דעם 21סטן נאָוועמבער ווערט זעקס און צוואַנציק יאָר, זינט יונתן פּאָלאַרד, דער ישׂראל־אַגענט און אַמעריקאַנער בירגער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו אַ לעבנס־לאַנגן טערמין פֿאַר איבערגעבן געהיים־אינפֿאָרמאַציע פֿון אַמעריקע צו ישׂראל. פֿריִער און נאָך דעם האָט דער טערמין פֿאַר אַזאַ פֿאַרברעכן געהאַלטן צווישן 2 און 4 יאָר תּפֿיסה. לויט די אַמעריקאַנער געזעצן, באַטרעפֿט אַ מאַקסימאַלע שטראָף פֿאַר שפּיאָנירן נישט העכער פֿון 10 יאָר. פּאָלאַרד איז דער איינציקער אַמעריקאַנער, וועלכער האָט באַקומען אַזאַ הויכן טערמין אין די לעצטע אַריבער 50 יאָר. נאָך מער: צו זײַן אורטייל איז צוגעגעבן געוואָרן אַ ספּעציעלע רעקאָמענדאַציע — בשום אופֿן נישט צו פֿאַרקירצן דעם טערמין.
פֿאַר וואָס זשע איז געקומען פּאָלאַרדן אַזאַ אויסשליסלעך־שטרענגע שטראָף, דערצו נאָך מיט אַ "ספּעציעלער רעקאָמענדאַציע"? ס’איז דאָך קלאָר, אַז באַשטראָפֿט האָט מען אים, אָבער געמיינט האָט מען יענע, וואָס זײַנען נאָך נישט געכאַפּט געוואָרן אויף איבערצוגעבן דעם שׂונא געהיימע אינפֿאָרמאַציע.
צוריק גערעדט, איז דאָך ישׂראל ביז הײַנט געבליבן די נאָענטסטע אַליִיִרטע פֿון אַמעריקע אין מיטעלן מיזרח, און נישט איין מיליטערישער פּראָיעקט, איז בשותּפֿות געלייזט געוואָרן, און נישט איין געהיימע אינפֿאָרמאַציע איז געוואָרן צוטריטלעך צו די ביידע לענדער (זע זײַט 2). פֿאַר וואָס זשע איז דווקא פּאָלאַרד געפֿאַלן אַזאַ קרבן? אפֿשר טאַקע כּדי אָנצולערנען די "נאָענטסטע פֿרײַנד" נישט צו שטופּן זיך אין פֿאַרלשאָסענע טירן? און אפֿשר איז עס אַ רמז פֿאַר אַנדערע אַמעריקאַנער בירגער מיט אַ ייִדישן ייִחוס? ווי עס זאָל נישט זײַן, וועלן מיר צום אמתן אמת זיך נישט דערגרונטעווען. מעגלעך, אַז ס’איז נאָך אַ גרעסערער סוד, ווי יענע סודות וואָס פּאָלאַרד האָט איבערגעגעבן צו ישׂראל.
ווי עס זאָל נישט זײַן, האָבן 18 געוועזענע סענאַטאָרן פֿון ביידע פּאַרטייען געשיקט צום פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ אַ בריוו, וווּ זיי פֿאָדערן, אַז דער פּרעזידענט זאָל אויסנוצן זײַן פּריווילעגיע און פֿאַרקירצן דעם תּפֿיסה־טערמין פֿון יונתן פּאָלאַרד ביז 26 יאָר. אַנדערש געזאָגט, אַרויסלאָזן אים אויף דער פֿרײַ.
ס’איז שוין נישט דער ערשטער פֿאַל, ווען אַ גרופּע סענאַטאָרן פֿאַראייניקן זיך צוליב דעם צוועק. אָבער ביז אַהער האָט קיין איין אַמעריקאַנער פּרעזידענט נישט אַרויסגעוויזן זײַן ברייטהאַרציקייט צום ישׂראל־אַגענט.
מיר וועלן דאָ נישט אָנרופֿן קיין נעמען, אָבער צווישן די איצטיקע שתּדלנים זײַנען אויך דאָ אַזעלכע, וואָס זײַנען פֿריִער, בײַם פֿאַרנעמען הויכע פּאָסטנס, געווען קעגן אַזאַ באַפֿרײַונג. פֿון דעסטוועגן, האָבן זיי איצט געביטן זייער צוגאַנג צום פּאָלאַרד־ענין.
אינעם בריוו ווערט געזאָגט: "מיר באַרעכטיקן נישט קיין שפּיאָנאַזש און פֿאַרמינערן נישט די ערנסטקייט פֿון פּאָלאַרדס פֿאַרברעכן. ס’איז אָבער אויך קלאָר, אַז דער אורטייל איז אַ צו האַרבער, אַן איבערגעטריבענער און (ווי עס באַטאָנען עטלעכע פֿעדעראַלע ריכטער) שטעלט ער מיט זיך פֿאָר אַן אומדערלאָזלעכן ברעכן פֿון רעכט־טעטיקייט."
עס ווערט אויך אַרויסגעבראַכט אין דער ווענדונג, אַז נאָך 26 יאָר פֿון זײַן פֿאַרשפּאַרטקייט אין תּפֿיסה, איז דאָס געזונט בײַ פּאָלאַרדן אונטערגעריסן. ער האָט אויך, שוין נישט איין מאָל, חרטה געקראָגן און באַדויערט איבער זײַנע מעשׂים.
צו באַפֿרײַען פּאָלאַרדן רופֿט דער געוועזענער דירעקטאָר פֿון דער צענטראַלער אויסשפּיר־אַגענטור (CIA) דזשיינס וווּלסי און דער געוועזענער יורידישער קאָנסולטאַנט פֿונעם "ווײַסן הויז" בערנאַרד נוסבאַום; דער געוועזענער גענעראַל־פּראָקוראָר פֿיליפּ היימאַן, וואָס איז גוט באַקאַנט מיט פּאָלאַרדס ענין, אײַנגעשלאָסן די געהיימע אינפֿאָרמאַציע און אַנדערע פּרטים פֿון דעם פּראָצעס.
בלײַבט נאָר צו וואַרטן, וואָס עס וועלן זאָגן די איצטיקע מאַכטהאָבער, אין שפּיץ מיט פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. בײַ אַ פּאָזיטיוון ענטפֿער וועט ער זיכער טרעפֿן אַן אָפּקלאַנג אין די הערצער פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט.