‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די אַמעריקאַנער פּרעסע ווידער דערמאָנט דעם נאָמען ראַול וואַלענבערג. אונדזערן לייענער דאַרף מען ספּעציעל נישט דערציילן, ווער וואַלענבערג איז געווען, און וועגן זײַן העלדישער רעטונגס־אַקציע פֿון די אונגערישע ייִדן אין 1944. אַ דאַנק זײַן אַרבעט, ווי דער ערשטער סעקרעטאַר בײַ דער שוועדישער אַמבאַסאַדע אין בודאַפּעשט, און זײַנע "שוץ־פּאַספּאָרטן", זײַנען געבליבן לעבן אַרום 100 טויזנט מענטשן.
די שפּורן פֿון וואַלענבערגן ווערן פֿאַרלוירן באַלד נאָך דעם ווי אין בודאַפּעשט זײַנען אַרײַן די סאָוועטישע טאַנקן אין פֿעברואַר 1945. די אַלע באַמיִונגען אויסצוקלאָרן זײַן גורל האָבן זיך אָנגעשטויסן אין סתּירותדיקע ידיעות, בתוכם, דער מעלדונג, אַז ראַול וואַלענבערג איז דערשאָסן געוואָרן אין דער מאָסקווער לוביאַנקער תּפֿיסה (קאַגעבע) אין יוני 1947.
די פֿאַרשידענע אויספֿאָרש־קאָמיסיעס און פֿאָדערונגען פֿון דער שוועדישער רעגירונג, דערלאַנגט סײַ אין דער צײַט פֿון גאָרבאַטשאָווס "פּערעסטראָיקע" און סײַ שוין נאָכן קראַך פֿונעם סאָוועטישן רעזשים, האָבן קלאָרער דעם ענין נישט געמאַכט. סײַדן אין 1989 האָבן וואַלענבערגס קרובֿים באַקומען זײַנע פּערזענלעכע חפֿצים, אַרײַנגערעכנט זײַן דיפּלאָמאַטישן פּאַספּאָרט; און דאָס האָט געשאַפֿן אַ נײַע השערה, אַז ער איז נישט דערשאָסן אָדער געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק (נאָך איין ווערסיע); און אַז מ’האָט אים אַפֿילו געזען אין פֿאַרשידענע יאָרן אין די לאַגערן פֿון "גולאַג" און פּסיכיאַטרישע שפּיטעלער.
און אָט האָבן די אַמעריקאַנער אויספֿאָרשער געפֿונען אַרכיוו־מאַטעריאַלן, וועלכע זאָגן עדות, אַז די סאָוועטישע זיכערהייט־אָרגאַנען האָבן זיך דירעקט אַרײַנגעמישט אין דער אויספֿאָרשונג פֿון דער ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער קאָמיסיע, און געטאָן אַלץ, כּדי צו שטערן איר אַרבעט. לויט די דאָקומענטן, געפֿונען אין די אַרכיוון פֿונעם שוועדישן אויסערן־מיניסטעריום, האָט דער דירעקטאָר פֿונעם ספּעציעלן אָפּטייל בײַ דער מאָסקווער "קאַגעבע", אַנאַטאָלי פּראָקאָפּענקאָ, מיטגעטיילט די שוועדישע דיפּלאָמאַטן, אַז די סאָוועטישע זיכערהייט־אָרגאַנען האָבן אים פֿאַרווערט אַרויסצוגעבן וואָסער ניט איז דאָקומענטן, פֿאַרבונדן מיט וואַלענבערגן.
וואָס זשע שטעקט אין דעם פֿאַרווער אויסצוקלאָרן דעם גורל פֿון ראַול וואַלענבערג? מיט וואָס האָט ער זיך אַזוי פֿאַרזינדיקט, אַז אַפֿילו נאָך זײַן טויט, ווען עס זאָל נישט געווען געשען — אין 1947 אָדער שפּעטער — זאָלן זיך נישט קאָנען דערגרונטעווען צום אמת פֿון זײַן לעבן און טויט נאָך זײַן פֿאַרשוווּנדן ווערן פֿון בודאַפּעשט? אפֿשר טאַקע האָט אים סטאַלין און זײַנע תּלינים נישט געקאָנט מוחל זײַן דאָס ראַטעווען 100 טויזנט ייִדן?!
אין יאָר 2009 האָט די כּנסת־דעפּוטאַטין פֿון דער פּאַרטיי "קדימה", מאַרינאַ סאָלאָדקינאַ איבערגעגעבן דעם פּרעמיער בנימין נתניהו און דעם אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן אַ נײַע אינפֿאָרמאַציע, באַקומען פֿון "קאָמפּעטענטע קוואַלן" אין רוסלאַנד וועגן דעם גורל פֿון ראַול וואַלענבערג. אָט וואָס עס ווערט דאָרט געשריבן:
"אין די 1990ער יאָרן האָט די רוסישע רעגירונג געשאַפֿן אַ ספּעציעלע קאָמיסיע אויסצוקלאָרן דעם גורל פֿון ראַול וואַלענבערג. די מיטגלידער פֿון דער קאָמיסיע האָבן באַקומען אַ דערלויבעניש צוצוקומען צו די געהיים־דאָקומענטן, וואָס זייער ווייניק מענטשן האָבן וועגן זיי געוווּסט. ווי ס’האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָט סטאַלין, אין דער צווייטער העלפֿט 1940ער יאָרן געמאַכט אַ פּרוּוו אויסצוטוישן ראַול וואַלענבערג אויף 9 סאָוועטישע בירגער — אַכט סאָלדאַטן־דעזערטירן און אַ פֿרוי, אַ דאָקטערין — וועלכע זײַנען אַנטלאָפֿן אויף מערבֿ. די דעמאָלטיקע שוועדישע רעגירונג האָט נישט פֿאַרשטאַנען דעם פֿאָרשלאָג פֿון מאָסקווע; ווי קאָן געמאַכט ווערן אַן אויסטויש פֿון אַ דיפּלאָמאַט, אַן אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿון זײַן לאַנד, וועלכער איז בגוואַלד אַרעסטירט געוואָרן אויף אַן אומגעזעצלעכן אופֿן, אויף 9 סאָוועטישע בירגער, וועלכע זײַנען אַנטלאָפֿן פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד לויט זייער אייגענעם ווילן?! און זיי האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון דעם פֿאָרשלאָג.
סטאַלין האָט דעם אָפּזאָג פֿאַרטײַטשט אויף זײַן אייגענעם אופֿן: אויב ראַול וואַלענבערג שטעלט מיט זיך נישט פֿאָר קיין שום אינטערעס נישט פֿאַר דער שוועדישער רעגירונג און נישט פֿאַרן מערבֿ בכלל, קאָן ער, סטאַלין, טאָן מיט אים וואָס ער וויל."
און די דעפּוטאַטין סאָלאָדקינאַ מאַכט איר אויספֿיר: "דערפֿאַר האָבן אַלע ווײַטערדיקע באַמיִונגען פֿון שוועדן, די רעגירונגען פֿון אַנדערע מערבֿדיקע לענדער און וואַלענבערגס פֿאַמיליע זיך צו דערוויסן עפּעס וועגן זײַן גורל, געבראַכט צו גאָרנישט."
ס’וואָלט געווען נאַיִוו צו טראַכטן, אַז סטאַלין האָט זיך געוואָנדן מיט אַן אויסטויש־פֿאָרשלאָג צו דער שוועדישער רעגירונג. אין יענער צײַט זײַנען געווען הונדערטער, אויב נישט טויזנטער דעזערטיר־פֿאַלן. וווּ וואָלט ער גענומען אַזוי פֿיל "דיפּלאָמאַטן" אויסצוטוישן זיי אויף פּשוטע סאָלדאַטן? ווי ער אַליין האָט געזאָגט: קיין סאָלדאַט טוישט מען נישט אויס אויף גענעראַלן.