‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַקומען די ידיעה, אַז שמואל עצמון, דער גרינדער פֿונעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער אין ישׂראל, האָט פֿאַרלאָזט זײַן פּאָסטן, ווי דער פֿאַרוואַלטער (גענוי זע ז’ 9). אין אונדזער קליין ייִדיש וועלטל, ווען עס געשעט אַזאַ זאַך, קומען קיין גוטע געדאַנקען נישט אַרויף. "וואָס הייסט, אַליין אַוועקגעגאַנגען?! עפּעס איז דאָ נישט אַזוי!"

און טאַקע, ביז אַהער האָט אין קיין איין ייִדישער אינסטיטוציע, דער "פֿאַרוואַלטער" נישט פֿאַרלאָזט זײַן שטעלע אַליין. אַזוי איז געווען אין "וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור", אַזוי איז געווען אינעם "שרײַבער־פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן", אַזוי איז געווען אין "בית שלום־עליכם", אַזוי איז געווען אין דער "אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש" און אַזוי האָבן זיך געשלאָסן באַקאַנטע ייִדישע פּובליקאַציעס, אין שפּיץ מיט "די גאָלדענע קייט".

דאָס אַלץ איז אַזוי געשען, נישט ווײַל ס’איז ניט געווען ווער עס זאָל איבערנעמען די פֿירערשאַפֿט פֿון די דערמאָנטע אינסטיטוציעס; בעלנים זײַנען שטענדיק געווען, הגם נישט יעדער האָט עס פֿאַרדינט; די סיבה שטעקט אויף דער אויבערפֿלאַך — כּמעט יעדער "פֿירער" האָט געוואָלט זײַן דער לעצטער און נאָך זיך, "פֿאַרשליסן דאָס קלייטל"; און דעם שליסל, ווי יענער קיסר, אַרײַנוואָרפֿן אין ים.

דאַנקען גאָט, נישט אַלע ייִדישע אינסטיטוציעס אין ישׂראל האָבן געקראָגן אַ טייטלעכן סוף. זיי גייען אַקטיוו אָן ווײַטער מיט זייער טעטיקייט, און אויף די שפּאַלטן פֿון "פֿאָרווערטס" באַמיִען מיר זיך צו דערציילן וועגן זייערע אונטערנעמונגען. אַקעגן וואָס זשע האָבן מיר עס דערמאָנט הײַנט? עמעצער האָט געזאָגט, אַז פֿון ספּאָרט און פֿון קונסט דאַרף מען אַוועקגיין צו דער צײַט.

דער תּל־אָבֿיבֿער "ייִדישפּיל"־טעאַטער איז די לעצטע 10 יאָר געווען אַ בכּבֿודיקער שותּף מיטן "פֿאָרווערטס" אויפֿן ייִדישן קולטור־פֿעלד. נאָך מער: שמואל עצמון און די אַקטיאָרן פֿונעם טעאַטער, ווי עכטע גאַסטגעבער, האָבן האַרציק אויפֿגענומען און זיך באַטייליקט אין אַלע אונדזערע דאָרטיקע פּראָיעקטן. און דער "פֿאָרווערטס", פֿון זײַן זײַט, האָט נישט איין מאָל דערלאַנגט בײַ זיך, אין ניו־יאָרק, אַ ברייטן קבלת־פּנים די אַקטיאָרן פֿונעם טעאַטער, בראָש מיט שמואל עצמון.

אונדזערע קאָרעספּאָנדענטן אין ישׂראל האָבן זיך תּמיד אָפּגערופֿן אויף אַ נײַער פֿאָרשטעלונג פֿונעם טעאַטער; מיר האָבן אויך כּסדר געדרוקט שאַפֿערישע פּאָרטרעטן פֿון די "ייִדישפּיל־סטאַרס" — פֿון עלטערן און ייִנגערן דור.

מיר האָבן בײַם אָנהייב אָנגעשריבן, אַז שמואל עצמון האָט "פֿאַרלאָזט" זײַן פּאָסטן; אָבער ריכטיקער און פּינקטלעכער וואָלט געווען צו זאָגן — "אָפּגעטראָטן" דאָס אָרט... דאָס הייסט, נישט אַרויסגעוואָרפֿן דעם "שליסל", נאָר אים איבערגעגעבן אין ייִנגערע הענט.

איר געדענקט אַוודאי דאָס ווערטל: ווויל איז דעם קיסר, וואָס ווערט באַגליקט אויף דער עלטער. שמואל עצמון איז באַגליקט געוואָרן נישט נאָר צו שאַפֿן אַ ייִדישן טעאַטער אין אַ לאַנד, וווּ ייִדיש איז אַרויסגעשטעלט געוואָרן אויף חוזק; ער האָט דערהויבן די טעאַטראַלע קולטור פֿון ייִדיש צו אַ געזעלשאַפֿטלעכער אָנערקענונג. אויף דער בינע פֿון "ייִדישפּיל" זײַנען נישט נאָר אויפֿגעפֿירט געוואָרן קלאַסישע פּיעסעס; ער האָט געשאַפֿן אַ נײַעם ייִדישן טעאַטער־רעפּערטואַר, און נישט ווייניק דראַמאַטורגן און אַקטיאָרן פֿון דער העברעיִשער בינע האָבן געהאַלטן פֿאַר אַ כּבֿוד זיך צו באַטייליקן אין דער אַרבעט פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער.

צווישן אַזעלכע "פֿאַרבעטענע פֿון דער זײַט" איז אויך דער נײַער פֿאַרוואַלטער, אַ פּאָפּולערער אַקטיאָר און זינגער שׂשׂי קשת. דער "פֿאָרווערטס" באַגריסט אים און האָפֿט, אַז דער "שליסל" פֿון דער ייִדישער בינע אין ישׂראל איז אַרײַנגעפֿאַלן אין זיכערע הענט.

מיר דערוואַרטן אויך, אַז איצט, ווען שמואל עצמון, איז געוואָרן אַ ביסל פֿרײַער פֿון זײַן אַדמיניסטראַטיווער אַרבעט, וועט אויך דער "פֿאָרווערטס"־לייענער אָפּלעקן דערפֿון אַ ביינדל; דהײַנו: פֿיל מעשׂיות האָבן זיך בײַ אים אָנגעזאַמלט במשך פֿון די צענדליקער יאָרן אין דער וועלט פֿון ישׂראל־טעאַטער — סײַ דעם העברעיִשן און סײַ דעם ייִדישן. מיר קוקן אויף דעם מין מעשׂיות אַרויס, שמואליק!