ס'איז געווען אַ צײַט אין די 1990ער יאָרן, ווען דײַטשלאַנד איז געווען דאָס איינציקע אָרט, וווּ קלעזמאָרים האָבן געקענט גענוג פֿאַרדינען אויף צו לעבן. צו גלײַך מיט די פֿאָרשטעלונגען און קאָנצערטן דאָרטן פֿון אַמעריקאַנער, אייראָפּעיִשע, און בפֿרט דײַטשישע קלעזמאָרים, איז געוואַקסן דער אינטערעס צו דער פֿאָלקסמוזיק אויך אין דער אַקאַדעמישער וועלט. יואל רובין און ריטאַ אוטענס האָבן אַנאַליזירט די מוזיק אין אירע אַלטע און נײַע קאָנטעקסטן אין זייערע פֿאַרשיידענע אַרטיקלען אויף דײַטש. די צוויי פֿאָרשער האָבן אַרויסגעגעבן דאָס בוך "קלעזמער מוזיק" אין 1999. אין דײַטשלאַנד האָט מען זיך אינטערעסירט אויך מיט די ייִדישע פֿאָלקסלידער, און מיר האָבן שוין געשריבן וועגן דעם ריזיקן פּראָיעקט אַרויסצוגעבן די פֿעלד־רעקאָרדירונגען פֿון דער סאָוועטישער עטנאָמוזיקאָליגין סאָפֿיאַ מגיד, וואָס מיט אים האָט אָנגעפֿירט פּראָפֿ׳ עלווירע גראָזינגער בײַם פּאָטסדאַמער אוניווערסיטעט. פֿון דעם פּראָיעקט איז אַרויס אַ גראָבע זאַמלונג לידער, מיט אַ קאָמפּאַקטל פֿון די אָריגינעלע אַלטע פֿעלד־רעקאָרדירונגען.
איצט האָט דײַטשלאַנד אַרויסגעגעבן אויף דײַטש נאָך אַ וויכטיקע אַרבעט, אַ צושטײַער צו דער געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשער מוזיק. דאָס בוך ״Klezmer: Von den Wurzeln in Osteuropa zum Musikalischen Patchwork in den USA״ פֿון יוליאַנע לענש בײַם Wolke-פֿאַרלאַג באַשטייט פֿון אַן ערנסטער שטודיע פֿון אַ טעמע מיט אַ סך היסטאָרישע און געזעלשאַפֿטלעכע קאַפּיטלעך. דאָס ווערק הייבט זיך אָן מיט אַ טעאָרעטישן איבערבליק, וואָס וועט אפֿשר אָפּשרעקן דעם געוויינטלעכן לייענער, אָבער אין ס׳רובֿ קאַפּיטלעך קען מען לייענען אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן אַלע אַספּעקטן פֿון דער קלעזמער־מוזיק.
עס זענען שוין דערשינען עטלעכע ביכער וועגן קלעזמער־מוזיק. די ווערק פֿון הענעך סאַפּאָזשניק און סעט ראָגאָוווי שטעלן דעם טראָפּ אויף דער נײַערער אַמעריקאַנער געשיכטע און נעמען אַרײַן אַ סך פּערזענלעכע מאָמענטן אין דער געשיכטע. די אַנדערע געשיכטעס, ווי יעיל סטראָמס און יאול רובינס, באַמיִען זיך צו זײַן מער אַרומנעמיק. יעדעס בוך האָט זײַנע מעלות און חסרונות.
לענשעס "קלעזמער" שטאַמט פֿון איר דיסערטאַציע, און סע לייענט זיך טאַקע ווי אַ דאָקטאָר־אַרבעט. בײַם אונטערטיטל פֿונעם בוך שטייט, אַז דאָס איז "אַ סאָציאַל־געשיכטלעך אָריענטירטע פֿאָרשונג פֿון אַ מינאָריטעטן־מוזיק." אין איר טעאָרעטישן איבערבליק ניצט זי דעם פֿראַנצייזישן פֿילאָסאָף זשאַן־פֿראַנסואַ ליאָטאַרדס פּערספּעקטיוו פֿון אַ "געלאַטעכץ פֿון מינאָריטעטן", דאָס הייסט, אַז לענש געפֿינט אין דער אַנטוויקלונג פֿון קלעזמער־מוזיק אַ דוגמא פֿון אַ מינאָריטעטן־קולטור, וואָס ברענגט אַרײַן שאַפֿערישקייט אין דער ברייטערער קולטור פֿון אַ לאַנד, אָדער לענדער. דאָס בוך ענדיקט זיך מיט אינטערעסאַנטע אינטערוויוען מיט די הײַנטיקע קלעזמאָרים — מיישקע אַלפּערט, קורט ביאָרלינג, אַלען בערן, דוד קראַקאַוער, פֿרענק לאָנדאָן און סטאַניסלאַוו רײַקאָ — און זייערע געדאַנקען וועגן דעם מוזיקאַלישן "קרעכץ" אין קלעזמער־מוזיק און דער דעפֿיניציע פֿון "קלעזמער" און "קלעזמער־מוזיק".
וועגן דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן פֿונעם קלעזמער, איז נאָך פֿאַראַן, אַגבֿ, אַ סך צו געפֿינען אין דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס לענש ציטירט אין גאַנצן נישט. אַ חוץ די שוין באַקאַנטע ווערק וועגן קלעזמאָרים, ווי שלום־עליכמס "סטעמפּעניו", פּרצעס "גילגול פֿון אַ ניגון" און אירמע דרוקערס "קלעזמער", ליגט אַן אוצר פֿון אינפֿאָרמאַציע, סײַ אין דער פּאָעזיע, סײַ אין דער פּראָזע, סײַ אין דער פּרעסע. מנחם קיפּניס האָט אָפּגעדרוקט אַ סעריע וועגן קלעזמאָרים אין דער וואַרשעווער צײַטונג "הײַנט".
וואָס שייך דעם מוזיקאַלישן אַספּעקט פֿון די קלעזמאָרים שרײַבט לענש וועגן דער אָרנאַמענטאַציע ("קרעכץ"), די סקאַלעס און טאָנאַציעס פֿון דער מוזיק אויפֿן סמך פֿון די אַלטע רעקאָרדירונגען, און דער אַנאַליז וועט זיכער צו ניץ קומען מוזיקער און פֿאָרשער. יעדעס שטיקעלע, טאַנץ־ניגון און טיש־ניגון אינעם רעפּערטואַר ווערט באַטראַכט מוזיקאַליש און סאָציאָלאָגיש. אַזוי אַרום קען דער לייענער געפֿינען אין דעם ווערק אַ גוטן אַרײַנפֿיר נישט נאָר צו דער קלעזמער־מוזיק, נאָר אויך צו דער ייִדישער מוזיק בכלל.
צו באַשרײַבן די קלעזמאָרים אין דער נײַער היים, אַמעריקע, ניצט די מחברטע דעם טעאָרעטישן טערמין "היבריד־קולטור" — אַ מישלינג פֿון אַמעריקאַנער און ייִדישער מוזיק. אָן ספֿק האָט די היבריד־קולטור דערגרייכט איר הויכפּונקט מיטן קלאַרנעטיסט דייוו טאַראַס און זײַן קאָמבינאַציע פֿון סווינג־דזשעז און ייִדישע מעלאָדיעס, וואָס ער האָט יעדע וואָך געשפּילט אויף דעם ראַדיאָ אין די 1940ער יאָרן. כאָטש מע באַטראַכט טאַראַס ווי איינער פֿון די בעסטע טראַדיציאָנעלע פֿאָלקישע קלאַרנעטיסטן, איז זײַן סינטעז פֿון די צוויי מינים מוזיק געווען גאָר אָריגינעל. לאָמיר געדענקען, אַז ווי אַ דזשעז־שפּילער האָט טאַראַס נישט געטויגט, אָבער ווי אַ סינטעז־שאַפֿער איז ער געווען אַ מײַסטער.
אפֿשר ווײַל די אַנדערע קלעזמער־געשיכטעס האָבן געלייגט דעם טראָפּ אויפֿן "קלעזמער־אויפֿלעב" האָט לענש אָפּגעשטעלט איר געשיכטע אין די 1940ער יאָרן, פֿאַר דעם רענעסאַנץ פֿון די 1970ער און 1980ער. וואָס שייך דער "מישלינג־קולטור", וואָלטן דווקא די דאָזיקע יאָרן איר געגעבן מער אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן אין דער שטודיע.
דאָס בוך באַמיט זיך צופֿרידנצושטעלן פֿאַרשיידענע מינים לייענער — דער וואָס פֿאַרשטייט נאָטן, דער וואָס וויל היסטאָרישע פֿאַקטן, דער וואָס וויל קענען די נעמען און פּרטים פֿון קלעזמאָרים פֿון אַ מאָל. דעריבער קען יעדער לייענער איבערהיפּערן געוויסע קאַפּיטלעך, און צוגיין צו דעם מאַטעריאַל וואָס אינטערעסירט אים. אַז די געשיכטע פֿון קלעזמער־מוזיק איז אַ בוים מיט אַ סך צווײַגן, באַווײַזט די נײַע שטודיע פֿון יוליאַנע לענש.