ווער געדענקט ניט דאָס מעשׂהלע וועגן דעם ייִד, וואָס איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די לאַפּעס פֿון אַ בער; אויף זײַן גוואַלד־געשריי, מע זאָל אים ראַטעווען, האָט ער באַקומען פֿון אַ צווייטן ייִד אַן עצה: "לאָז אים אָפּ, דעם בער!" — "ווער האַלט אים דען, — שרײַט, נעבעך, דער געליטענער, — ער לאָזט מיך נישט אָפּ!".
אַנטקעגן וואָס האָבן מיר זיך דערמאָנט אין דער אַלטער געשיכטע? אין נאָוועמבער האָט אַ פּאָפּולערער טעלעוויזיע־קאַנאַל TLC (לערן־קאַנאַל) אָנגעהויבן ווײַזן אַ פּראָגראַם, אָדער ווי מע רופֿט עס הײַנט "רעאַליטי־שאָו" אויף דער טעמע "All-American Muslim" (די עכט־אַמעריקאַנער מוסולמענער). איז פֿאַרוואָס טאַקע נישט? מוסולמענער, בירגער פֿון אַמעריקע, זײַנען גאָר נישט קיין נײַע דערשײַנונג. אַן אַנדער זאַך, אַז נאָך דער טראַגעדיע פֿון 11טן סעפּטעמבער 2001 און נאָך די פֿילצאָליקע בלוטיקע טעראָריסטישע אַטאַקן — סײַ אין לאַנד און סײַ אין אויסלאַנד — דורכגעפֿירט פֿון די מוסולמענער, בתוכם בירגער פֿון אַמעריקע, איז דער צוטרוי צו זיי ווײַט פֿון ברייטהאַרציקייט.
די פֿירערשאַפֿט פֿון דעם דאָזיקן טעלעוויזיע־קאַנאַל האָט זיך אונטערגענומען צו דערציילן דווקא וועגן דעם לעבן פֿון פֿינף עכט־מוסולמענישע און עכט־אַמעריקאַנער פֿאַמיליעס, וואָס וווינען לעבן דעטרויט. אַזעלכע פּראָגראַמען וועגן פֿאַרשידענע עטנישע, אָדער רעליגיעזע אימיגראַנטישע גרופּעס אין אַמעריקע, זײַנען פֿאַרשפּרייט אויף דער טעלעוויזיע. אַזוי, למשל, האָט מען מיט אַ קורצער צײַט צוריק אָנגעהויבן אויך אַ מין "רעאַליטי־שאָו" וועגן דעם לעבן פֿון די "רוסישע אימיגראַנטן" פֿון ברײַטאָן ביטש אין ברוקלין. אמת, צוליב די פּראָטעסטן פֿון די "רוסישע צוקוקערס" האָט מען די פּראָגראַם גיך געשלאָסן; צו פֿאַרקריפּלט, מיט אַלע נעגאַטיווע סטערעאָטיפּן איז געוויזן געוואָרן די דאָזיקע פּראָגראַם.
דאָס מאָל האָט אויסגעבראָכן אַן אַנדער מין סקאַנדאַל. דהײַנו: זיבן קלייטן פֿון דעם באַקאַנטן אַמעריקאַנער געשעפֿט Lowe’s האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו געבן זייער רעקלאַמע בעת דער פּראָגראַם וועגן די מוסולמענער, בירגער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אָבער נישט נאָר זיי. בסך־הכּל 65 פֿון 67 גרעסטע אַמעריקאַנער האַנדל־קאָמפּאַניעס האָבן צוריקגעצויגן זייערע רעקלאַמעס, וועלכע האָבן געדאַרפֿט געוויזן ווערן אין גאַנג פֿון All-American Muslim. וואָס זשע איז געשען?
לאָזט זיך אויס, אַז מיט אַן אָנקלאָגע אויף דעם טעלעוויזיע־קאַנאַל TLC, האָט זיך געוואָנדן די "פֿאַמיליע־אַסאָציאַציע פֿון פֿלאָרידע", באַקאַנט פֿאַר איר קאָנסערוואַטיוון קוקווינקל. אין דער אָנקלאָגע האָט די "אַסאָציאַציע" געשריבן, אַז די פּראָגראַם וועגן די אַמעריקאַנער מוסולמענער פֿאַמיליעס איז אין דער אמתן "אַן אָפֿענע פּראָפּאַגאַנדע פֿון מוסולמענישן וועלטבאַנעם, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ קלאָרע געפֿאַר פֿאַר די אַמעריקאַנער פֿרײַהייטן און טראַדיציאָנעלע ווערטן". אַזאַ פּראַגראַם, טענהן זיי, איז "ריזיקאַליש פֿאַר דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט".
וואָס זשע מיינט איר, דער באַשלוס פֿון דער Lowe’s קאָמפּאַניע אָפּצושטעלן זייערע רעקלאַמעס אין דער פּראָגראַם, האָט באַלד אַרויסגערופֿן אַן אומצופֿרידנקייט אין דער מוסולמענישער געזעלשאַפֿט. און נישט נאָר בײַ זיי. דער באַשלוס פֿון Lowe’s איז דעפֿינירט געוואָרן ווי "אַן אָפֿענע רעליגיעזע אומטאָלעראַנטקייט".
איצט שלעפּט מען די פֿירערשאַפֿט פֿון Lowe’s אין געריכט אַרײַן. די Lowe’s־קאָמפּאַניע האָט זיך שוין לעצטנס אַנטשולדיקט, אָבער די פּראָטעסטירער האַלטן, אַז ס’איז נישט גענוג. מיט איין וואָרט: דער בער לאָזט שוין נישט אָפּ.
צוריק גערעדט, וואָלט דער סקאַנדאַל געדאַרפֿט זײַן נאָך איין באַווײַז, אַז טאָלעראַנטקייט קאָן מען נישט אָנבינדן; אַז ס’איז אַ פּראָצעס אין דער געזעלשאַפֿט, וואָס באַוועגט זיך פֿון ביידע זײַטן. אַמעריקע איז לכתּחילה געווען אַ פֿיל־קולטורעל לאַנד מיט פֿאַרשידענע רעליגיעזע קאָנפֿעסיעס. אַמעריקע האָט געשמט מיט איר אַזוי גערופֿענעם "שמעלצטאָפּ". זעט אויס, אַז די צוויי מלחמות אין איראַק און אַפֿגאַניסטאַן, די סכּנה, וואָס קומט כּסדר אַרויס פֿון איראַן און די איסלאַמישע פֿונדאַמענטאַליסטישע קרײַזן, וועלן אויך ווײַטער טיפֿער מאַכן דעם אומצוטרוי צו דער מוסולמענישער געזעלשאַפֿט אין אַמעריקע, ווי ס’איז שוין אַמאָל געשען מיט די אַמעריקאַנער בירגער פֿון יאַפּאַנישן אָפּשטאַם, נאָך "פּערל האַרבאָר", מיט 70 יאָר צוריק.