‫פֿון רעדאַקציע

אין רוסלאַנד זײַנען דורכגעגאַנגען וואַלן אינעם פּאַרלאַמענט־"דומאַ". דערלאָזט זײַנען געוואָרן צו די וואַלן 7 פּאַרטייען, אָבער נאָר 4 — האָבן גובֿר געווען די 7%, וואָס דערמעגלעכן זיי צו פֿאַרנעמען זייער צאָל ערטער אינעם פּאַרלאַמענט, דהײַנו: די הויפּט־פּאַרטיי "געאייניקטע ראָסיי" (49.3%), "קאָמוניסטישע פּאַרטיי" (19.2%), "גערעכטיקע ראָסיי" (13.25%) און די "ליבעראַל־דעמאָקראַטישע פּאַרטיי" (12%).
אייגנטלעך, האָט אין דעם זין קיינער קיין סורפּריז נישט דערוואַרט; די פֿיר פּאַרטייען, וואָס זײַנען געווען אין דעם פֿריִערדיקן פּאַרלאַמענט, וועלן אויך ממשיך זײַן זייער געזעצגעבערישע אַרבעט ווײַטער. דער סורפּריז באַשטייט אין דעם, וואָס די הויפּט־פּאַרטיי "געאייניקטע ראָסיי", אין שפּיץ מיט וולאַדימיר פּוטין, זײַנען זיכער געווען, אַז זיי וועלן נישט פּשוט געווינען די וואַלן, נאָר געווינען זיי מיט אַ וואָגיקער מערהייט און פֿאַרבלײַבן די איינציקע באַלעבאַטים אין דער "דומאַ".
צוליב דעם טאַקע, וואָס די "פּלאַנירטע אָפּעראַציע" איז דורכגעפֿאַלן, נישט געקוקט אַפֿילו אויף די שטערונגען פֿאַר די וואַלן און די פֿאַלסיפֿיקאַציעס בעת די וואַלן, האָט דער איצטיקער מאַכט־דועט "מעדוועדיעוו־פּוטין" אויסגעזען אויף זייער ערשטער עפֿנטלעכער טרעפֿונג נאָך די וואַלן צעמישט. דער פּרעזידענט מעדוועדיעוו האָט גערעדט, ווי ער וואָלט זיך פֿאַרענטפֿערט: די וואַלן, לויט זײַן מיינונג, זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אָרנטלעך און דעמאָקראַטיש; די פּאַרטיי "געאייניקטע ראָסיי" האָט פֿאַרדינט דאָס וואָס זי האָט, נישט ווייניקער און נישט מערער; "דערפֿאַר זײַנען טאַקע די וואַלן אָרנטלעכע, גערעכטיקע און דעמאָקראַטישע".
די אָפּאָזיציע אָבער און די קאָמוניסטן זײַנען מיט אַזאַ אָפּשאַצונג פֿונעם פּרעזידענט נישט מסכּים. זיי טענהן, אַז די וואַלן זײַנען פֿאַלסיפֿיצירט געוואָרן, און האָבן זיך געוואָנדן נאָך יושר צום געריכט. די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי "סאָלידאַריטעט", צוזאַמען מיט אַנדערע אָפּאָזיציאָנעלע פּאַרטייען האָבן ווי אַ פּראָטעסט, דורכגעפֿירט אַ ריזיקע דעמאָנסטראַציע אין מאָסקווע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט אַן ערך צען טויזנט מענטשן. די אַלגעמיינע פּאָזיציע פֿון די רעדעס איז געווען, אַז די פֿירער פֿון "געאייניקטער פּאַרטיי" זײַנען "אַ באַנדע זשוליקעס און גנבֿים" און די וואַלן גופֿא — "די שמוציקסטע וואַלן אין די לעצטע 20 יאָר פֿון דעם נײַעם רוסלאַנד".
נישט קיין חידוש, אַז 300 מענטשן (און צווישן זיי אויך דער פֿירער פֿון "סאָלידאַרנאָסט", באָריס נעמצאָוו) האָט די פּאָליציי אַרעסטירט.
דער לעצטער פּרעזידענט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו, האָט נאָך די וואַלן געזאָגט אויף דעם פּאָפּולערן ראַדיאָ־קאַנאַל "עכאָ מאָסקווי" (מאָסקווער עכאָ) בזה־הלשון: "מיר וועלן אַרײַנפֿאַלן אין אַ שווערן מצבֿ. מיר מוזן ענדערן די פּאָליטישע סיסטעם, פּאָליטישע אָרדענונג. מיר מוזן די גאַנצע דעמאָקראַטישע סיסטעם ברענגען צו אַזאַ צושטאַנד, אַז זי זאָל העלפֿן אונדזער פֿאָלק זיך באַטייליקן בײַם אָננעמען באַשלוסן. דאָס פֿאָלק דאַרף וויסן צוליב וואָס זיך מקריבֿ צו זײַן. מע דאַרף דאָס אַלץ זאָגן גלײַך און אָפֿן."
דער באַקאַנטער און פּאָפּולערער רוסישער שרײַבער, באָריס אַקונין, האָט זיך אַרויסגעזאָגט נאָך שאַרפֿער, אָן דיפּלאָמאַטישע דריידלעך: "דער גרעסטער צירק שטייט אונדז נאָך פֿאָר. איצט וועט אויף דער אַוואַנסצענע אַרויסגיין דער קאַנדידאַט צו פֿאַרנעמען די שטעלע פֿון אַן אייביקן פּרעזידענט. און די פֿוילע פּאָמידאָרן וועלן שוין פֿליִען נישט אין דער בוטאַפֿאָרישער פּאַרטיי [געמיינט, "געאייניקטע ראָסיי" — רעד.], נאָר אין איר פֿירער... מע דאַרף נישט זײַן קיין נאָסטראַדאַמוס פֿאָרויסצוזאָגן, אַז גאָר אין גיכן וועט זיך שאַפֿן אַ מצבֿ, ווען "אונטן" וועט מען שוין מער אַזוי נישט קאָנען לעבן, און "אויבן" וועלן זיך אַלע דעמאָראַליזירן, דערצו וועט זיך פֿאַרענדיקט דאָס געלט".
אין רוסלאַנד קומען ווידער קאַלעמוטנע צײַטן. ווי אַ סימן דערצו, האָט זיך אַ הייב געטאָן די סטאַטיסטיק פֿון עמיגראַציע. די וואָס האָבן אַ קאָפּ און גוטע געהירן זוכן אַ וועג זיך אײַנצואָרדענען אין אויסלאַנד. און די וואָס האָבן גרויסע קאַפּיטאַלן פֿאַרלאָזן די אײַנגעזעסענע ווילעס אונטער מאָסקווע און פֿאָרן כּלומרשט אויף קאַניקולן אין אייראָפּע, וווּ מע בלײַבט שוין ביז די "גוטע צײַטן".
טראָגט זיך ווידער אויף די רחבֿותן פֿון רוסלאַנד דער אַלטער זאָג: "גוטע צײַטן זײַנען שוין געווען, הלוואַי זאָלן קומען בעסערע!"