ד״ר גבי אַלכּסנדר, אַן עקוואַדאָר־געבוירענער היסטאָריקער, וואָס וווינט הײַנט אין ירושלים, גיט דעם פֿירער פֿון דער ייִדישער קהילה אין ווײַאַקיל, דזשאָני טשאַרנינסקי, אַן אויסצייכענונג פֿון דער "קרן קימת", ווײַזנדיק, אַז מע האָט לכּבֿוד זײַן כּלל־אַרבעט פֿאַרפֿלאַנצט אַ סאָד פֿון 500 ביימער |
אַ גרופּע ייִדן, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אין עקוואַדאָר און זיך שפּעטער צעפֿאָרן איבער דער וועלט, האָט מיט דרײַ וואָכן צוריק זיך אומגעקערט אויף אַן עמאָציאָנעלן ווידערטרעף אין זייער היימלאַנד.
ס׳רובֿ פֿון די 48 ייִדן, וועלכע זענען אָנגעקומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דרום־אַפֿריקע און ישׂראל, זענען דערצויגן געוואָרן אין דער גרעסטער שטאָט אין עקוואַדאָר, ווײַאַקיל (Guayaquil), און טאַקע דאָרט האָט מען פֿאַרבראַכט די ערשטע זעקס טעג פֿונעם ווידערטרעף. דעם לעצטן טייל פֿונעם טור האָט מען באַזוכט די ייִדישע ערטער אין דער קרוינשטאָט, קיטאָ (Quito), וווּ עס וווינט הײַנט ס׳רובֿ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. בערך 70 ייִדן וווינען אין ווײַאַקיל, און 500 אין קיטאָ.
אין די 1950ער און 60ער יאָרן איז אָבער געווען גאָר אַנדערש; דעמאָלט האָבן אין עקוואַדאָר געוווינט נאָענט צו 4,000 ייִדן.
אַ גרויסע צאָל ייִדן האָט זיך באַזעצט אין עקוואַדאָר האַרט פֿאַר און בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין 1935 האָט דער פּאַריזער צווײַג פֿון דער "פֿרײַלאַנד־ליגע" אַפֿילו געפּרוּווט שאַפֿן דאָרט אַ ייִדישע קאָלאָניע. זי האָט אָפּגעמאַכט מיט דער עקוואַדאָרער רעגירונג צו באַשטימען 500,000 אַקער ערד אויף 30 יאָר. אָבער די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין צפֿון־אַמעריקע האָבן געהאַלטן, אַז דער שטח וואָס מע האָט אויסגעקליבן, איז צו ווײַט פֿון די גרויסע שטעט, און דער קלימאַט — צו הייס און פֿרעמד פֿאַר די אייראָפּעיִשע ייִדן; האָט מען דעם פּראָיעקט אָפּגעלאָזט.
אָבער צווישן די יאָרן 1939 און 1945 האָבן אַ סך פּליטים פֿונעם נאַצישן גיהנום, ס׳רובֿ פֿון זיי — דײַטשישע און פּוילישע ייִדן, סײַ־ווי אימיגרירט קיין עקוואַדאָר, פּשוט ווײַל קיין אַנדער לאַנד האָט זיי נישט אַרײַנגעלאָזט. די עקוואַדאָרער רעגירונג האָט געהאָפֿט, אַז די געבילדעטע אייראָפּעער וועלן זיי העלפֿן אויפֿבויען די אַגריקולטור אין לאַנד.
ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, זענען די ייִדן געווען אַ סך מער גענייגט צו האַנדל און געשעפֿטן ווי ערדאַרבעט. פֿון דעסטוועגן, האָבן זיי אַ סך צוגעגעבן צום אויפֿבוי פֿון לאַנד. דזשאָני טשאַרנינסקי, למשל, דער הײַנטיקער פֿירער פֿון דער ייִדישער קהילה אין ווײַאַקיל, און איינער פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם איצטיקן ווידערטרעף, איז איינער פֿון די פֿאַרמעגלעכסטע מענטשן אין לאַנד, צום טייל, צוליב די אויפֿטוען פֿון זײַן טאַטן. ווען דער טאַטע, אַ לעבן געבליבענער פֿון חורבן, האָט זיך באַזעצט אין עקוואַדאָר, האָט ער אויפֿגעבויט אַ נעץ פֿון סופּערמאַרקן. דזשאָני האָט די נעץ אויסגעברייטערט, בויענדיק אַ גאַנצע ריי כּל־בו־געשעפֿטן, אײַנקויף־צענטערס און קינאָ־הײַזער.
אַחוץ דזשאָני טשאַרנינסקי, זענען אָבער ווייניק קינדער פֿון יענע אימיגראַנטן געבליבן אין עקוואַדאָר, און דערפֿאַר איז דער ווידערטרעף געווען בײַ אַ סך פֿון די באַטייליקטע אַ גאָלדענע געלעגנהייט זיך צו טרעפֿן מיט פֿרײַנד און קרובֿים, וואָס מע האָט שוין נישט געזען נאָענט צו 50 יאָר.
שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס זענען די ייִדן נישט געבליבן אין עקוואַדאָר, ווי זיי האָבן געטאָן, למשל, אין אַרגענטינע, בראַזיל און מעקסיקע? ראַלף גרונעוואַלד, אַ 54־יאָריקער אַדוואָקאַט אין פּאָטאָמאַק, וואַשינגטאָן, וואָס האָט אין איינעם מיט טשאַרנינסקי אָרגאַניזירט דעם ווידערטרעף, האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז עס זענען פּשוט נישט געווען קיין געראָטענע אינסטיטוציעס פֿון העכערער בילדונג אין לאַנד. ווען די קינדער פֿון די אימיגראַנטן זענען אונטערגעוואַקסן, האָבן זייערע טאַטעס און מאַמעס זיי געשיקט שטודירן אין אויסלאַנד, און דאָרט זענען די קינדער שוין פֿאַרבליבן. מיט דער צײַט האָבן זייערע עלטערן זיך אויך אַריבערגעקליבן אַהין.
ד״ר קאַטיאַ לינדענבערג, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון כעמישער פֿיזיק בײַם אוניווערסיטעט פֿון קאַליפֿאָרניע אין סאַן־דיעגאָ, איז געווען צווישן די קינדער וואָס די עלטערן האָבן אַרויסגעשיקט פֿון לאַנד, נאָך אַפֿילו פֿאַרן אַרײַנקומען אין אוניווערסיטעט. לינדערנבערג, וואָס איר מאַמע איז געקומען פֿון דײַטשלאַנד און דער טאַטע פֿון כאָטין, אוקראַיִנע, האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז אין ווײַאַקיל זענען כּמעט אַלע ייִדישע קינדער געווען ייִנגער פֿון איר.
"ווי אַ מיידל האָט מיך נישט געאַרט זיך צו שפּילן מיט קינדער וואָס זענען דרײַ־פֿיר יאָר ייִנגער, אָבער ווען כ׳בין עלטער געוואָרן, האָב איך אָנגעהויבן זיך חבֿרן מיט די נישט־ייִדישע יונגע לײַט פֿון מײַן שול, און דאָס איז מײַנע טאַטע־מאַמע נישט געפֿעלן געוואָרן — ספּעציעל ווען כ׳האָב אָנגעהויבן אַרויסגיין מיט אַ נישט־ייִדישן בחור." אין 1957 האָבן אירע עלטערן זי געשיקט קיין ניו־יאָרק צו פֿאַרענדיקן דעם לעצטן קלאַס פֿון דער מיטלשול, און מיט פֿינף יאָר שפּעטער האָבן זיי אַליין פֿאַרלאָזט עקוואַדאָר.
פֿון דעסטוועגן, האָט לינדענבערג זייער גוטע דערמאָנונגען פֿון אירע קינדער־יאָרן אין ווײַאַקיל, און איר איצטיקער וויזיט האָט אויף איר געמאַכט אַ טיפֿן רושם. "דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס מײַן ברודער און איך האָבן געזען דעם טאַטנס מצבֿה," האָט זי געזאָגט.
די נסיעה איז אָרגאַניזירט געוואָרן אַ דאַנק אַ וועבזײַט, וואָס גרונעוואַלד האָט געגרינדעט פֿאַראַיאָרן, sites.google.com/site/jewsofecuador/home, וווּ די געוועזענע תּושבֿים קאָנען זיך טיילן מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס, זכרונות, דאָקומענטן און אַנדערע חפֿצים פֿון יענע יאָרן, און דער עיקר — זיך פֿאַרבינדן מיט די אַלטע גוטע פֿרײַנד.
די וועבזײַט האָט אַזוי שטאַרק אויסגענומען בײַ די עקוואַדאָרער ייִדן "אין גלות", אַז מע האָט באַשלאָסן צו אָרגאַניזירן דעם ווידערטרעף, האָט גרונעוואַלד געזאָגט. עוואַ זעליג, אַ פּרעמירטע טעלעוויזיע־פּראָדוצירערין פֿון עקוואַדאָר, וואָס וווינט הײַנט אין ניו־יאָרק — האָט זיך אַפֿילו אונטערגענומען צו מאַכן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם פֿונעם ווידערטרעף און וועגן דער געשיכטע פֿון די אָרטיקע ייִדן בכלל.
הגם ס׳רובֿ פֿון די באַטייליקטע האָבן אויסגעדריקט וואַרעמע געפֿילן וועגן זייערע יאָרן אין עקוואַדאָר, און וועגן זייערע נישט־ייִדישע שכנים, זענען זעליגס זכרונות דווקא געווען מער געמישטע. ווען אירע עלטערן זענען אָנגעקומען פֿון דער טשעכאָסלאָוואַקײַ, האָט דער טאַטע געבויט אַ רעסטאָראַן אין דער שטאָט קווענקאַ, אָבער ער האָט זיך נישט געקענט צוגעוווינען צו דער געלאַסענער נאַטור פֿון די עקוואַדאָרער געשעפֿטסלײַט. "ווען ער האָט געשלאָסן אַן אָפּמאַך מיט זיי, פֿלעגט עס נעמען אַ לאַנגע צײַט צוצושטעלן וואָס זיי האָבן צוגעזאָגט, און דאָס האָט אים שטאַרק פֿרוסטרירט."
די טעלעוויזיע־פּראָדוצירערין עוואַ זעליג |
זעליגס טאַטע האָט זיך אָבער געפּרוּווט אַן עצה געבן, און אַפֿילו געניצט הומאָר אויסצומײַדן נישט־אײַנגענעמע מאָמענטן. ווען אָנגעזעענע פֿיגורן פֿלעגן, למשל, עסן אין זײַן רעסטאָראַן, האָבן זיי פֿון צײַט צו צײַט געזאָגט: "מיר האָבן נישט ליב קיין ייִדן." האָט דער ייִדישער אייגנטימער געענטפֿערט: "איך אויך. איך האָב גיכער ליב ייִדענעס."
דערנאָך איז אַן אומגליק געשען, האָט עוואַ דערציילט. "ס׳האָט אויסגעבראָכן אַ שׂריפֿה, און דער רעסטאָראַן האָט אָפּגעברענט אין איינעם מיט אַלע שכנותדיקע הילצערנע בנינים. אַכט מענטשן זענען אומגעקומען. מע האָט באַשולדיקט מײַן טאַטן אין אונטערצינדן דאָס פֿײַער, כּדי צו קריגן פֿאַרזיכערונג, און ער איז געזעסן אין תּפֿיסה עטלעכע חדשים לאַנג."
אין דער אָרטיקער צײַטונג האָט מען אַפֿילו אָפּגעדרוקט אַ קאַריקאַטור פֿון איר טאַטן, מיט אַ לאַנגער נאָז, ער שטייט אויף אַ צווינטער, און האַלט אַ זעקל געלט אין דער האַנט, מיט דער אונטערשריפֿט: "איצט קען איך צוריקפֿאָרן אין מײַן אייגן לאַנד".
דערצו האָט די יונגע עוואַ זיך אַליין נישט געקענט געפֿינען אַן אָרט אין דער עקוואַדאָרער געזעלשאַפֿט. "צוליב דעם וואָס כ׳בין געווען בלאָנד און הויך, פֿלעג מען מיך רופֿן ׳גרינגאַ׳ (די ווײַסע). איך האָב פּשוט נישט געקאָנט ווערן איינע פֿון זיי."
נישט אַלע אירע זכרונות זענען אָבער געווען נעגאַטיווע. בעת דעם איצטיקן באַזוך האָט זי זיך אַרײַנגעכאַפּט אין דער טאַנצשול, וווּ זי האָט אַמאָל שטודירט באַלעט און זיך באַגעגנט מיט דרײַ באַקאַנטע, וואָס האָבן זי גלײַך דערקענט און זייער וואַרעם אויפֿגענומען. "פֿאַרברענגענדיק מיט זיי האָט זיך מיר אויסגעדאַכט, אַז די צײַט איז שטיין געבליבן, כאָטש אונדזערע פּנימער האָבן זיך געביטן," האָט זעליג באַמערקט.
זי האָט אויך באַזוכט די הייסע בעדער בײַם שניי־באַדעקטן וווּלקאַן, וווּ איר מאַמע פֿלעג ליב האָבן צו פֿאַרברענגען די וואַקאַציע, בעת דער טאַטע האָט געהאָרעוועט אין רעסטאָראַן. עוואַ איז אָבער גלײַך אַנטוישט געוואָרן, ווײַל די אַמאָליקע שטילע סבֿיבֿה איז הײַנט אין גאַנצן קאָמערציאַליזירט געוואָרן. "ס׳איז געוואָרן אַ פּאָפּולער אָרט פֿאַר ספּאָרטלער, מע קריכט אויף די געפֿערלעכע בערג, מע שיפֿלט זיך אויף די ווילדע וואַסערן, מע שפּילט הויכן מוזיק און מע גייט אויף בעטאָנירטע גאַסן," האָט זי געזאָגט.
כּדי צו זאַמלען מאַטעריאַל פֿאַרן פֿילם, האָט זעליג אויסגעפֿרעגט סײַ די באַטייליקטע אינעם ווידערטרעף, סײַ די הײַנטיקע ייִדישע אײַנוווינער, וואָס געדענקען די טעג פֿון דער מאַסן־אימיגראַציע. "די נײַ־געקומענע ייִדן האָבן זיך באַקלאָגט ווי שמוציק ס׳איז אין די גאַסן, און זיך איבערגעשראָקן, ווען די גרילן פֿלעגן, בעת דעם רעגנדיקן סעזאָן, ממש באַדעקן די שטאָט מיט ברוין," האָט זעליג געזאָגט.
"אַלע האָבן געניצט דאָס וואָרט ׳פּרימיטיוו׳ צו באַצייכענען די דעמאָלטיקע אינדיאַנער אײַנוווינער," האָט זעליג דערציילט. "די פֿרויען פֿלעגן פּישן אין די גאַסן; זיי פֿלעגן געפֿינען די לײַז אין זייערע האָר און עסן זיי. און ווען אַ שפּאַניער אָדער אַ ייִד פֿונעם העכערן קלאַס איז פֿאַרבײַגעגאַנגען, פֿלעגן זיי אונטערטעניק אַראָפּלויפֿן פֿון טראָטואַר, אָפּטרעטן דעם וועג פֿאַר זיי."
אַזוינע האַרץ־רײַסנדיקע סצענעס האָט שלמה איסאַקאָוויטש, אַ לעבן־געבליבענער פֿון סיגעט, רומעניע, באַשריבן אין זײַנע זכרונות, "דער מענטש פֿון אַש". בעת ער האָט געאַרבעט ווי אַ פֿאַרוואַלטער פֿון אַ פֿאַרם אין די בערג פֿון עקוואַדאָר ("די שניי־באַדעקטע בערג האָבן מיר דערמאָנט אין מײַן היימלאַנד לעבן די קאַרפּאַטן־בערג") האָט ער געזען, ווי דער אויפֿזעער באַהאַנדלט די אינדיאַנער ערד־אַרבעטער — מענער און פֿרויען — אויף אַ ברוטאַלן אופֿן, וואָס האָט אים ממש דערמאָנט אין די נאַציס. "די שטענדיקע מורא אויף זייערע פּנימער, דער אייביקער הונגער און קראַנקייטן, זייער אונטערטעניקייט צום באַלעבאָס, האָבן בײַ מיר אַרויסגערופֿן די זעלבע אַנגסטן וואָס כ׳האָב איבערגעלעבט אין קאָנצענטראַציע־לאַגער." מיט דער צײַט, האָט איסאַקאָוויטש געמוזט פֿאַרלאָזן די אַרבעט.
די ייִדן וואָס זעליג האָט אינטרעוויויִרט האָבן אָבער נישט איבערגעלעבט די לאַגערן. בײַ זיי איז דאָס נײַע לעבן געווען אַ געלעגנהייט איבערצופֿירן זייער אייראָפּעיִשן לעבן־שטייגער אויף אַ נײַ אָרט. זיי האָבן געבויט קאַפֿעען, טעאַטערס און צײַטונגען, און אַלץ — אויף דײַטש. אַפֿילו דער פּראָטאָקאָל בײַ די קהלישע זיצונגען האָט מען געפֿירט אויף דײַטש. איין מאַן האָט דערקלערט, אַז דאָס האָט זיך געביטן נאָך דעם ווי די ייִדן האָבן אָנגעהויבן פֿאַרדינען אַ סך געלט. "דעמאָלט האָט די נאָענטשאַפֿט פֿונעם ציבור זיך צעפֿאַלן," האָט ער געזאָגט.
אָבער ווי די באַטייליקטע אינעם ווידערטרעף האָבן אַליין באַמערקט, איז די הײַנטיקע ייִדישע קהילה אין עקוואַדאָר פֿאַרמעגלעך און גוט אָרגאַניזירט. דער ייִדישער קאָמונאַלער צענטער אין קיטאָ האָט אַ פּרעכטיקע סינאַגאָגע, טעניס־פּלעצער, אַ חבֿרה־קדישא, אַ מושבֿ־זקנים און אַן אויסגעצייכנטע שול, אָנהייבנדיק פֿון קינדערגאָרטן ביזן צוועלפֿטן קלאַס.
"דעם בית־עולם אין ווײַאַקיל האָט מען אויך זייער שיין אויפֿגעהאַלטן," האָט גרונעוואַלד באַמערקט. "איינער פֿון די רירנדיקסטע מאָמענטן בעת דער נסיעה איז געווען, ווען 24 מיטגלידער פֿון מײַן משפּחה זענען געשטאַנען בײַם קבֿר פֿון מײַן עלטער־באָבע, אַן אימיגראַנטקע פֿון בודאַפּעשט; און צווישן אונדז, איז אויך געשטאַנען אַ דרײַ־יאָריק קינד — אַן אור־אור־אייניקל, דער זעקסטער דור פֿון דער פֿרוי."
בײַ די באַטייליקטע אינעם ווידערטרעף איז די נסיעה אַהיים אויך געווען אַ געלעגנהייט אויסצודריקן עקוואַדאָר אַ דאַנק. "ס׳רובֿ פֿון די ייִדן וואָס האָבן זיך אַמאָל באַזעצט אין עקוואַדאָר זענען געווען זייער דאַנקבאַר וואָס די רעגירונג האָט זיי אַרײַנגענומען, און וואָס זייערע נישט־ייִדישע שכנים זענען געווען אַזוי גאַסטפֿרײַנדלעך," האָט זעליג באַמערקט. "אָבער אין לעצטן סך־הכּל איז עס בײַ זיי פּשוט געווען אַן אָרט זיך אָפּצושטעלן, איידער מע פֿאָרט ווײַטער."
די באַטייליקטע אינעם ווידערטרעף פּאָזירן בײַ "לאַ ראָטאָנדאַ" — אַ היסטאָרישער מאָנומענט אין ווײַאַקיל |