אַ גרופּע ישׂראלדיקע מעדיקער עוואַקויִרן אַ פֿאַרוווּנדיקטן פֿונעם אַטאַק אויפֿן אויטאָבוס אין תּל־אָבֿיבֿ, דעם 21סטן נאָוועמבער |
Credit: Getty Images |
אין דער אמתן אָבער האָט די פּאָליטישע אָנפֿירונג פֿון מדינת־ישׂראל אין לויף פֿון די אַכט טעג גענומען אַראָפּלאָזן דעם פּרײַז און פֿאַרמינערן דעם ציל פֿון דער, דאָס מאָל, זאָרגפֿעליק צוגעגרייטער מלחמה אונטערן נאָמען "וואָלקן־זײַל", וואָס האָט זיך גיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ וואָלקן־ברוך. זי איז אויסגעבראָכן אונטער דעם שטאַרקן דרוק פֿון די ייִשובֿים אויפֿן דרום, וואָס האָבן געליטן פֿון דעם ראַקעטן־טעראָר מצד דעם הערשנדיקן "כאַמאַס" און די אַנדערע פֿונדאַמענטאַליסטישע טעראָר־אָרגאַניזאַציעס אין עזה, און האָט גענאָסן — אַזוי ווי יעדע מלחמה אין איר אָנהייב — פֿון דער מאַסיווער אונטערשטיצונג מצד דער גרויסער מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג, און דער פּאָליטישער אונטערשטיצונג פֿון דער מערהייט פּאַרטייען, אײַנגעשלאָסן די "עבֿודה", אונטער דער אָנפֿירונג פֿון שעלי יאַכימאָוויטש. אַזוי ווי ערבֿ דער פֿריִערדיקער מלחמה־אָפּעראַציע "צעשמאָלצענער בלײַ" קעגן עזה מיט זעקס יאָר צוריק, האָבן אויך דאָס מאָל די דעמאָנסטרירנדיקע מאַסן געשריִען: "דערלאַנגט זיי, שלאָגט זיי, לאָזט דער אַרמײַ מנצח זײַן!" אאַז״וו.
און צה״ל האָט דערלאַנגט און די רעגירונג האָס מאָביליזירט 60.000 זעלנער רעזערוויסטן, גרייט אַרײַנצומאַרשירן אין דעם געדיכט באַוווינטן עזה־שטרײַף. דער אינערן־מיניסטער אלי ישי, דער פֿירער פֿון דער ספֿרדיש־רעליגיעזער ש"ס־פּאַרטיי, האָט אינעם רעגירונגס־קאַבינעט געפֿאָדערט חרובֿ צו מאַכן די שטאָט עזה; און אין זייערע אויפֿטריטן האָבן די מיניסטאָרן, בראָש מיט דעם אויף ס׳נײַ אויפֿגעריכטן אָנפֿירנדיקן דרײַלינג פֿון נתניהו, ברק און ליבערמאַן פֿאַרזיכערט, אַז דאָס מאָל וועט דער "כאַמאַס" נישט קענען מער אויפֿהייבן דעם קאָפּ: ער וועט ווערן אויסגעוואָרצלט און עס וועט פֿון אים קיין זכר נישט בלײַבן.
און, ווען וועט די מלחמה זיך פֿאַרענדיקן? — ווען דער "כאַמאַס" וועט זיך אונטערגעבן און אַרויסהענגען אַ ווײַסע פֿאָן — האָט די טרויקע געענטפֿערט און האָט זיך באַרימט מיט די קלעפּ, וואָס די מיליטערישע אַוויאַציע דערלאַנגט דעם "כאַמאַס", אָנהייבנדיק פֿון איר מאַסיוון אַרויספֿלי און דער ליקווידאַציע פֿון מאַכמוד דזשאַבאַרי, דעם מיליטערישן קאָמאַנדיר פֿון "כאַמאַס" אין עזה. די ראַקעטן פֿון "כאַמאַס" האָבן דערגרייכט ביז ראשון־לציון נעבן תּל־אָבֿיבֿ, און וואָס מער דער "כאַמאַס" איז געוואָרן צעמזיקט, אַלץ באַשיידענער זענען געוואָרן די דערוואַרטונגען פֿון די ישׂראלדיקע מנהיגים — ביז דעם אַכטן טאָג, ווען די מלחמה אין עזה האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ הסכּם וועגן אַ שטילשטאַנד.
אָבער דער "כאַמאַס" האָט נישט אַרויסגעהאָנגען קיין ווײַסע פֿאָן, נאָר אין רעזולטאַט האָבן די מנהיגים פֿון ישׂראל אַראָפּגעלאָזט דעם טאָן. דער פֿירנדיקער דרײַלינג האָט אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין ירושלים דערקלערט, אַז מדינת־ישׂראל האָט גאָרנישט מער געוואָלט ווי ס׳זאָל ווערן שטיל אויף דער גרענעץ מיט עזה. נישט ווייניקער, אָבער אויך נישט מער.
איינער פֿון די פֿירנדיקע פּובליציסטן אין דער ישׂראלדיקער פּרעסע, נחום ברנע, האָט אין זײַן פֿרײַטיקדיקן קאָלום אין "ידיעות אחרונות" דערציילט, אַז ער האָט באַקומען צוגעשיקט פֿון זײַנעם אַ פֿרײַנד אַן SMS־בריוו, אין וועלכן ער שילדערט אין געציילטע ווערטער דעם אויפֿטריט פֿון דער אָנפֿירנדיקער "טרויקע" אויף יענער פּרעסע־קאָנפֿערענץ: "זייערע רייד זײַנען געווען די זעקס טעג און די פּנימער זייערע — יום כיפּור".
פֿון זייערע רייד האָט פּלוצעם גענומען טריפֿן האָניק. נתניהו, וועלכער האָט ערשט נישט לאַנג צוריק נישט געשטיצט אין דער אַמעריקאַנער וואַל־קאַמפּאַניע דעם ווידער־אויסוואַל פֿון אָבאַמאַ פֿאַר פּרעזידענט, האָט אים איצט געלויבט מיט די העכסטע אויסדרוקן פֿון פֿרײַנדשאַפֿט ביז פֿלאַמיקער ליבשאַפֿט; און אַבֿיגדור ליבערמאַן, אין דער צײַט פֿון זײַן נאָך אַ פֿאָרשטייער פֿון "ליכּוד" אין דער כּנסת, גערופֿן צו באָמבאַרדירן די אַסואַן־דאַמבע אין מצרים, האָט זיך איצט נישט געקאָנט אָפּלויבן פֿון מוכאַמעד מורסי, דעם איצטיקן פּרעזידענט פֿון מצרים, דעם פֿירער פֿון די "מוסולמענישע ברידער", וועלכער איז בפֿירוש אַרײַנגעטאָן אין אַ שווערן קאָנפֿליקט מיט זײַן אייגענעם פֿאָלק, צוטיילנדיק זיך אַליין ברייטע דיקטאַטאָרישע פֿולמאַכטן.
די פֿירנדיקע טרויקע האָט אויסגעזען אויף דער דאָזיקער פּרעסע־קאָנפֿערענץ ווי אַ דרײַלינג פֿון קעגנזײַטיקער אַדאָראַציע, ווי זיי וואָלטן נישט געשטאַנען גראָד איצט פֿאַר דער באַנײַטער וואַל־קאַמפּאַניע צו דער כּנסת, וואָס האָט אויך נישט ווייניק מיטגעווירקט אויף דער דעציזיע אָפּצושטעלן די מלחמה. יעדער איינער פֿון דעם דרײַלינג האָט געלויבט די אַנדערע צוויי און אויך זיך פֿאַר דער מלוכישער אַחריות און פֿאַר זייער געניאַלער דעציזיע, וואָס איז זיי געוואָרן אויפֿגעצוווּנגען דורך די מנהיגים פֿון מצרים און פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דער ערשטער האָט פֿאַרמיטלט נישט נאָר צווישן "כאַמאַס" און ישׂראל, נאָר אויך צווישן אהוד ברק און ליבערמאַן; און דער צווייטער, אָבאַמאַ, האָט פֿאַרמיטלט צווישן ישׂראל און מצרים און צווישן נתניהו און זײַנע צוויי פּאַרטנערן אין דער טרויקע. דעם לעצטן אַקט האָט געחתמעט די מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן, וועלכע איז אין בהלה געקומען קיין קאַיִר צו פֿאַרלעשן דאָס פֿײַער.
דאָס לעצטע וואָרט האָט אָבער געזאָגט דער "כאַמאַס", וועלכער האָט, אין יענער נאַכט נאָכן אָנמעלדן דעם שטילשטאַנד, געטאַנצט אויף די חורבֿות און געיובֿלט זײַן נצחון מיט ריזיקע מאַניפֿעסטאַציעס אויף די גאַסן און געסלעך פֿון עזה.
דער דערגרייכטער הסכּם אין רעזולטאַט פֿון דער אַכט־טאָגיקער מלחמה האָט צום ערשטן מאָל געשאָנקען דעם טעראָריסטישן "כאַמאַס" אַן אינטערנאַציאָנאַלע פּאָליטישע לעגיטימאַציע, ווי אויך ישׂראלדיקע פֿאַרפֿליכטונגען צו פֿאַרלײַכטערן די בלאָקאַדע אַרום עזה.
דאָס וועט אויך שענקען דעם "כאַמאַס" דאָס לעצטע וואָרט צו די כּנסת־וואַלן אין מדינת־ישׂראל. מיט צוועלף און מיט זעקס יאָר צוריק האָט דער "כאַמאַס" געהאַט צוריקגעברענגט דעם "ליכּוד" צו דער מאַכט מיט דער הילף פֿון די מאַסיווע טעראָר־אַקטן, וואָס האָבן געזייט אין לאַנד פּחד, און דער פּחד האָט געשטאַרקט דעם עלעקטאָראַלן כּוח פֿון "ליכּוד". אין דער זעלבער צײַט האָט דער איצטיקער פּסיכאָלאָגישער נצחון פֿון "כאַמאַס" געהאָלפֿן נתניהו און זײַן פֿרישן "חתן", ליבערמאַנען, אין זייער פֿאַראייניקטן וואַל־בלאָק "ליכּוד־ביתנו" און אין זייער פֿאַרביטערטן קאַמף קעגן אַבו מאַזען, דעם פּרעזידענט פֿון .P.L.O און פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט, וועמענס פּאָפּולאַריטעט צווישן די פּאַלעסטינער איז שטאַרק געפֿאַלן אין אָנבליק פֿון די נצחונות פֿון "כאַמאַס". די דאָזיקע נצחונות דינען די פּאַלעסטינער ווי אַ באַווײַז, אַז מיט די מיטלען פֿון טעראָר קענען זיי דערגרייכן מער, ווי מיט אַבו מאַזענס פֿרידלעכע מיטלען, וואָס ברענגען נישט קיין שום רעזולטאַטן.
עס האָט זיך נאָך קיינמאָל, דאַכט זיך, נישט באַשטעטיקט אַזוי קלאָר און באַשײַמפּערלעך ווי איצט אונדזער אַלטע אַקסיאָמע, אַז יעדער צד אין אַ סיכסוך, און נאָך מער אין אַ מלחמה, ציילט נאָר זײַנע קרבנות און יענעמס חטאָים און פֿאַרברעכנס. היות ווי מיר לעבן הײַנט אין דער עפּאָכע פֿון דער עלעקטראָנישער קאָמוניקאַציע, פֿון דער אינטערנעץ און דער טעלעוויזיע, האָט די דיגיטאַלישע קאַמוניקאַציע שוין איבערגעיאָגט די וויזיע פֿון די נביאים: זי זעט פֿאָרויס די רעזולטאַטן פֿון די מלחמות נאָך איידער זיי ברעכן אויס. אַזוי אויך אין דעם פֿאַל פֿון דער מלחמה אין עזה: דער אויסגאַנג פֿון דער אָפּעראַציע "וואָלקנזײַל" איז געוואָרן באַשטימט פֿון פֿאָרויס.
די ציפֿערן און בילדער וואָס עס ברענגט די טעלעוויזיע און די אינטערנעץ, זוכן נישט קיין תּירוצים. דאָס איז שוין די פֿונקציע פֿון די פּאָליטיקער. מיר דאָ האָבן געמאָסטן די רעזולטאַטן פֿון דער מלחמה אין עזה לויט דער צאָל פּיקעטן פֿון די עראָפּלאַנען, בעת די וועלט האָט געמאָסטן לויט דער צאָל קרבנות פֿון יעדן צד. זינט די ערשטע "קאַסאַם"־ראַקעטע איז געפֿאַלן אויף ישׂראל אין 2001 און ביז פֿרײַטיק דעם 23סטן נאָוועמבער זענען דערהרגעט געוואָרן אין דעם אָנגייענדיקן פֿאַרמעסט 59 ישׂראלים און 4,717 פּאַלעסטינער. אין דעם איצטיקן מלחמה-פֿאַרמעסט מיטן "כאַמאַס" אין עזה זײַנען אין די אַכט טעג געפֿאַלן 6 ישׂראלים און 78 פּאַלעסטינער, דערונטער 19 קינדער. דער "באַלאַנס" צווישן די חרובֿע הײַזער און אונטערנעמונגען איז אָן אַן ערך גרעסער.
איך האָב אַמאָל, אין אַן אַרטיקל אונטערן קעפּל "די ביטערע דערנער פֿון זיסע נצחונות" ("פֿאָרווערטס", סעפּטעמבער 19, 2004), וואָס איז געווען געווידמעט דער פֿריִערדיקער מלחמה אין עזה, דערמאָנט דאָס בליץ־ווערטל פֿון הײַנריך הײַנע, אַז וויי איז צו דעם קאַוואַליר וואָס דערלאַנגט דער מאַדאַם אַ בוקעט פֿון רויזן און באַקלאָגט זיך אויף די שטעכלקעס; עס איז אָבער נאָך מער וויי צו דער געליבטער פֿרוי, וואָס בלײַבט מיט די בלויזע שטעכלקעס ווען עס וועלקן אָפּ די בלומען.
תּל־אָבֿיבֿ, נאָוועמבער 25, 2012