- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וואָך, ווי באַוווּסט, האָט די "אונעסקאָ" אָפּגעשטימט אײַנצושליסן אין איר אָרגאַניזאַציע די פּאַלעסטינער מלוכה, ווי אַ נײַעם מיטגליד. אַזוי איז די ביז־איצטיקע פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, געוואָרן אַ "מלוכה", נאָך איידער דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" האָט עס באַשטימט. ס’וואָלט אַוודאי געקומען די פּאַלעסטינער אַ יישר־כּוח פֿאַר דעם מזל צו זײַן אַ מיטגליד פֿון אַזאַ בכּבֿודיקער אָרגאַניזאַציע. דאָס "מזל" איז אָבער אַ געפֿעלשטס, חוצפּהדיק אַרויסגעריסן מיט מיאוסע גענג און שטיק. ווי זאָגט מען, אַז מע קען נישט אָנקומען צו דעם ציל מיטן גלײַכן וועג, גייט מען מיטן קרומען. מילא, פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע, וואָס קריכט איבער די קעפּ און געפֿינט שטיצע בײַ לענדער, בײַ וועלכע די מאָראַלישע ווערטן זײַנען כּמעט אויפֿן זעלבן ניוואָ, אָדער זײַנען אָפּהענגיק פֿון אַ ווײַליקער פּאָליטישער קאָניונקטור פֿון הײַנטיקן טאָג; אַן אַנדער זאַך אָבער איז, אַז דער באַשלוס פֿון "אונעסקאָ" פֿאַרשאַפֿט דער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע גופֿא נישט קיין כּבֿוד, און רופֿט אַרויס צו איר אַן אומצוטרוי. נאָך מער: מיט דעם באַשלוס האָט "אונעסקאָ" באַגײַסטערט די פּאַלעסטינער אויף זייער "קרומען וועג", און איצט זײַנען זיי שוין גרייט צו ווערן מיטגלידער פֿון נאָך 16 אָרגאַניזאַציעס און אַגענצן, וועלכע עקזיסטירן אונטערן דאַך פֿון דער "יו־ען". מיר האָבן שוין נישט איין מאָל געשריבן וועגן די אַנטיסעמיטישע אויפֿברויזן אין די נײַ־געבוירענע לענדער, טיילן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. ס’איז שוין אַוועק איבער 20 יאָר, ווי עס זעט אָבער אויס, איז די קרענק פֿון קסענאָפֿאָביע בכלל און אַנטיסעמיטיזם בפֿרט, נישט אויסצוּוואָרצלען — צו טיף זײַנען אײַנגעוואַקסן געוואָרן די סתּירות אין דער געזעלשאַפֿט צווישן דער אָרטיקער נאַציאָנאַלער פֿעלקערשאַפֿט און די פּראָצעסן פֿון דער געשיכטע, צו וועלכע די געזעלשאַפֿט האָט זיך געמוזט צופּאַסן. די איבער 70־יאָריקע תּקופֿה פֿון די סאָוועטן האָט געשאַפֿן אירע העלדן און אַנטי־העלדן; די נאַצישע אָקופּאַציע — אירע אייגענע העלדן און אַנטי־העלדן; און לסוף, די 20 יאָר פֿון נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקייט האָבן צונויפֿגעשטויסן די פֿאַרבליבענע רעשטלעך, וואָס האַלטן זיך נאָך פֿאַר דעם סאָוועטישן מיטאָס און די נײַ־אויפֿגעקומענע נאַציאָנאַליסטישע שפּראָצלינגען, וואָס אין זייער איצטיקן מיטאָס ציִען זיי זיך מער צו די העלדן פֿון דער נאַצישער תּקופֿה. אַזאַ צונויפֿשטויס אין דער געזעלשאַפֿט איז מעגלעך נאָר ווען די נאָך שוואַכע דעמאָקראַטישע רעגירונג וואַקלט זיך, ווי אין אַ שיפֿל אויף די כוואַליעס פֿון די מערבֿדיקע דעמאָקראַטישע ווערטן. פֿון איין זײַט, וויל מען זײַן עכט נאַציאָנאַל און מע בייגט איבער דעם שטעקן צו די נאַציאָנאַליסטישע כּוחות; און פֿון דער אַנדערער זײַט, וויל מען געניסן פֿון די "אייראָפּעיִשע בענעפֿיטן", וואָס מע קאָן זיי באַקומען נאָר דעמאָלט, אויב מע שטעלט נישט די נאַציאָנאַלע אינטערעסן העכער פֿון די אַלגעמיינע מענטשנרעכט. דאָס וואָס די וואָך איז פֿאָרגעקומען אין מיטעלן מיזרח האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון אַלע עקזיסטירנדיקע מעדיאַ־מיטלען איבער דער וועלט. אַוודאי, זעט עס יעדער פֿון זײַן אייגענעם קוקווינקל און שאַצט עס אָפּ אויף זײַן אייגענעם אופֿן. אָבער דער פֿאַקט אַליין, אַז אויף איין געפֿאַנגענעם סאָלדאַט האָט אַ מלוכה אויסגעביטן 1027 אַרעסטאַנטן, וואָס ס’רובֿ פֿון זיי זײַנען פֿאַרביסענע מערדער, האָט געמאַכט אַ רושם אויף אַלע. אַ פֿאַקט פֿון אַ תּנ״כישן פֿאַרנעם. מיר האָבן זיך געוואָנדן צו פֿאַרשידענע ייִדישע פּערזענלעכקייטן מיט אַ ביטע זיך אַרויסצוזאָגן, וואָס מיינען זיי וועגן דעם "שליט־אויסטויש". אין די לעצטע יאָרן וואָלטן נישט ווייניק אוניווערסיטעטן איבער דער וועלט געקאָנט צווישן זיך אײַנפֿירן אַ פֿאַרמעסט, ווער פֿון זיי טיילט זיך מער אויס מיט אַנטיסעמיטישער און אַנטי־ישׂראלדיקער רעטאָריק. אַלץ מער ווערט אַזאַ באַציִונג אַ טייל פֿון דעם אַקאַדעמישן לעבן; און ווען געוויסע פּראָפֿעסאָרן און סטודענטן פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם, וועלכע מײַדן אויס זיך צו באַטייליקן אין אַזעלכע מיאוסע מעשׂים, ווערן זיי אַטאַקירט פֿון זייערע קאָלעגעס; און נישט בלויז ווערטלעך, נאָר אויך פֿיזיש. ווי אַזוי זשע קאָן דערקלערט ווערן אַזאַ שעדלעכע דערשײַנונג, בפֿרט צווישן געבילדעטע מענטשן? אַוודאי, פֿאָדערט זיך דאָ אַ באַזונדערע אויספֿאָרשונג; אָבער אויף דער אויבערפֿלאַך זעען זיך עטלעכע דײַטלעכע סיבות: ערשטנס, דער עקסטרעמער לינקיזם, וואָס האָט ממש אויפֿגעברויזט אין מערבֿ־אייראָפּע, און באַזונדערס אין דער אַזוי גערופֿענער אינטעלעקטועלער סבֿיבֿה. צווייטנס, איז שיִער נישט געוואָרן אַ מאָדע צו קריטיקירן אַלע רעליגיעזע קאָנפֿעסיעס, צו מאַכן זיי מיט בלאָטע גלײַך... אין דער זעלבער צײַט, פּרוּווט נאָר זאָגן אַ קרום וואָרט וועגן איסלאַם. און דריטנס, די ריזיקע געלטער פֿון די מוסולמענישע נאַפֿט־לענדער "דעקן" דעם בודזשעט־מאַנגל פֿון אַ סך אוניווערסיטעטן און אַנדערע אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן. פֿאַרשטייט זיך, אַז ענטפֿערן אויף אַזאַ ברייטן זשעסט, דאַרף מען מיט קאָנקרעטע מעשׂים. אין אונדזער פֿאָריקן לייט־אַרטיקל האָבן מיר דערמאָנט די טרויעריקע דאַטעס פֿון ייִדישן אומקום אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ מיט 70 יאָר צוריק, אין די ערשטע חדשים פֿון דער דײַטשישער אינוואַזיע 1941, האָבן זיך אָנגעהויבן מאַסן־הריגות. צווישן די גרעסטע און הײַנט באַקאַנטסטע, קאָן מען אָנרופֿן די טראַגעדיע אין "באַבי־יאַר". וואָס שייך דער באַציִונג צו דעם הייליקן אָרט מצד דער מאַכט, וואָלט מען געקאָנט די 70 יאָר צעטיילן אויף צוויי תּקופֿות: די סאָוועטישע 50 יאָר, ביז 1991 און די אוקראַיִנישע — די לעצטע 20 יאָר. קיין גרויסע ענדערונגען אין דעם זין איז נישט צו באַמערקן, צוליב איין אַלגעמיינער טענדענץ: עס ווערט פֿאַרשוויגן די ייִדישע מערהייט, ווײַל אין באַבי־יאַר זײַנען "אומגעקומען נישט נאָר ייִדן"... ווי עס זאָל נישט זײַן, איז דעם 3טן אָקטאָבער פֿאָרגעקומען אין קיִעוו די טרויער־אַקאַדעמיע, געווידמעט דער דאַטע, אין וועלכער עס האָט זיך באַטייליקט אַ בכּבֿודיקע דעלעגאַציע פֿון ישׂראל, בראָש מיטן אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן. פֿון דער אוקראַיִנישער זײַט האָט דאָס לאַנד פֿאָרגעשטעלט דער פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע וויקטאָר יאַנוקאָוויטש. בלומען־קרענץ. רעדעס. אַ רעקוויעם־קאָנצערט אין דער נאַציאָנאַלער אָפּערע; דערנאָך — טרעפֿונגען, פֿאַרהאַנדלונגען אויף פֿאַרשידענע, לעבנס־וויכטיקע טעמעס — פּענסיע פֿאַר די איצטיקע ישׂראל־בירגער און געוועזענע בירגער פֿון אוקראַיִנע; בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן אין אינדוסטריע, עקאָנאָמיע, רעליגיע, מעדיצין וכּדומה. מיט איין וואָרט, ווי עס פֿירט זיך צווישן די רעגירונגען פֿון צוויי פֿרידלעכע לענדער. דווקא אין די טעג, מיט 70 יאָר צוריק האָבן די נאַציס און זייערע קאָלאַבאָראַטאָרן פֿון דער היגער באַפֿעלקערונג צעוויקלט די בלוטיקע וואַקכאַנאַליע פֿון ליקווידירן די ייִדן אויף די אָקופּירטע טעריטאָריעס פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד: צענדליקער טויזנטער קרבנות אין די בײַ־באַלטישע רעפּובליקן און מערבֿדיקע געגנטן פֿון ווײַסרוסבלאַנד, אוקראַיִנע און מאָלדאַוויע, וואָס מיט אַ קנאַפּ יאָר צוריק זײַנען געוואָרן סאָוועטישע. ווי עס זאָל זיך נישט אויסלאָזן די גאַנצע מעשׂה מיט פּאַלעסטינע אין דער "יו־ען", בלײַבט די פֿראַגע וועגן די ישׂראל־פּאַלעסטינער צווישן־באַציִונגען אָפֿן און אָנגעשטרענגט; אויב אַפֿילו ס’וועט געשען אַ נס און ביידע לענדער וועלן אין די געבליבענע טעג, ביזן 23סטן סעפּטעמבער, זיך זעצן צום פֿאַרהאַנדלונגס־טיש, ווי עס פּרוּווט איצט אויסאַרבעטן דער "קוואַרטעט" ("יו־ען", פֿאַראייניקטע שטאַטן, אייראָפּע, רוסלאַנד). די דאַטע, ווען די פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע, בראָש מיט מאַכמוד אַבאַס, קלײַבט זיך דערלאַנגען אין דער "יו־ען" איר ווענדונג צוצוטיילן דער איצטיקער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע דעם סטאַטוס פֿון אַן אומאָפּהענגיקער מדינה, איז שוין אָט־אָט אויפֿן קאַלענדאַר. און אויב מען זאָל אָפּשאַצן דעם מצבֿ אַרום דער געשעעניש מיט איין וואָרט, וואָלט די פּינקטלעכסטע דעפֿיניציע געווען — "שאַנטאַזש". די אויספֿרעגן ווײַזן, אַז אין פּוילן בײַט זיך די באַציִונג צו ייִדן צום בעסערן, כאָטש קיין ראַדיקאַלע ענדערונגען זעט מען דערווײַל ניט. צוריק גערעדט, וווּ בײַט זיך די באַציִונג באמת ראַדיקאַל? למשל, צווישן די עקסטרעם-רעכטע, שאָוויניסטישע לײַט און עקסטרעם-לינקע אַנטי-ציוניסטן אין אַ סך לענדער זײַנען ביזן הײַנטיקן טאָג נאָך אַלץ פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס טענהן, אַז די טעראָריסטישע אַקציע דעם 9טן סעפּטעמבער 2001 איז געווען אַ פּועל-יוצא פֿון אַ ייִדישער קאָנספּיראַציע — אָפּגעטאָן האָבן עס, כּלומרשט, אַגענטן פֿון "מוסד", כּדי שטאַרקער צו מאַכן די פּראָ-ישׂראלדיקע שטימונגען. ס’איז גאָר ניט אויסגעשלאָסן, אַז חסידים פֿון אָט דער ווילדער קאָנספּיראַציע-טעאָריע זײַנען געווען אויך צווישן דער כאָפּטע עקסטרעמיסטן, וועלכע האָבן דעם 2טן סעפּטעמבער געמאַכט אַ שרײַענדיקע דעמאָנסטראַציע בשעת דעם לאָנדאָנער קאָנצערט פֿון דעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, וואָס איז הײַיאָר געוואָרן 75 יאָר אַלט (זײַן אַדמיניסטראַטאָר איז יאָרנלאַנג געווען דער באַקאַנטער ייִדישער שרײַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש ז״ל). יעדע אייראָפּעיִשע מדינה האָט געשעענישן, צי ערטער, אַרום וועלכע עס בויט זיך דער דיסקורס אויף ייִדישע טעמעס. אין הײַנטיקן פּוילן, איז יעדוואַבנע געוואָרן אַ סימבאָל אי פֿון די געשעענישן בעתן חורבן אי פֿון דער באַציִונג פֿון דער באַפֿעלקערונג צו די דאָזיקע געשעענישן. אויב וועגן אוישוויץ און אַנדערע לאַגערן קען מען טענהן, אַז זיי זײַנען געווען אויף דער פּוילישער טעריטאָריע, אָבער די פּאָליאַקן אַליין האָבן צו זיי דירעקט געהאַט אַ רעלאַטיוו קליינעם שײַכות, טאָ יעדוואַבנע שטעלט מיט זיך פֿאָר גאָר אַן אַנדער געשיכטע. מיט 70 יאָר צוריק, דעם 10טן יולי 1941, האָבן ניט די דײַטשן, נאָר דווקא עטלעכע צענדליק היגע פּאָליאַקן געשפּילט די צענטראַלע ראָלע אין דער שחיטה, אין וועלכער מע האָט אַכזריותדיק אומגעבראַכט הונדערטער ייִדן. די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אין איראַן געפֿײַערט געוואָרן אַ חגא, וואָס האָט געבראַכט אויף די גאַסן פֿון די גרעסערע שטעט אַ סך טויזנטער מענטשן. די דאָזיקע חגא האָט מיט איר פֿאַרנעם דערמאָנט די גרעסטע פֿאָלקס־דעמאָנסטראַציעס, וועלכע פֿלעגן אַ מאָל פֿאָרקומען בעת די "רויטע דאַטעס" אויפֿן סאָוועטישן קאַלענדאַר — דעם 1טן מײַ און דעם 7טן נאָוועמבער — דעם טאָג פֿון פֿײַערן די אינטערנאַציאָנאַלע סאָלידאַריטעט פֿון אַרבעטער־מאַסן און דעם טאָג פֿון אָקטאָבער־רעוואָלוציע. אָבער אין איראַן מיט אַן איסלאַמיסטיש־רעוואָלוציאָנערן ראַזמאַך ווערט אָפּגעמערקט "דער אַלוועלטלעכער טאָג פֿון ירושלים". פֿון וואַנען נעמט ער זיך "דער טאָג"? אין פֿעברואַר 1979, נאָכן זיג פֿון דער איסלאַמישער רעוואָלוציע, איז אויף דער ערשטער זיצונג פֿונעם רעוואָלוציע־ראַט אָנגענומען געוואָרן אַ ספּעציעלער באַשלוס, לויט וועלכן "דאָס איסלאַמישע איראַן האַלט פֿאַר נייטיק צולייגן אַלע כּוחות, אַז דאָס פּאַלעסטינער פֿאָלק זאָל באַפֿרײַט ווערן פֿון דער ציוניסטישער קנעכטשאַפֿט". שוין דעמאָלט האָט דער נײַער גײַסטלעכער פֿירער אַיאַטאָלאַ רוכאָלאַ כאָמעיני בײַם אײַנפֿירן די חגא, געשטעלט אַ "וויכטיקע אויפֿגאַבע נישט בלויז צו העלפֿן די פּאַלעסטינער ברידער צו גרינדן אַן אייגענע אומאָפּהענגיקע מלוכה, נאָר אויך צו פֿאַרניכטן ישׂראל!" צו דערהייבן דעם "טאָג" צו אַ הייליקער מדרגה, האָט כאָמעיני אָנגעוויזן, אַז די "חגא דאַרף געפֿײַערט ווערן דעם פֿערטן פֿרײַטיק פֿונעם הייליקן חודש ראַמאַדאַן" — אינעם אַזוי גערופֿענעם "יתומים־טאָג". דערמיט גיט מען דער מוסולמענישער וועלט צו פֿאַרשטיין, אַז דווקא איראַן נעמט אויף זיך די אַחריות און זאָרג פֿאַרן יתום — "דאָס פּאַלעסטינער פֿאָלק, פֿאַרשקלאַפֿט און פֿאַרפּײַניקט פֿון די ציוניסטישע רוצחים". די טעראָריסטישע אָנפֿאַלן אויף דרום־ישׂראל די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן בפֿירוש אַרײַנגעבראַכט אינעם פֿאַרנעפּלטן מאָרגן פֿון מיטל־מיזרח אַ בולטן אָנווײַז אויף דעם, אַז דער ווייניק־קאָנטראָלירטער שטח פֿון סיני ווערט אַלץ מער און מער פֿאַרוואַנדלט אין אַ סטאַנציע פֿון פֿאַרשידענע מינים טעראָריסטישע באַנדעס. זינט די 1990ער יאָרן פֿלעגן זיך דאָרט צונויפֿקלײַבן די מוסולמענישע מיליטאַנטן, וועלכע האָבן דורכגעמאַכט אַ געוויסן וועג, נאָכן באַטייליקן זיך אין די לאָקאַלע מלחמות איבער דער וועלט. דעריבער האָט מען געקאָנט דאָרט געפֿינען אַ גאַנצן מוסולמענישן אינטערנאַציאָנאַל — פּאַלעסטינער, עגיפּטער, אַפֿגאַנער און בעדויִנער, ווי אויך געניטע רוצחים פֿון טשעטשניע און טאַדזשיקיסטאַן. לעצטנס, ציִען די הפֿקרותדיקע רחבֿותן צו זיך צו די מיליטאַנטן פֿון "כעזבאָלאַ" און אַל־קײַדאַ. סיני איז געוואָרן אַ "פֿרײַער מאַרק" פֿאַר די וואָפֿן־הענדלערס און סוחרים פֿון לעבעדיקער סחורה און נאַרקאָטיקס. צו די אויפֿרײַסן אויף דער עגיפּטישער גאַזלייטונג נאָך דער איבערקערעניש אין קאַיִר האָבן אויך צוגעלייגט זייער האַנט די באַנדיטן פֿון סיני. פֿון סיני איז באַשאָסן געוואָרן שוין נישט איין מאָל אילתּ און די קוראָרטן פֿון יאָרדאַניע. און אויב דער געוועזענער פּרעזידענט מובאַראַק האָט נאָך ווי ניט ס’איז קאָנטראָלירט דעם מצבֿ, און אַפֿילו בדעה געהאַט אויפֿצושטעלן אין אייניקע גרענעץ־ערטער אײַזערנע ווענט, איז בײַ דעם איצטיקן וואַקלענדיקן רעגירונג־מצבֿ פֿילן זיך די סיני־גזלנים פֿראַנק און פֿרײַ. נאָך מער, עס הערן זיך אַפֿילו פֿון דאָרט קולות אָפּצוטיילן דעם האַלב־אינדזל פֿון עגיפּטן און שאַפֿן דאָרט אַן אומאָפּהענגיקע איסלאַמיסטישע מלוכה. די טעמע פֿונעם לייט־אַרטיקל די וואָך וועט ווידער זײַן "רוסיש" — אָבער שוין נישט ווי אַ שפּראַך פֿון ייִדן אין גלות, נאָר ווי אַ פֿאַרשפּרייטע שפּראַך אין ישׂראל. הײַנט, שפּעטער מיט צענדליקער יאָרן נאָך די "שפּראַך־מלחמות" בײַם אָנהייב אין פּאַלעסטינע, דערנאָך אין דער יונגער ייִדישער מדינה, איז די טעמע ווידער אַקטועל, אָבער שוין אַרום "רוסיש". דעם תּירוץ צו רעדן וועגן דעם האָבן מיר געפֿינען אין דעם עלעקטראָנישן בולעטין Public Diplomacy Network (נעץ פֿון עפֿנטלעכער דיפּלאָמאַטיע). דהײַנו: אין דעם מעדיצינישן קאָלעדזש בײַ דעם ברזילי־שפּיטאָל אין אַשקלון האָט אויסגעבראָכן אַ גאַנצער סקאַנדאַל. וואָס איז? אַן אומצופֿרידנקייט בײַ די קומענדיקע קראַנקן־שוועסטער און קראַנקן־ברידער האָט אַרויסגערופֿן די אינסטרוקציע פֿונעם לערן־אַנשטאַלט, וואָס פֿאַרווערט די סטודענטן צו רעדן אין קאָלעדזש און אין די ווענט פֿונעם שפּיטאָל אויף וואָסער ניט איז אַנדער שפּראַך — רק עבֿריתּ! דער דאָזיקער באַפֿעל איז אַרויס נאָך די אָנקלאָגן מצד די פּאַציענטן, וואָס טענהן, אַז דער מעדיצינישער פּערסאָנאַל רעדט צווישן זיך אויף אומפֿאַרשטענדלעכע שפּראַכן, אײַנגעשלאָסן רוסיש און אַראַביש. די הײַנטיקע ייִדיש־רעדנערס, בפֿרט פֿונעם עלטערן דור, וועט אַזאַ פֿאַרבאָט נישט פֿאַרחידושן; די אומטאָלעראַנטע באַציִונג צו אַנדערע שפּראַכן און קולטורן אינעם לאַנד גופֿא מצד די ישׂראלדיקע פֿונקציאָנערן און די פּאַסיווע, גלײַכגילטיקע רעאַקציע אויף אַזאַ אומטאָלעראַנץ און עם־האָרצות פֿון דער ישׂראל־אינטעליגענץ האָט אַ לאַנגע טראַדיציע. |