Gabriella Safran.
Wandering Soul:
The Dybbuk’s Creator, S. An-sky.
Harvard University Press, 2010.
פֿון אַלע ייִדישע ליטעראַטן איז ש. אַנ־סקי (שלמה־זאַנוול ראַפּאָפּאָרט, 1863—1920) אפֿשר געווען די סאַמע פֿילזײַטיקע פּערזענלעכקייט. ער האָט געשריבן אויף רוסיש און ייִדיש און געפֿאָרשט ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר, און דערבײַ איז ער געווען טיף פֿאַרטאָן אין דער ראַדיקאַלער רוסישער פּאָליטיק, געווען אַ ייִדישער עפֿנטלעכער טוער און האָט געהאָלפֿן ייִדישע קרבנות פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. אַנ־סקי איז געווען אַן אייגענער אין גאָר פֿאַרשידענע סבֿיבֿות, און האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע דאָקומענטאַלע און ליטעראַרישע ירושה, וואָס איז צעזייט און צעשפּרייט איבער פֿאַרשידענע לענדער און קאָנטינענטן.
נאָך זײַן טויט, טיילווײַז אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון זײַן נאָענטן פֿרײַנד חיים זשיטלאָווסקי, האָט זיך אויסגעפֿורעמט אַ מין קולט פֿון ש. אַנ־סקין, ווי אַ מוסטער פֿונעם ייִדישן אינטעליגענט, וואָס האָט מקריבֿ געווען זײַן גאַנץ לעבן פֿאַרן פֿאָלק. אָבער הײַנט־צו־טאָג געדענקט מען אים, דער עיקר, ווי דעם מחבר פֿונעם "דיבוק".
צו שרײַבן אַ ביאָגראַפֿיע פֿון אַנ־סקי איז זייער אַ קאָמפּליצירטע אויפֿגאַבע. צוליב דעם דאַרף מען זײַן גוט באַהאַוונט ניט נאָר אין דער ייִדישער און רוסישער קולטור, נאָר אויך אין דער געשיכטע פֿון רוסישער פּאָליטיק, געדאַנק, וויסנשאַפֿט. און פֿון אָט די אַלע פֿאַרשידענע עפּיזאָדן דאַרף מען אויפֿבויען אַ לעבעדיקע מענטשלעכע געשטאַלט, מיט אַלע סתּירות, הוויות, געפֿילן. אויף דעם דאַרף מען זײַן אויך אַ פּסיכאָלאָג און אַוודאי אַ גוטער שרײַבער. עס איז דערפֿאַר ניט קיין חידוש, וואָס מיר פֿאַרמאָגן עד־היום זייער ווייניק ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע ביאָגראַפֿישע שטודיעס פֿון ייִדישע שרײַבער.
די נײַע אַנ־סקי־ביאָגראַפֿיע פֿון גבריאלה סאַפֿראַן, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון דער רוסישער ליטעראַטור אין סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט, איז אַ מוסטערווערק, וואָס וועט בלי־ספֿק דינען ווי אַ מאָדעל פֿאַר אַנדערע ביאָגראַפֿישע שטודיעס וועגן מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטן. דאָס בוך איז אויסגערעכנט סײַ פֿאַרן אַלגעמיינעם אינטעליגענטן לייענער, סײַ פֿאַר די מומחים. די מחברין דערקלערט זייער קלאָר און געניט די געהעריקע קאָנטעקסטן, און דערבײַ האַלט זי פֿעסט אַן אויג אויף דעם הויפּט־העלד פֿונעם שפּאַנענדיקן סיפּור־מעשׂה.
ווען מען שרײַבט וועגן אַזאַ באַקאַנטן מענטש ווי אַנ־סקי, דאַרף מען נעמען אין באַטראַכט און קריטיש אָפּשאַצן אַלץ, וואָס ער אַליין האָט געזאָגט וועגן זיך, ווי אויך דאָָס, וואָס די אַנדערע האָבן געזאָגט וועגן אים. אַזעלכע געשטאַלטן זײַנען בטבֿע ניט איינהייטלעך, און מען קען אָדער אויסקלײַבן דאָס, וואָס עס פּאַסט זיך אַרײַן אין אַ געוויסן אימאַזש און מוותּר זײַן אויפֿן רעשט; אָדער אַ פּרוּוו טאָן אַרײַנצופֿלעכטן אַלע פֿעדעם אין איין לײַוונט. עד־היום איז דווקא דער ערשטער צוגאַנג געווען מער פֿאַרשפּרייט אין ייִדישער ביאָגראַפֿישער ליטעראַטור, בפֿרט ווען אין לעבנס־באַשרײַבונגען פֿון יענע ליטעראַטן, וועלכע זײַנען געווען פֿאַרטאָן אין פּאָליטיק, ווי למשל זשאַבאָטינסקי אָדער הערצל.
אַן ענלעכע נטיה צו איינזײַטיקייט לאָזט זיך באַמערקן אין די פֿריִערע באַהאַנדלונגען פֿון ש. אַנ־סקיס לעבן. מען פֿלעגט אַוודאי ניט פֿאַרשווײַגן זײַן טעטיקייט אין דער פּאַרטיי פֿון סאָציאַליסטן־רעוואָלוציאָנערן, אָבער מען האָט זיך ספּעציעל ניט אינטערעסירט מיט דער דאָזיקער זײַט פֿון זײַן לעבן, און מיטן גאַנצן רוסישן צד זײַנעם בכלל. די נײַע ביאָגראַפֿיע פֿילט אויס דעם דאָזיקן וויכטיקן בלויז. אַנ־סקי קומט אַרויס פֿונעם בוך ווי אַ מענטש, וואָס האָט זײַן גאַנץ לעבן געהאַלטן אין איין אויסשטאַלטיקן פֿון דאָס נײַ זײַן אייגענע פּערזענלעכקייט. ער האָט ניט געקאָנט בלײַבן אויף איין אָרט, ניט פֿיזיש און ניט גײַסטיק. אַזאַ מין קאָנצעפּציע פֿון אַנ־סקיס פּערזענלעכקייט איז אָפֿן פֿאַר ביז גאָר פֿאַרשידענע נוסחאָות פֿון זײַן לעבנס־געשיכטע.
סאַפֿראַן זוכט די סיבה פֿון אַנ־סקיס גײַסטלעכער באַוועגלעכקייט אין זײַן קינדהייט. אויפֿגעוואַקסן אין דלות און פֿאַקטיש אָן אַ טאַטן, האָט שלמה־זאַנוול ניט באַקומען קיין סיסטעמאַטישע בילדונג, חוץ דעם חדר. די אומזיכערקייט פֿון זײַנע קינדער־יאָרן, בפֿרט פֿון זײַנע באַציִונגען מיט זײַן רײַכן פֿרײַנד זשיטלאָווסקי, האָט איבערגעלאָזט אַן אינערלעכן אומרו, וואָס האָט זיך אויסגעדריקט אין זײַנע ליטעראַרישע געשטאַלטן, ווי למשל, אין חנן אינעם "דיבוק".
אָבער דער פּסיכאָאַנאַליטישער קוקווינקל איז ניט דער איינציקער אינעם בוך. ניט ווייניקער וויכטיק איז די אַנטראָפּאָלאָגישע פּערספּעקטיוו, וואָס באַטראַכט אַנ־סקין ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון אַ דור, וואָס שטייט צווישן טראַדיציע און מאָדערנקייט. דער דאָזיקער איבערגאַנג איז געווען פֿאַרפּלאָנטערט און צומאָל פּײַנלעך, מיט אַ סך בלאָנדזשענישן אויפֿן וועג, און דווקא דאָס איז די צענטראַלע טעמע פֿון סאַפֿראַנס בוך.
אַנ־סקי קומט אַרויס ווי אַ פֿיגור, וועלכע האָט פֿאַרקערפּערט די גאַנצע סתּירותדיקייט פֿון זײַן דור אין זײַן אייגענעם לעבן און האָט געגעבן אַ פֿולן פּאָרטרעט אין זײַנע ליטעראַרישע און פּובליציסטישע ווערק. סאַפֿראַן ציט אונטער דעם סך־הכּל פֿון אַנ־סקיס גאַנצן לעבנס־אויפֿטו: "ער איז תּמיד געווען אויסן צו קאָמוניקירן מיטן סאַמע ברייטן עולם, צו געפֿינען אַזאַ ׳באָדן׳ פֿאַר זײַן טעטיקייט, אויף וועלכן זײַנע ווערטער וועלן באַקומען דעם שטאַרקן אָפּקלאַנג."
ווי אַ סך זײַנע העלדן, איז אַנ־סקי געווען אַ פֿאַרמיטלער צווישן "צוויי וועלטן" — "צווישן די שטאָטישע לייענער און די פּויערים, צווישן די רוסן און די ייִדן". אַזאַ מין השׂגה וועגן דער ראָלע פֿונעם ייִדישן אינטעליגענט איז געווען פּאָפּולער ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה ניט בלויז אין רוסלאַנד, נאָר אויך אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער. אין דײַטשלאַנד האָט דער קונסט־קריטיקער מאָריץ גאָלדשטיין אַרויסגערופֿן אַ הייסן וויכּוח, ווען ער האָט אָנגערופֿן די ייִדן "אַדמיניסטראַטאָרן" פֿון דער דײַטשישער קולטורעלער ירושה, וואָס אָפּערירן ווי פֿאַרמיטלער צווישן די באַשעווער און די קאָנסומענטן פֿון קולטור.
צי פּאַסט אַנ־סקי אַרײַן אין דער דאָזיקער פּאַראַדיגמע? איז ער כּסדר געווען "צווישן צוויי וועלטן", ווי דער דיבוק אין זײַן דראַמע? וואָס איז ווערטיקער פֿאַרן הײַנטיקן דור, זײַן שאַפֿונג אָדער זײַן פּערזענלעכקייט און זײַן אָרט אין דער קולטור־געשיכטע? מען קאָן אפֿשר אַפֿילו אַוועקשטעלן די דאָזיקע פֿראַגע נאָך שאַרפֿער: וואָס איז ווערטיקער, אינעם לעצטן סך־הכּל, אַנ־סקיס ליטעראַרישע ירושה אָדער זײַן לעבן, וואָס גבריאלה סאַפֿראַן האָט אַזוי מײַסטעריש אויפֿגעלעבט אין דעם ביאָגראַפֿישן בוך?