דעם געוועזענעם הויך־געשטעלטן סאָוועטישן און שפּעטער רוסלענדישן פֿונקציאָנער יעווגעני פּרימאַקאָוו, אַ באַקאַנטער אַראַביסט, אַ גרויסער פֿרײַנד פֿון יאַסיר אַראַפֿאַט, סאַדאַם כוסיין און דעם פּאָליטישן פֿירער פֿון "כאַמאַס" כאַלעד מאַשאַל, איז שווער צוצושרײַבן צו די פֿרײַנד פֿון ישׂראל. פֿונדעסטוועגן, איז פֿאָרט כּדאַי אויסצוהערן זײַן פּראָפֿעסיאָנעלע מיינונג וועגן דעם וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אין מיטעלן מיזרח צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע. אַז פּרימאַקאָוו איז אַ גרויסער מומחה אין די פֿראַגעס איז קיין צווייפֿל נישט.
זיך אַרויסצוזאָגן אויף דער טעמע האָט פּרימאַקאָוו געהאַט די מעגלעכקייט אויף דעם אינטערנאַציאָנאַלן דיסקוסיע־פּאַנעל, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם חודש אויפֿן מאַלטאַ־אינדזל. אין זײַן אויפֿטריט האָט דער געלערנטער אַראַביסט באַטאָנט, אַז אין די ישׂראל־פּאַלעסטינער פֿאַרהאַנדלונגען שאַפֿט זיך אַ מין פּאַט־סיטואַציע, וואָס איר הויפּט־סיבה איז די שטרעבונג פֿון דער איצטיקער ישׂראל־רעגירונג צו "פֿאַרהיטן איר סטאַטוס־קוואָ". צוליב דעם ווערט אַקטיוויזירט די קאָלאָניזאַציע פֿונעם מערבֿ־ברעג, וואָס וועט שפּעטער, בעת די ענדגילטיקע פֿאַרהאַנדלונגען, מאַכן שטאַרקער ישׂראלס פּאָזיציע.
פּרימאַקאָוו שטרײַכט אונטער, אַז פֿאַקטיש האָבן דרײַ סיבות דערפֿירט די ישׂראל־פּאַלעסטינער פֿאַרהאַנדלונגען צו אַ סטאַגנאַציע־מצבֿ. ערשטנס, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ זיך אַרײַנגעטאָן אין דעם סיכסוך, נישט האָבנדיק דערבײַ קיין שום נאָכאַנאַנדיקן פּלאַן; צווייטנס, האָט דער אַזוי־גערופֿענער "קוואַרטעט" זיך אין גאַנצן אָפּגעשאַרט פֿון דער פּראָבלעם, פֿאַרלאָזנדיק זיך אויף די מעשׂים פֿון אַמעריקע; דריטנס, האָבן די אַראַבישע לענדער פֿאַרלוירן זייער אינטערעס צו דעם קאָנפֿליקט. זיי זײַנען לעצטנס מער באַזאָרגט מיט דער איראַנישער פּראָבלעם, ווײַל דווקא איראַן, וועט נישט הײַנט־מאָרגן ווערן דער הויפּט־כּוח אין מיטעלן מיזרח.
וואָס זשע קאָן געשען ווײַטער, שטעלט פּרימאַקאָוו די פֿראַגע און ענטפֿערט אויף איר אַזוי: ערשטנס, געווינט פֿון דער פּאַט־סיטואַציע דער "כאַמאַס", וואָס איז כּסדר געווען קעגן דעם פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען מיט ישׂראל. די השפּעה פֿון "כאַמאַס" וועט וואַקסן און ס'איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז די כאַמאַסניקעס וועלן איבערנעמען די מאַכט אויך אויפֿן מערבֿ־ברעג.
צווייטנס, וועט איראַן געוויס אויסנוצן דעם מצבֿ און אַרײַנשטעלן אַהין זײַן צווייטן פֿוס, אָנשפּאַרנדיק זיך אויף טערקײַ, וואָס ווערט אַלץ מער פּראָ־אַראַביש. דריטנס, וועט זיך אַקטיוויזירן דער איצטיקער מעסיקער איסלאַם און אַוודאי דער עקסטרעמיסטישער דזשיהאַד — אַ מעכטיקער קוואַל פֿון טעראָריזם נישט בלויז אין מיטעלן מיזרח, נאָר אויך איבער דער וועלט. באַגלײַך מיטן אָפּגעשוואַכט ווערן פֿונעם מעסיקן איסלאַם, וועט דער מצבֿ זיך פֿאַרשאַרפֿן אין עגיפּטן און סאַודיע.
פּרימאַקאָוו וואָרנט אין זײַן אויפֿטריט, אַז דאָס האַלטן זיך ווײַטער בײַ דעם סטאַטוס־קוואָ אין די ישׂראל־פּאַלעסטינער באַציִונגען, לוינט נישט פֿאַר ביידע צדדים; עס לוינט נישט די אַראַבישע לענדער און דער גאַנצער וועלט־געזעלשאַפֿט. וואָס זשע לייגט ער פֿאָר?
קודם־כּל, אויפֿצולעבן די אַרבעט פֿונעם "קוואַרטעט", צוציִענדיק, ווי פֿאַרמיטלער, כינע און אינדיע. מע דאַרף פֿאַרגעסן אין דער "וועג־מאַפּע" און אויסאַרבעטן אַ קאָמפּראָמיס־פּלאַן, וואָס וואָלט באַפֿרידיקט סײַ ישׂראל און סײַ די פּאַלעסטינער. עס גייט די רייד וועגן די גרענעצן (אַ טיילווײַזער אויסטויש מיט טעריטאָריעס); דער גורל פֿון מיזרח־ירושלים (מעגלעך, זיך אומקערן צום קלינטאָן־פּלאַן); די פֿראַגע פֿון פּאַלעסטינער פּליטים — עס מוז אָפּגעטיילט ווערן די יורידישע זײַט פֿון דער פּראַקטישער (אויסצאָלן קאָמפּענסאַציע און דאָס אומקערן זיך אין דער פּאַלעסטינער מלוכה). פּרימאַקאָוו שליסט נישט אויס דעם וואַריאַנט פֿון שאַפֿן אַ קאָנפֿעדעראַציע פֿון אַ פּאַלעסטינער מלוכה מיט יאָרדאַניע.
די הײַנטיקע רוסלענדישע רעגירונג האָט געביטן די גראָדליניקע אַנטי־ישׂראלדיקע פּאָליטיק, געפֿירט פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. רוסלאַנד זוכט אַלץ מער צו פֿאַרשפּרייטן איר פּאָליטיק אויפֿן מיטעלן מיזרח, אויסנוצנדיק אירע אַלטע פֿאַרבינדונגען מיט די אַראַבישע לענדער, און די שוואַכע אומגעלומפּערטע טריט פֿון דער איצטיקער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע. יעווגעני פּרימאַקאָוו זאָגט עס נישט אָפֿן, אָבער אין זײַנע פֿאָרשלאָגן זײַנען דאָ אויף דעם קלאָרע אָנווײַזונגען.