די דאַטע, ווען די פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע, בראָש מיט מאַכמוד אַבאַס, קלײַבט זיך דערלאַנגען אין דער "יו־ען" איר ווענדונג צוצוטיילן דער איצטיקער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע דעם סטאַטוס פֿון אַן אומאָפּהענגיקער מדינה, איז שוין אָט־אָט אויפֿן קאַלענדאַר. און אויב מען זאָל אָפּשאַצן דעם מצבֿ אַרום דער געשעעניש מיט איין וואָרט, וואָלט די פּינקטלעכסטע דעפֿיניציע געווען — "שאַנטאַזש".
קודם־כּל, איז דער פֿאַקט אַליין, אַז מאַכמוד אַבאַס און זײַן אַדמיניסטראַציע, "דרייט דעם ספּאָדיק" שוין אַ היפּשע צײַט אַרום דעם באַשלוס — צי טאַקע יאָ "דערלאַנגען", צי נישט "דערלאַנגען" אַזאַ ווענדונג — זעט אויס נישט אַנדערש, ווי אַ פּאָליטישער שאַנטאַזש.
טערקײַ שאַנטאַזשירט ישׂראל מיט אירע אַגרעסיווע אָנפֿאַלן, נישט בלויז ווערטלעכע, נאָר אויך פֿיזישע. און לעצטנס טוען זיי עס מיט אַ מיליטאַנטישער חוצפּה. אַזוי איז געמאָלדן געוואָרן, אַז די מיליטערישע ים־קרעפֿטן פֿון טערקײַ זײַנען גרייט צו שיקן דרײַ שיפֿן פֿון זייער פֿלאָט אין מיזרח־טייל פֿון מיטללענדישן ים, צו באַגלייטן אַלע שיפֿן וואָס פֿירן הומאַניטאַרע הילף קיין עזה.
די וואָך האָט דער סאַודישער פּרינץ טורקי אַל־פֿײַסאַל געשריבן אין זײַן אַרטיקל, אָפּגעדרוקט אין "ניו־יאָרק טײַמס", אַז אויב וואַשינגטאָן וועט שטימען קעגן דער רעזאָלוציע פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" צו שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מדינה, פֿאַרלירט אַמעריקע סאַודיע, ווי אַן אַליִיִרטן. טורקי האָט ממש געפֿאָדערט פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט צו שטיצן די פּאַלעסטינער. צי איז עס נישט קיין שאַנטאַזש?!
די ווילדע פּאָגראָמען אין קאַיִר אויף דער אַמבאַסאַדע פֿון ישׂראל און דאָס סטראַשען דורכצופֿירן דאָס זעלבע אין דער יאָרדאַנישער קרוינשטאָט און אַנדערע לענדער, וווּ ס’האָט "גערוישט" דער פֿרישער ווינט פֿון "אַראַבישע רעוואָלוציעס", האָט באַשטעטיקט דעם פֿאַרדאַכט, אַז פֿון די דאָזיקע "רעוואָלוציעס" וועט זיך אויסלאָזן אַ נײַע כוואַליע פֿון אַנטי־ישׂראלדיקער שׂינאה.
ווי מיר זעען, ווערט שאַנטאַזשירט נישט אַזוי ישׂראל (עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז ישׂראל ווערט בכלל איגנאָרירט אין דעם פּראָצעס), ווי די צוויי וויכטיקע מערבֿדיקע פֿאַקטאָרן — אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. וואַשינגטאָן האָט אויף דעם באַלד געענטפֿערט מיט אַ פֿעסטער פּאָזיציע, אַז דער וועג צו לייזן די פּראָבלעם פֿון שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מלוכה "ליגט נישט דורך ניו־יאָרק, נאָר דורך ירושלים". די מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן האָט דערבײַ צוגעגעבן, אַז די פּאַלעסטינער פֿירערשאַפֿט דאַרף זיך אומקערן צום פֿאַרהאַנדלונג־טיש מיט ישׂראל, און נישט "פּרוּוון אַרויסצובאַקומען די אינטערנאַציאָנאַלע אָנערקענונג פֿאַר איר מלוכישער אומאָפּהענגיקייט דורך דער ׳יו־ען׳".
קעטרין עשטאָן, די אויסערן־מיניסטאָרין פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, וואָס איז די וואָך אָנגעקומען אינעם מיטעלן מיזרח, האָט אויך באַטאָנט, אַז דאָס שאַפֿן צוויי אומאָפּהענגיקע מלוכות, ישׂראל און פּאַלעסטינע, מוז פֿאָרקומען נאָר דורך זייערע צווישן־פֿאַרהאַנדלונגען.
וואָס זשע טראַכטן אַרום דעם "פֿאַרשלעפּטן קריזיס" ביידע פֿירערס — פֿון די פּאַלעסטינער און ישׂראל? מאַכמוד אַבאַס שווײַגט דערווײַל און שמעקט זיך צו דער פּאָליטישער לופֿט־קאָניונקטור, דהײַנו: צי ער זאָל טאַקע פֿאָדערן דעם סטאַטוס פֿון אַ מדינה, צי מסכּים זײַן אויף אַ מלוכה־אָבסערוואַטאָר אויפֿן סמך פֿון וואַטיקאַן? ער איז צו קלוג נישט צו פֿאַרשטיין, אַז זײַן מצבֿ איז זייער אַ וואַקלדיקער; אויפֿן הינטערגרונט פֿון די לעצטע געשעענישן אין מיטעלן מיזרח קאָן ער גיך פֿאַרוואַנדלט ווערן פֿון אַ "העלד" אין אַ "ציל" פֿאַר אַ "רעוואָלוציע" אויפֿן שטח פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע.
וואָס שייך דער איצטיקער ישׂראל־רעגירונג בראָש מיט בנימין נתניהו, איז זי מער גרייט צו די נאָכפֿאָלגן פֿון דעם, וואָס ס’וועט פֿאָרקומען נאָך די באַשלוסן פֿון דער "יו־ען" און דעם זיכערהייט־ראַט; דאָס מיינט, ווי פֿריִער, מיט אַ מיליטערישן כּוח אָפּצושטויסן די פּראָוואָקאַטיווע מעשׂים מצד די פּאַלעסטינער (און אפֿשר נישט נאָר די פּאַלעסטינער), איידער צו זוכן אַ וועג פֿון אַ דיפּלאָמאַטישער פּשרה. אַזאַ צוגאַנג וועט נאָר אָפּציִען די צײַט, און טיפֿער מאַכן דעם שפּאַלט צווישן ישׂראל, דער אַראַבישער וועלט, און דעם מערבֿ.