- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די אַמעריקאַנער פּרעסע ווידער דערמאָנט דעם נאָמען ראַול וואַלענבערג. אונדזערן לייענער דאַרף מען ספּעציעל נישט דערציילן, ווער וואַלענבערג איז געווען, און וועגן זײַן העלדישער רעטונגס־אַקציע פֿון די אונגערישע ייִדן אין 1944. אַ דאַנק זײַן אַרבעט, ווי דער ערשטער סעקרעטאַר בײַ דער שוועדישער אַמבאַסאַדע אין בודאַפּעשט, און זײַנע "שוץ־פּאַספּאָרטן", זײַנען געבליבן לעבן אַרום 100 טויזנט מענטשן. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר, דורך דער עלעקטראָנישער פּאָסט, באַקומען אַ בריוו פֿון קיִעוו, וואָס די וויכטיקייט פֿון דער טעמע, אויפֿגעהויבן דאָרט, האָט געבראַכט צום באַשלוס אָפּצודרוקן אייניקע אויסצוגן אין דעם הײַנטיקן לייט־אַרטיקל. דעם 26סטן מײַ האָט מען אין גרוזיע געפֿײַערט דעם טאָג פֿון אומאָפּהענגיקייט, אָבער דעם חשבון פֿירט מען ניט פֿון דער נאָך-סאָוועטישער תּקופֿה, נײַערט פֿון יאָר 1918, ווען דער רעגירונג בראָש מיטן סאָציאַליסט (מענשעוויק) נוי זשאָרדאַניאַ האָט זיך אויף אַ קורצער ווײַל — ביז מאַרץ 1921 — אײַנגעגעבן צו האַלטן גרוזיע ווי אַ באַזונדערע מדינה. אָבער דערנאָך זײַנען געקומען די באָלשעוויקעס און אײַנגעשטעלט זייער רעזשים, אויף גאַנצע זיבן יאָרצענדליק, ביז דער צעפֿאַלונג פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אויף דער רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, דעם 28סטן מאַרץ, האָבן געוואַרט נישט בלויז די אַמעריקאַנער, נאָר די גאַנצע וועלט, ווײַל די וויכטיקייט פֿון דעם וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אינעם מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע, איז נישט צו דערשאַצן; צוריק גערעדט, פֿון דעם ווי אַמעריקע, דער טאָן־געבער פֿון דער הײַנטיקער פּאָליטיק, וועט אויף די געשעענישן ענטפֿערן, ווענדט זיך דער מאָרגן פֿון דער גאַנצער ציוויליזאַציע. די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז פֿון פֿראַנקרײַך ווידער אַרויס די פֿאַראורטיילונג פֿון גענאָציד, 1915—1923, ווען אין טערקײַ זײַנען אויסגעהרגעט געוואָרן אָנדערטהאַלבן מיליאָן אַרמענער. דעם פֿאַקט אַליין פֿון גענאָציד האָט פֿראַנקרײַך אָנערקענט נאָך מיט יאָרן צוריק, אין 2001; דאָס מאָל האָט די אונטערשטע קאַמער פֿונעם פֿראַנצויזישן פּאַרלאַמענט אָפּגעשטימט פֿאַר אָננעמען אַ ספּעציעל געזעץ, וואָס וואָלט דערמעגלעכט צו באַשטראָפֿן די יעניקע, וועלכע לייקענען אָפּ דעם פֿאַקט אַליין פֿון אַרמענישן גענאָציד מצד די טערקן. די אַרמענישע דיאַספּאָרע אין פֿראַנקרײַך איז אפֿשר די גרעסטע און שטאַרקסטע אין אייראָפּע, בערך 500 טויזנט נפֿשות; פֿאַרשטייט זיך, אַז זייערע שטימען וואָלטן זייער צוניץ געקומען דעם איצטיקן פּרעזידענט ניקאָלאַ סאַרקאָזי און זײַן רעכט־צענטריסטישער פּאַרטיי "פֿאַרבאַנד פֿאַר פֿאָלקס־באַוועגונג", בעת די פּרעזידענט־ און פּאַרלאַמענט־וואַלן אין יאָר 2012. פֿאַרשטייט זיך, אַז טערקײַ, וואָס האָט ביז אַהער נישט אָנגענומען די גענאָציד־דעפֿיניציע פֿון דעם פֿינצטערן פֿלעק אויף איר געשיכטע, רעאַגירט זייער עמאָציאָנעל אויף אַזעלכע טריט; אַזוי ווײַט, אַז טערקײַ האָט אָפּגעשטעלט אַלע אירע מיליטערישע, פּאָליטישע און האַנדל־פֿאַרבינדונגען מיט פֿראַנקרײַך און האָט אָפּגערופֿן איר אַמבאַסאַדאָר פֿון פּאַריז. ישׂראל איז פֿאַרטאָן לעצטנס מיט דער סכּנה, וואָס קומט אַרויס פֿונעם פֿונדאַמענטאַליסטישן איראַן, אָדער ווי ס’האָט עס אָפּגעשאַצט דער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו: אויפֿן ערשטן אָרט — איראַן, אויפֿן צווייטן אָרט — איראַן און אויפֿן דריטן אָרט — ווידער איראַן. עס ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז נישט קיין קלענערע סכּנה רײַפֿט אויס דווקא אינעם לאַנד גופֿא; דאָס מאָל פֿון די אָרטיקע פֿונדאַמענטאַליסטן — פֿון די חרדים. ס’האָט זיך שוין אַפֿילו באַוויזן אויף די שפּאַלטן פֿון דער אָרטיקער פּרעסע אַ באַגריף — "חרדיזאַציע פֿונעם לאַנד", אויפֿן סמך פֿון איראַן. ווער געדענקט ניט דאָס מעשׂהלע וועגן דעם ייִד, וואָס איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די לאַפּעס פֿון אַ בער; אויף זײַן גוואַלד־געשריי, מע זאָל אים ראַטעווען, האָט ער באַקומען פֿון אַ צווייטן ייִד אַן עצה: "לאָז אים אָפּ, דעם בער!" — "ווער האַלט אים דען, — שרײַט, נעבעך, דער געליטענער, — ער לאָזט מיך נישט אָפּ!". אין רוסלאַנד זײַנען דורכגעגאַנגען וואַלן אינעם פּאַרלאַמענט־"דומאַ". דערלאָזט זײַנען געוואָרן צו די וואַלן 7 פּאַרטייען, אָבער נאָר 4 — האָבן גובֿר געווען די 7%, וואָס דערמעגלעכן זיי צו פֿאַרנעמען זייער צאָל ערטער אינעם פּאַרלאַמענט, דהײַנו: די הויפּט־פּאַרטיי "געאייניקטע ראָסיי" (49.3%), "קאָמוניסטישע פּאַרטיי" (19.2%), "גערעכטיקע ראָסיי" (13.25%) און די "ליבעראַל־דעמאָקראַטישע פּאַרטיי" (12%). ווי ברייט עס זאָל נישט פֿאַרשפּרייטן זיך די ציוויליזאַציע־נעץ איבער אונדזער פּלאַנעטע, און ווי הויך עס זאָלן נישט פֿליִען אין הימל די קאָסמאָס־שיפֿן, ווען עס קומט צו אויבערגלויבענישן פֿאַלט די מענטשהייט אַרײַן אינעם טיפֿסטן תּהום פֿון מיטל־עלטערלעכער פֿינצטערניש. בפֿרט, ווען עס גייט די רייד וועגן די בילבולים אויף ייִדן. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַקומען די ידיעה, אַז שמואל עצמון, דער גרינדער פֿונעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער אין ישׂראל, האָט פֿאַרלאָזט זײַן פּאָסטן, ווי דער פֿאַרוואַלטער (גענוי זע ז’ 9). אין אונדזער קליין ייִדיש וועלטל, ווען עס געשעט אַזאַ זאַך, קומען קיין גוטע געדאַנקען נישט אַרויף. "וואָס הייסט, אַליין אַוועקגעגאַנגען?! עפּעס איז דאָ נישט אַזוי!" און טאַקע, ביז אַהער האָט אין קיין איין ייִדישער אינסטיטוציע, דער "פֿאַרוואַלטער" נישט פֿאַרלאָזט זײַן שטעלע אַליין. אַזוי איז געווען אין "וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור", אַזוי איז געווען אינעם "שרײַבער־פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן", אַזוי איז געווען אין "בית שלום־עליכם", אַזוי איז געווען אין דער "אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש" און אַזוי האָבן זיך געשלאָסן באַקאַנטע ייִדישע פּובליקאַציעס, אין שפּיץ מיט "די גאָלדענע קייט". מיט קאַדאַפֿי האָט די וועלט פֿאַרענדיקט. דאָס הייסט נאָך אָבער נישט, אַז אין ליביע איז שטיל געוואָרן און דאָס לעבן האָט זיך דאָרט אײַנגעלאַדיעט. וואָס יאָ, פֿאַרגעסן האָט מען אויף אַ צײַט אין איראַן, מיט זײַן נוקלעאַרער פּראָגראַם. ווי זאָגט מען, מ’האָט געהיילט דעם קאָפּ, האָט געכאַפּט דער מאָגן. נאָך דעם באַריכט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַגענטור בײַ דער "יו־ען" פֿון אַטאָמישער ענערגיע, האָט דער מערבֿ זיך ווידער אויפֿגעכאַפּט און אָנגעשפּיצט דעם אויפֿמערק: "אוי־וויי, די אַיאַטאָלעס שטוקעווען טאַקע צונויף אַ נוקלעאַרע באָמבע!" ישׂראל, וואָס איז דאָס ערשטע לאַנד אויף צו ווערן פֿאַרניכטעט אין דער רשימה פֿון טעהעראַן, האָט ביז אַהער נישט געשוויגן און וועט אויך ווײַטער נישט שווײַגן. פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט לעצטנס דערקלערט אין זײַן אינטערוויו מיט דער CNN, אַז "איראַן איז דאָס איינציקע לאַנד אין דער וועלט, וואָס דראָט אָפֿן אומצוברענגען אַן אַנדער לאַנד". און נאָך: "ישׂראל איז אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער וועלט־משפּחה און וויל נישט נעמען אויף זיך דאָס אַחריות צו לייזן אַליין די איראַנישע פּראָבלעם. ירושלים דערוואַרט צו זען, וואָס די וועלט־פֿירער, וועלכע האַלטן אין איין צוזאָגן עפּעס צו טאָן ממשותדיקס קעגן איראַן, וועלן טאַקע עפּעס טאָן!" דער ישׂראל־פּרעזידענט האָט אויסגעדריקט די מיינונג פֿון זײַן לאַנד. וואָס זשע טראַכטן טאַקע די אַנדערע "מיטגלידער" פֿון דער "וועלט־משפּחה"? דעם 21סטן נאָוועמבער ווערט זעקס און צוואַנציק יאָר, זינט יונתן פּאָלאַרד, דער ישׂראל־אַגענט און אַמעריקאַנער בירגער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו אַ לעבנס־לאַנגן טערמין פֿאַר איבערגעבן געהיים־אינפֿאָרמאַציע פֿון אַמעריקע צו ישׂראל. פֿריִער און נאָך דעם האָט דער טערמין פֿאַר אַזאַ פֿאַרברעכן געהאַלטן צווישן 2 און 4 יאָר תּפֿיסה. לויט די אַמעריקאַנער געזעצן, באַטרעפֿט אַ מאַקסימאַלע שטראָף פֿאַר שפּיאָנירן נישט העכער פֿון 10 יאָר. פּאָלאַרד איז דער איינציקער אַמעריקאַנער, וועלכער האָט באַקומען אַזאַ הויכן טערמין אין די לעצטע אַריבער 50 יאָר. נאָך מער: צו זײַן אורטייל איז צוגעגעבן געוואָרן אַ ספּעציעלע רעקאָמענדאַציע — בשום אופֿן נישט צו פֿאַרקירצן דעם טערמין. פֿאַר וואָס זשע איז געקומען פּאָלאַרדן אַזאַ אויסשליסלעך־שטרענגע שטראָף, דערצו נאָך מיט אַ "ספּעציעלער רעקאָמענדאַציע"? ס’איז דאָך קלאָר, אַז באַשטראָפֿט האָט מען אים, אָבער געמיינט האָט מען יענע, וואָס זײַנען נאָך נישט געכאַפּט געוואָרן אויף איבערצוגעבן דעם שׂונא געהיימע אינפֿאָרמאַציע. צוריק גערעדט, איז דאָך ישׂראל ביז הײַנט געבליבן די נאָענטסטע אַליִיִרטע פֿון אַמעריקע אין מיטעלן מיזרח, און נישט איין מיליטערישער פּראָיעקט, איז בשותּפֿות געלייזט געוואָרן, און נישט איין געהיימע אינפֿאָרמאַציע איז געוואָרן צוטריטלעך צו די ביידע לענדער (זע זײַט 2). פֿאַר וואָס זשע איז דווקא פּאָלאַרד געפֿאַלן אַזאַ קרבן? אפֿשר טאַקע כּדי אָנצולערנען די "נאָענטסטע פֿרײַנד" נישט צו שטופּן זיך אין פֿאַרלשאָסענע טירן? און אפֿשר איז עס אַ רמז פֿאַר אַנדערע אַמעריקאַנער בירגער מיט אַ ייִדישן ייִחוס? ווי עס זאָל נישט זײַן, וועלן מיר צום אמתן אמת זיך נישט דערגרונטעווען. מעגלעך, אַז ס’איז נאָך אַ גרעסערער סוד, ווי יענע סודות וואָס פּאָלאַרד האָט איבערגעגעבן צו ישׂראל. |