‫פֿון רעדאַקציע

די טעראָריסטישע אָנפֿאַלן אויף דרום־ישׂראל די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן בפֿירוש אַרײַנגעבראַכט אינעם פֿאַרנעפּלטן מאָרגן פֿון מיטל־מיזרח אַ בולטן אָנווײַז אויף דעם, אַז דער ווייניק־קאָנטראָלירטער שטח פֿון סיני ווערט אַלץ מער און מער פֿאַרוואַנדלט אין אַ סטאַנציע פֿון פֿאַרשידענע מינים טעראָריסטישע באַנדעס.

זינט די 1990ער יאָרן פֿלעגן זיך דאָרט צונויפֿקלײַבן די מוסולמענישע מיליטאַנטן, וועלכע האָבן דורכגעמאַכט אַ געוויסן וועג, נאָכן באַטייליקן זיך אין די לאָקאַלע מלחמות איבער דער וועלט. דעריבער האָט מען געקאָנט דאָרט געפֿינען אַ גאַנצן מוסולמענישן אינטערנאַציאָנאַל — פּאַלעסטינער, עגיפּטער, אַפֿגאַנער און בעדויִנער, ווי אויך געניטע רוצחים פֿון טשעטשניע און טאַדזשיקיסטאַן. לעצטנס, ציִען די הפֿקרותדיקע רחבֿותן צו זיך צו די מיליטאַנטן פֿון "כעזבאָלאַ" און אַל־קײַדאַ.

סיני איז געוואָרן אַ "פֿרײַער מאַרק" פֿאַר די וואָפֿן־הענדלערס און סוחרים פֿון לעבעדיקער סחורה און נאַרקאָטיקס. צו די אויפֿרײַסן אויף דער עגיפּטישער גאַזלייטונג נאָך דער איבערקערעניש אין קאַיִר האָבן אויך צוגעלייגט זייער האַנט די באַנדיטן פֿון סיני. פֿון סיני איז באַשאָסן געוואָרן שוין נישט איין מאָל אילתּ און די קוראָרטן פֿון יאָרדאַניע. און אויב דער געוועזענער פּרעזידענט מובאַראַק האָט נאָך ווי ניט ס’איז קאָנטראָלירט דעם מצבֿ, און אַפֿילו בדעה געהאַט אויפֿצושטעלן אין אייניקע גרענעץ־ערטער אײַזערנע ווענט, איז בײַ דעם איצטיקן וואַקלענדיקן רעגירונג־מצבֿ פֿילן זיך די סיני־גזלנים פֿראַנק און פֿרײַ. נאָך מער, עס הערן זיך אַפֿילו פֿון דאָרט קולות אָפּצוטיילן דעם האַלב־אינדזל פֿון עגיפּטן און שאַפֿן דאָרט אַן אומאָפּהענגיקע איסלאַמיסטישע מלוכה.

דער בעסטער אופֿן אַרויסצוּווײַזן זייער אַלמעכטיקייט און אומאָפּהענגיקייט פֿון די אַרומיקע אַראַבישע לענדער, איז אָנצופֿאַלן אויף ישׂראל; בפֿרט, אַז ישׂראל און עגיפּטן זײַנען פֿאַרבונדן צווישן זיך מיט אַ שלום־אָפּמאַך. שוין אָפּגערעדט, אַז די צײַטווײַליקע רעגירונג אין קאַיִר איז אויך נישט אויף אייביק, און אָט־אָט קומען די וואַלן.

פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען די סיני־באַנדעס און זייערע מעשׂים קעגן ישׂראל אַ גוטער מוסטער פֿאַר די טעראָריסטן פֿון "כאַמאַס". ס’איז אויך נישט אויסגעשלאָסן, אַז ביידע צדדים וואָלטן געקאָנט זיך פֿאַראייניקן און פֿאַרברייטערן סײַ זייער טעריטאָריע און סײַ זייער השפּעה.

די רעאַקציע פֿון ישׂראל אויף די לעצטע אַטאַקעס פֿון עזה און סיני איז קלאָר און קיין פּשרות וועלן דאָ נישט זײַן. וואָס שייך דעם הײַנטיקן קאַיִר, האָט מען דאָרט פֿון דעסטוועגן יסורים פֿאַר די "ברידער־מוסולמענער", גוטע ברידער פֿון "כאַמאַס". די אומזיכערע פּאָזיציע פֿון דער צײַטווײַליקער רעגירונג זעט מען בולט פֿון זייער אויפֿפֿירונג: אָט פֿאָדערן זיי פֿון ישׂראל זיך אַנטשולדיקן פֿאַר די דערהרגעטע אין אַ ישׂראל־אַטאַק עגיפּטישע גרענעץ־לײַט; אָט רופֿן זיי אָפּ דעם אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל, און אָט לאָזן זיי אים ווײַטער אין ישׂראל.

לעצטנס, ווי עס ווערט איבערגעגעבן, האָבן די עגיפּטישע "רעוואָלוציאָנערן" פֿאָרגעלייגט, צוזאַמען מיט ישׂראל, צו ענדערן אַ וויכטיקן פּונקט אינעם שלום־אָפּמאַך, וואָס פּראָקלאַמירט סיני פֿאַר אַ דימיליטאַריזירטער זאָנע, וווּ עס ווערט פֿאַרבאָטן צו האַלטן דאָרט גרויסע טיילן פֿון עגיפּטישער אַרמיי, ווי אויך טאַנקען.

ביז אַהער האָבן ביידע צדדים זיך שטרענג געהאַלטן בײַ דעם פּונקט פֿונעם אָפּמאַך; לעצטנס אָבער, צוליב דער וואַקסנדיקער פֿאַרשפּרייטונג פֿון טעראָריסטישע באַנדעס וואָלט ישׂראל מסכּים געווען אָפּצושאַפֿן דעם לימיטירנדיקן פּונקט און צו דערלויבן, אַז עגיפּטן זאָל פֿאַרברייטערן און פֿאַרשטאַרקן זײַן אויפֿזיכט איבער סיני.

איז עס דאָך ווידער אַ שטעקן מיט צוויי עקן: צי וועט אַזאַ "פֿרײַהייט" פֿון זײַן אַ גאַנצער באַלעבאָס אין סיני נישט ברענגען פֿאַר ישׂראל נײַע פּראָבלעמען?