאָך נישט קיין נצחון, נאָך נישט קיין דערגרייכטער איבערקער פֿון דעם אומגערעכטן סאָציאַלן רעזשים אין דער מדינה, איז דאָס אָבער געווען דער הויכפּונקט פֿון דעם רעוואָלוציאָנערן פּראָצעס פֿאַר אַן ענדערונג, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיטן אויפֿשטעלן דעם ערשטן פּראָטעסט־געצעלט אויף דעם ראָטשילד־בולוואַר אין תּל־אָבֿיבֿ אין דעם סימבאָלישן טאָג פֿון 14טן יולי, דעם טאָג פֿון דער באַסטיליע אין פּאַריז, דעם 222סטן יאָרטאָג פֿון דער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע. די פֿאַרפּלאָנטערטע פּאָליטישע און זיכערהייט־סיטואַציע, וואָס ווערט דערוואַרט נאָכן 20סטן סעפּטעמבער, וועט דינען דער רעגירונג ווי אַ גוטער תּירוץ זיך צו באַפֿרײַען פֿון אירע סאָציאַלע פֿאַרפֿליכטונגען לגבי דער פּראָטעסט־באַוועגונג.
עס רעדט זיך אָבער נישט בלויז וועגן דער פּאָליטישער דעלעגיטימאַציע פֿון ישׂראל. איר פּאָליטיק פֿון אָפּהיטן דעם סטאַטוס־קוואָ און אָפּהאַלטן זיך פֿון יעטוועדער שלום־איניציאַטיוו — באַדראָט דעם קיום פֿון דער מדינה. די פּאָליטיק פֿון נתניהו באַזירט זיך אויף דער נײַער קאָנצעפּציע פֿון "בעסער אַריאל אָן אַ שלום איידער אַ שלום אָן אַריאל" (אויפן מוסטער פֿון דער אַמאָליקער קאָנצעפּציע פֿון משה דיין, אַז "בעסער שארם א־שעך אָן אַ שלום איידער אַ שלום אָן שאַרם אַ־שעך", וואָס האָט געפֿירט צו דער יום־כּיפּור־מלחמה) און די פּאַלעסטינער גרייטן זיך אָפֿן צו מאַסן־דעמאָנסטראַציעס און מאַרשן קעגן די ייִדישע קאָלאָניעס אויף די אָקופּירטע "שטחים" אין טאָג פֿון דער אָפּשטימונג אין דער "יו־ען", און אויך נאָך איר. צה"ל מושטרירט די קאָלאָניסטן ווי אַזוי זיך קעגנצושטעלן די פּאַלעסטינער און ווער ווייסט צי די ישׂראלדיקע אָקופּאַציע־מאַכט וועט קענען פֿאַרמײַדן ערנסטע צוזאַמענשטויסן ביזן פֿאַרלירן די קאָנטראָל איבער די אַנטוויקלונגען.
מיט ענלעכע שוואַרצע נבֿואות פֿאַרן חודש סעפּטעמבער איז אַרויס דער געוועזענער מיניסטער יוסי שׂריד (סאַריד) אין זײַן קאָלום אין "האָרץ", אָנווײַזנדיק אויף די שווערע קאָנסעקווענצן פֿון ישׂראלס אָפּזאָג זיך אָנצושליסן אין דער אָפּשטימונג צו דער אָנערקענונג פֿון דער פּאַלעסטינער מדינה אויף דער באַזע פֿון נתניהוס פֿאַרפֿליכטונג פֿאַר "צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער". ער וואָרנט קעגן די סאַנקציעס מיט וועלכע עס דראָען די מיניסטאָרן ליבערמאַן און שטײַניץ, אַז די מדינה וועט נישט אויסצאָלן דער ,אינסטאַנץ" די חובֿות פֿאַר די אײַנגעמאָנטע שטײַערן און אירע פֿינאַנציעלע פֿאַרפֿליכטונגען. אין דעם פֿאַל, שרײַבט שׂריד, זענען די פּאַלעסטינער עלול אויפֿצולייזן די אינסטאַנץ און צוּוואַרפֿן ישׂראל די שליסלען זי זאָל אויסהאַלטן די גאַסן־קערער, די שולן מיט די לערער, אַלע מלוכישע באַדינונגען, די גאַנצע אַדמיניסטראַציע און די גאַנצע פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג... און ישׂראל וועט דאַרפֿן אויסקלײַבן צווישן איין מדינה פֿאַר ביידע פֿעלקער, און אַ ייִדישער און דעמאָקראַטישער מדינה — אָדער אַ מדינה פֿון "אַפּאַרטהײַד".
אַ נאָך שוואַרצערן פּראָגנאָז האָט הײַנטיקע וואָך אָנגעצייכנט דער מיליטערישער קאָמאַנדיר פֿון דעם הינטערלאַנד, גענעראַל אייל אײַזנבערג, וועלכער זעט פֿאָר אַ הויכע וואַרשײַנדלעכקייט פֿון אַ טאָטאַלער מלחמה אין מיטעלן מיזרח. אויפֿטרעטנדיק אין דעם "אינסטיטוט פֿאַר סטראַטעגישע פֿאָרשונגען" האָט ער, באַציִענדיק זיך צו די געשעענישן אין די אַראַבישע לענדער, געזאָגט: "עס זעט אויס ווי אַן אַראַבישער פֿרילינג, אָבער דאָס קען זײַן אַ ראַדיקאַלער איסלאַמישער ווינטער". ער האָט אָנגעוויזן אויף דער מאָדערנער באַוואָפֿענונג פֿון "כעזבאָלאַ" און דעם "כאַמאַס", און אויף דער ראַדיקאַלער עסקאַלאַציע אין די באַציִונגען צווישן ישׂראל און טערקײַ אין די לעצטע טעג.
ווי אַזוי האָט זיך מדינת־ישׂראל געלאָזט אַרײַנפּלאָנטערן אין דער דאָזיקער סיטואַציע?
דעם ענטפֿער וועט געבן דער חודש סעפּטעמבער.
תּל־אָבֿיבֿ, 6טער סעפּטעמבער, 2011