די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר, דורך דער עלעקטראָנישער פּאָסט, באַקומען אַ בריוו פֿון קיִעוו, וואָס די וויכטיקייט פֿון דער טעמע, אויפֿגעהויבן דאָרט, האָט געבראַכט צום באַשלוס אָפּצודרוקן אייניקע אויסצוגן אין דעם הײַנטיקן לייט־אַרטיקל.
ס’איז באַקאַנט, אַז דײַטשלאַנד, שוין במשך פֿון צענדליקער יאָרן, צאָלט אויס רעפּאַראַציע־געלטער די געליטענע פֿונעם חורבן. די כּללים פֿון די אויסצאָלונגען בײַטן זיך פֿון צײַט צו צײַט און לעצטנס זײַנען זיי נאָך מילדער געוואָרן צו די מענטשן, וועלכע האָבן לויט די פֿריִערדיקע תּנאָים נישט געקאָנט באַקומען קיין פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון דײַטשלאַנד.
אָבער נישט וועגן דעם וועלן מיר הײַנט רעדן. אונדזער לייענערין רירט אָן גאָר אַן אַנדער אַספּעקט פֿון דער טעטיקייט, וואָס דײַטשלאַנד פֿירט הײַנט אויפֿן שטח פֿון אוקראַיִנע. און עס וואָלט זי אפֿשר דער פֿאַקט נישט אַזוי פֿאַרדריסט, ווען די דאָזיקע טעטיקייט וואָלט נישט געפֿירט געוואָרן, פֿאַרשטעלנדיק זיך מיטן "שילד" פֿון ייִדישן חורבן.
און ווײַטער ברענגען מיר שוין דעם בריוו גופֿא: "הײַנט איז די ערד פֿון אוקראַיִנע פֿאַרפֿלייצט געוואָרן מיט אָנדענק־צייכנס לזכּרון די ‘קרבנות פֿון ווערמאַכט’; אַנדערש געזאָגט, די אומגעקומענע דײַטשישע סאָלדאַטן אין אוקראַיִנע. די דאָזיקע מעמאָריאַלן פֿאַרנעמען ריזיקע שטחים אין פֿאַרשידענע ערטער פֿונעם לאַנד. אַ סך פֿון זיי זײַנען אויפֿגעשטעלט געוואָרן אויף אַן אומגעזעצלעכן אופֿן, אָן שום אָפֿיציעלע דערלויבענישן, אָדער מיט ערנסטע געזעץ־שטערונגען.
"די דאָזיקע אָנדענק־קאָמפּלעקסן ווערן צומאָל אויפֿגעשטעלט גראָד אויף די זעלבע ערטער, וווּ עס פֿלעגן פֿאָרקומען מאַסן־פֿאַרניכטונגען פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, אַנדערע בירגער, ווי אויך געפֿאַנגענע מיליטער־לײַט פֿון דער רויטער אַרמיי און פּאַרטיזאַנען. לויטן אורטייל פֿונעם נירנבערגער טריבונאַל קאָנען די דײַטשן בשום אופֿן נישט זײַן קיין קרבנות אין אוקראַיִנע, ווײַל קרבנות זײַנען געוואָרן די מענטשן, וועלכע די דײַטשן האָבן דאָרט אומגעבראַכט און פֿאַרפּײַניקט. זיי קאָנען זײַן נאָר מערדער, וועלכע האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין אַ פֿרעמד לאַנד מיט געווער אין די הענט, און זייער ציל איז געווען — טויט!
"פֿון דעסטוועגן, ווערן אַזעלכע דענקמעלער אויפֿגעשטעלט און אין שפּיץ פֿון דער "פֿאַראייביקייט“ שטייט דער דײַטשישער פּרעזידענט גופֿא.
"נאָך מער: פֿון דײַטשלאַנד ווערן געבראַכט טויזנטער שילער אָפּצוגעבן כּבֿוד זייערע ׳נאַציאָנאַלע געפֿאַלענע העלדן׳. די דײַטשישע קינדער קומען אין אַן אומבאַקאַנט לאַנד, וווּ אַלץ איז פֿאַר זיי פֿרעמד; און נאָר די צלמים אויף די קבֿרים, אַקוראַט אײַנגעאָרדנט, ווי דאָרט בײַ זיי אין דער היים, פֿאַרבינדן זייער הײַנט מיטן היסטאָרישן נעכטן פֿון דײַטשלאַנד, וווּ ס’האָבן געוווינט און העלדיש געקעמפֿט זייערע זיידעס. דאָ ליגן זיי באַגראָבן, אין דער פֿרעמדער ערד פֿון זייערע פֿײַנט. אויף דעם ווערט פֿאָרמירט דער וועלטבאַנעם פֿון די הײַנטיקע דײַטשישע קינדער?!
"אין דער זעלבער צײַט קאָן מען געפֿינען געציילטע דענקמעלער לזכּרון די דערמאָרדעטע ייִדן. אַדרבה, דער מאָנומענט אין באַרדיטשעוו, אין אָנדענקט פֿון די ׳קרבנות פֿון ווערמאַכט׳, איז אויפֿגעשטעלט גלײַך אויפֿן אָרט פֿון די ברידער־קבֿרים, וווּ עס ליגן באַגראָבן טויזנטער דערשאָסענע ייִדן און סאָוועטישע אָפֿיצירן.
"פֿאַר וואָס זשע ווערט אַזאַ פֿאַקט פֿאַרשוויגן? פֿאַר וואָס שווײַגן און מאַכן זיך נישט וויסנדיק די מלוכישע אינסטאַנצן און די ייִדישע אינסטיטוציעס אין אוקראַיִנע? דער ענטפֿער איז אַ פּשוטער: די דײַטשישע רעגירונג־לײַט האָבן אַלץ גוט אַרומגעטראַכט. זיי זײַנען זיכער, אַז די אוקראַיִנישע רעגירונג, וואָס שטרעבט צו ווערן אַ מיטגליד פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, וועט נישט וועלן ‘פֿאַרטשעפּען דײַטשלאַנד׳ צוליב אַלטע קבֿרים. דערצו זעט עס אויס נישט מענטשלעך צו פֿירן חשבונות מיט טויטע און מיט צלמים!
"די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס ווידער: די דײַטשישע רעגירונג גיט דאָך אויס גרויסע געלטער אויסצוהאַלטן די חורבן־געליטענע; פֿון דעם ׳שטרודל׳ כאַפּן זיי אויך אָפּ אַ געשמאַק שטיקל.
"בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון אוקראַיִנע זײַנען דאָ אומגעבראַכט געוואָרן אָנדערהאַלבן מיליאָן ייִדן. די אמתע קרבנות קאָנען שוין גאָרנישט זאָגן. זיי ליגן טיף אין דער ערד און איבער זיי שטייען דײַטשישע צלמים פֿון די ׳קרבנות פֿון ווערמאַכט׳".
אונטערגעשריבן האָט דעם בריוו עלעאָנאָראַ גרויסמאַן, וואָס שטייט אין שפּיץ פֿון דער "אַל־אוקראַיִנישער געזעלשאַפֿטלעכער און אומאָפּהענגיקער פֿרויען־אָרגאַניזאַציע“.
ווי קען מען פֿאַרשטיין די ביטערע טענות פֿון דער פֿרוי: ווי אַ געשריי פֿון אַ באַעוולטער נשמה, צי ווי אַן אומבאַהאָלפֿענער זיפֿץ, פֿול מיט צער און ווייטיק?