דווקא אין די טעג, מיט 70 יאָר צוריק האָבן די נאַציס און זייערע קאָלאַבאָראַטאָרן פֿון דער היגער באַפֿעלקערונג צעוויקלט די בלוטיקע וואַקכאַנאַליע פֿון ליקווידירן די ייִדן אויף די אָקופּירטע טעריטאָריעס פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד: צענדליקער טויזנטער קרבנות אין די בײַ־באַלטישע רעפּובליקן און מערבֿדיקע געגנטן פֿון ווײַסרוסבלאַנד, אוקראַיִנע און מאָלדאַוויע, וואָס מיט אַ קנאַפּ יאָר צוריק זײַנען געוואָרן סאָוועטישע.
לאַנגע יאָרן זײַנען די ערטער פֿון די מאַסן־אומקום־אַקציעס געבליבן אָן אַ צייכן, פֿאַרוואַקסן און פֿאַרוויסט. נישט נאָר די מאַכט האָט נישט געשטעלט דאָרט קיין דענקמעלער, זי האָט עס פֿאַרווערט צו טאָן די קרובֿים און פֿרײַנד פֿון די אומגעקומענע ייִדן. פֿאַר וואָס? אַוודאי, צוליב דער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק, פֿאַרדעקט מיטן פֿאַלשן לאָזונג פֿון "ברודערשאַפֿט פֿון אַלע פֿעלקער".
האָט זיך געשאַפֿן אַ טראַגישער פּאַראַדאָקס: פֿון איין זײַט, האָט מען נישט אויפֿגעהערט צו באַזינגען די העלדישקייט פֿונעם "סאָוועטישן פֿאָלק", און פֿון דער אַנדערער זײַט — פֿאַרשוויגן דעם פּרײַז, וואָס דאָס "סאָוועטישע פֿאָלק" האָט באַצאָלט פֿאַר דעם זיג.
נאָכן קראַך פֿון דער סאָוועטישער אימפּעריע האָבן די רעגירונגען פֿון די נײַע לענדער זיך באַלד צוגעכאַפּט אויפֿצושטעלן זייערע נאַציאָנאַלע ווערטן; אין דער זעלבער צײַט, האָבן זיי זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן מיט כּעס צו באַשולדיקן די פֿריִערדיקע מאַכט אין "סאָוועטישן גענאָציד". דערבײַ האָבן זיי פֿאַרגעסן, אַז אויף דער זעלבער ערד, וואָס געהערט איצט נאָר צו זיי, האָבן געצויגן זייערע דורות אויך די ייִדן; און אַז אויף זייערע קבֿרים איז ביז הײַנט קיין דענקמאָל נישטאָ.
האָט זיך פּלוצעם אַרויסגעוויזן נאָך איין היסטאָרישער פּאַראַדאָקס, דהײַנו: אַ סך פֿון די העלדן, וואָס די נײַע רעגירונגען האָבן זיי אָנערקענט ווי נאַציאָנאַלע קעמפֿער, זײַנען געווען צווישן די געטרײַסטע העלפֿער בײַ די דײַטשן אומצוברענגען די ייִדן.
און אָט זײַנען אַוועק 20 יאָר. די נײַע אומאָפּהענגיקע לענדער רײַסן זיך, אָדער זײַנען שוין אַרײַן אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. דאַרף מען דאָך זיך האַלטן בײַ די כּללים, אָנגענומען פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. וואָס טוט מען אָבער מיט די "שוואַרצע פֿלעק" אויפֿן קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זכּרון? וואָס טוט מען מיט די פֿאַרוואַקסענע ייִדישע ברודער־קבֿרים אָן אַ דענקמאָל, פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערער זײַט, ווי אַזוי צו באַרעכטיקן די בלוטיקע מעשׂים פֿון די העלדן־קאָלאַבאָראַטאָרן?
געפֿינט מען אַ פּשרה: די ייִדן זײַנען געפֿאַלן אַ קרבן פֿון נאַצישן גענאָציד, און די "נאַציאָנאַלע העלדן" — זײַנען קרבנות פֿונעם סאָוועטישן גענאָציד. אָבער אויך בײַ אַזאַ "פּשרה" האָבן זיך אַנטדעקט היסטאָרישע סתּירות. לאָזט זיך אויס, אַז די ייִדן, וועלכע האָבן געקעמפֿט קעגן פֿאַשיזם אין דער "רויטער אַרמיי" אָדער בײַ די פּאַרטיזאַנען, זײַנען געווען — "סאָוועטישע קאָלאַבאָראַטאָרן"!
אָט אַזאַ לאָגיק איז הײַנט פֿאַרשפּרייט אין אייניקע נײַע רעפּובליקן, און זי ווערט אַ טייל פֿונעם נאַציאָנאַלן באַוווּסטזײַן פֿון די פֿעלקער. וויכטיק אָבער איז, צי אַזאַ צבֿועקישע מאָראַל וועט אָנגענומען ווערן אין דער מערבֿ־וועלט און צי דאָס קעגנשטעלן זיך צו דעם איז נאָר אַ ייִדישער ענין?!
זיבעציק יאָר טראָגן מיר אין זיך דעם ווייטיק און דעם אָנדענק נאָך די אומגעבראַכטע דורות. דער אָנדענק בריט און גיט נישט קיין רו סײַ די ייִדן און סײַ די נישט־ייִדן. ס'איז בפֿירוש אַ באַווײַז, אַז אין אונדזערע צווישן־באַציִונגען איז שווער צו געפֿינען אַ פּשרה, וואָס שייך געשיכטע; אַזוי וועט עס, זעט אויס, אָנגיין ווײַטער.