‫פֿון רעדאַקציע

די גוט־באַקאַנטע אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע "פֿעלקער־בונד", אָדער "יו־ען", האָט שוין פֿון לאַנג אַ שם פֿון שאַפֿן און אויסהאַלטן הונדערטער (און אפֿשר טויזנטער) קאָמיטעטן און אָרגאַניזאַציעס איבער דער וועלט, וואָס וואָלטן געדאַרפֿט מאַכן דאָס לעבן פֿון די פֿעלקער לײַכטער, ריינער, זאַטער, זיכערער, געזעצלעכער; מיט איין וואָרט — העלפֿן אויסרייניקן אונדזער פּלאַנעט פֿון דעם גאַנצן אומיושרדיקן מיסט, וואָס די מענטשן אַליין לאָזן נאָך זיך איבער.

וואָלט זיך געלייגט אויפֿן שׂכל, אַז אָנפֿירן מיט די דאָזיקע לעבנס־וויכטיקע אָרגאַנען דאַרפֿן ערלעכע מלוכות און זייערע בעסטע פֿאָרשטייער. זעען מיר, למשל, אַז מיט דער פֿרויען־רעכט אַגענטור (צי קאָמיטעט) פֿירט אָן סאַודיע און פּאַקיסטאַן; מיט די מענטשן־רעכט — ליביע... מיט איין וואָרט, אַ באַקאַנטע שיטה — אײַנצושטעלן אַן אָרדענונג צווישן די עופֿות, איז געשיקט געוואָרן אַ פֿוקס!

צווישן די דערמאָנטע קאָמיטעטן איז אָבער דאָ אַ באַזונדערער קאָמיטעט, דער אַזוי־גערופֿענער "קאָמיטעט אַרויסצוהעלפֿן די פּאַלעסטינער פּליטים" (UNRWA), וואָס איז כּמעט אין איין עלטער מיט דער ייִדישער מדינה. אייגנטלעך איז דער "קאָמיטעט" געגרינדעט געוואָרן אין 1949 ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דער ישׂראלדיקער אומאָפּהענגיקער מלחמה, בעת וועלכער טויזנטער און טויזנטער אַראַבער האָבן פֿאַרלאָזט זייערע היימען. דער "קאָמיטעט", אָדער אַגענטור גופֿא, האָט אָנגעהויבן איר אַרבעט אין 1950.

לויט די ידיעות פֿון דער UNRWA, זײַנען הײַנט פֿאַררעגיסטרירט צו באַקומען שטיצע פֿון דער אָרגאַניזאַציע 4.7 מיליאָן פּאַלעסטינער פּליטים אין מיטעלן מיזרח. זיי באַקומען שווערע געלטער צו אַנטוויקלען זייער דערציִונג, געזונט־פֿאַרהיטונג, סאָציאַלע סטרוקטורן, ווי אויך אַרויסצוהעלפֿן זיי בײַ אומדערוואַרטע אויסשליסלעכע סיטואַציעס, ווי מיליטערישע קאָנפֿליקטן. דער בודזשעט פֿון UNRWA באַשטייט פֿון 1.23 מיליאַרד דאָלאַר אַ יאָר; דער חלק פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן באַטרעפֿט — 268 מיליאָן דאָלאַר. ווי עס פּאַסט פֿאַר אַזאַ וויכטיקער אָרגאַניזאַציע, גרייכט די צאָל מיטאַרבעטער פֿון UNRWA ביז איבער 30 טויזנט מענטשן. אָבער דאָס איז נאָך נישט אַלץ! צו דעם דאַרף מען צוגעבן די ריזיקע סומעס געלט, וואָס די פּאַלעסטינער באַקומען פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, אַמעריקע, צענדליקער אַנדער לענדער און הומאַניטאַרע אינסטיטוציעס.

נישט לאַנג צוריק איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דער באַריכט פֿונעם געוועזענעם אַדוואָקאַט פֿון UNRWA, דזשעימס דזש. לינדסעי, איצט וויסנשאַפֿטלעכער מיטאַרבעטער פֿונעם וואַשינגטאָנער אינסטיטוט פֿאַר מיטל־מיזרחדיקער פּאָליטיק. צווישן אַנדערע טענות צו דער פֿירערשאַפֿט פֿון UNRWA, טיילט לינדסעי אויס די פּראָבלעם פֿון בכּיוון פֿאַרזען און לאָזן ווײַטער צו אַרבעטן אין דער נעץ פֿון דער "אַגענטור" די טעראָריסטן פֿון "כאַמאַס". קיין שום קאָנטראָל איבער דער טעטיקייט פֿון די מיטאַרבעטער ווערט נישט געפֿירט, דעריבער ווייסט מען קיין מאָל נישט אויף זיכער, צי די שטיצע איז דערגאַנגען טאַקע צו די אָרגאַניזאַציעס, וואָס רעפּרעזענטירן די נויט־באַדערפֿטיקע, אָדער צו די טעראָריסטישע.

אַן אַנדער טעמע פֿון לינדסעיס באַריכט איז געווידמעט דער דערציִונג אין די אַזוי־גערופֿענע פּליטים־לאַגערן. אַזוי, למשל, ווערן אין די לערן־פּראָגראַמען פֿון די שולן קודם־כּל באַרירט די טעמעס פֿון דער "ישׂראל־אָקופּאַציע", הגם אַזאַ מדינה, ווי ישׂראל, ווערט אין די לערנביכער בכלל נישט דערמאָנט.

עס באַאומרויִקט דער פֿאַקט, באַטאָנט דער געוועזענער אַדוואָקאַט פֿון UNRWA, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג, וואָס דעקט 75% פֿון די אויסגאַבן, האָט קיין שום שליטה נישט איבער דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע...

אויב איר צווייפֿלט, ווי אַן אַמעריקאַנער שטײַער־צאָלער, צי ס'איז כּדי אויסצוגעבן אײַערע געלטער ווײַטער אויסצוהאַלטן אַזאַ "הומאַניטאַרע" אָרגאַניזאַציע, שטעלט די דאָזיקע פֿראַגע אויפֿן סדר־היום פֿונעם נײַעם קאָנגרעס, וואָס וועט זיך צונויפֿנעמען דעם 2טן יאַנואַר, 2011. דערווײַל אָבער האָט די "יו־ען" שוין פֿאַרלענגערט דעם מאַנדאַט פֿון UNRWA ביזן 30סטן יוני 2011.