אויב עמעצער וועט אײַך פֿרעגן, ווי אַזוי קאָן אַזוי זײַן, אַז צוויי ייִדן זאָלן האָבן דרײַ מיינונגען, שיקט אים אָפּ קיין ישׂראל; דאָרט, אין דער רעגירונג אין איין מיניסטאָרן־קאַבינעט בראָש מיטן פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, קאָן דער שוץ־מיניסטער האָבן זײַן אייגענע פּאָליטיק און דער אויסערן־מיניסטער — אַן אַנדער פּאָליטיק. וואָס שייך דעם פּרעמיער־מיניסטער גופֿא, האָט ער אויך זײַן אייגענע פּאָליטיק, אָבער ער איז מיט איר נישט תּמיד מסכּים.
למשל, אָט האָט ער פֿונאַנדערגעלאָזט די אַזוי גערופֿענע פּלעסנער־קאָמיסיע צו לייזן סוף־כּל־סוף די פֿראַגע, וואָס צו טאָן מיט די ישיבֿה־בחורים: צי נעמען זיי אין דער מיליטער, אָדער נישט נעמען? און אָט באַשליסט שוין דער "ליכּוד", אין שפּיץ מיט דעם זעלבן בנימין נתניהו, ווידער זיך אומצוקערן צו דער פֿראַגע און צו שאַפֿן אַ נײַע קאָמיסיע, וואָס זאָל די דאָזיקע אָנגעווייטיקטע פֿראַגע לייזן.
צי קען זי טאַקע געלייזט ווערן, בײַ אַזאַ קעגנערשאַפֿט מצד די חרדישע פּאַרטייען, איז שוין אַן אַנדער זאַך; אָבער דער אַנדערער טייל פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט — פֿאָדערט: "אַלע בירגער מוזן טראָגן דעם עול אויף זיך!", "נישטאָ קיין אויסנאַמען!" די איבער 30 טויזנט דעמאָנסטראַנטן פֿון מיליטער־רעזערוויסטן און אינוואַלידן האָבן עס בפֿירוש געפֿאָדערט בעת דער שבתדיקער דעמאָנסטראַציע אין תּל־אָבֿיבֿ.
די חרדישע מנהיגים סטראַשען אַרויסצופֿירן אויף די גאַסן אַ מיליאָן מענטשן קעגן דעם באַשלוס. און זײַט רויִק, זיי וועלן עס דורכפֿירן, אויב נתניהו וועט ווידער נישט איבערטראַכטן און פֿונאַנדערלאָזן שוין די נײַ־געשאַפֿענע קאָמיסיע.
אויף די לעצטע רעזולטאַטן פֿון די פּרעזידענט־וואַלן אין עגיפּטן האָט מען טאַקע געוואַרט, אָבער שוין כּמעט געווען זיכער, ווער ס’וועט זיך שטעלן אין שפּיץ פֿון דער גרעסטער מלוכה אין מיטעלן מיזרח. און אַזוי איז עס געשען: אויסגעוויילט איז געוואָרן דער פֿירער פֿון דער באַוועגונג "ברידער־מוסולמענער" מוכאַמעד מורסי.
ווי באַקאַנט, איז נישט גענוג צו קומען צו דער מאַכט; די מאַכט דאַרף מען נאָך אײַנהאַלטן. וואָס וועט זײַן דער וועג פֿונעם נײַעם פּרעזידענט — אָט דאָ שטעקט די גורלדיקע פֿראַגע סײַ פֿאַרן לאַנד און סײַ פֿאַרן גאַנצן מיטעלן מיזרח.
דער פֿריִערדיקער עגיפּטישער פּרעזידענט, וואָס איז אַליין אַרויס פֿון דער מיליטערישער עליט, האָט איבער 30 יאָר פֿון זײַן ממשלה זיך אָנגעשפּאַרט אויף דעם מיליטער. פֿאַקטיש, איז אין עגיפּטן די אַלע יאָרן געווען בײַ דער מאַכט אַ מיליטערישע כונטע.
אַן ערך די זעלבע אינערלעכע רעגיר־סטרוקטור האָט עקזיסטירט אין טערקײַ ביזן יאָר 2003, ווען דאָרט איז אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן געקומען צו דער מאַכט דער איצטיקער פֿירער פֿון לאַנד, פּרעמיער־מיניסטער ערדאָגאַן, וואָס שטייט אין שפּיץ פֿון דער איסלאַמיסטישער פּאַרטיי "פֿון גערעכטיקייט און אַנטוויקלונג". גאָר אין אַ קורצער צײַט, האָט ער פֿאַרקוועטשט אונטער זיך די מיליטערישע עליט, וואָס האָט ביז אַהער דאָמינירט אינעם פּאָליטישן לעבן פֿון לאַנד.
אַן ענלעכע סיטואַציע איז הײַנט אויפֿגעקומען אין עגיפּטן; צי וועט זיך אײַנגעבן דעם נײַעם פּרעזידענט מורסי "פֿאַרקוועטשן" אונטער זיך די שטאַרקע מיליטערישע ירושה? צי וועט אים קלעקן פּאָליטיש ווילן און צי דאַרף ער עס בכלל טאָן?
קוקנדיק אין דער טעלעוויזיע, ווי אַזוי ס’איז די וואָך אויפֿגענומען געוואָרן אין ישׂראל דער רוסלענדישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז אין אַ ייִדיש שטעטל איז געקומען פֿון מאָסקווע אַ הויכגעשטעלטער גובערנאַטאָר; איין קלייניקייט, ביז ער איז דערפֿאָרן צום שטעטל, איז עס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ ייִדישער מדינה.
דער "גובערנאַטאָר", פֿון זײַן זײַט, האָט עס אַפּנים, נישט באַמערקט, און זיך אויפֿגעפֿירט, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ הויכגעשטעלטן טשינאָווניק לגבי זײַנע אונטערטעניקע, סײַדן גוטמוטיק, פֿאָרט באַלעבאַטים.
וואָס איז געקומען פּוטין? פֿאָרמעל — צו דערעפֿענען דעם דענקמאָל אין נתּניה לזכּרון די אומגעקומענע סאָלדאַטן אין דער רויטער אַרמיי. אויפֿצושטעלן אַזאַ דענקמאָל האָט אים צוגעזאָגט אין מאָסקווע, בעת זײַן וויזיט, דער פּרעמיער בנימין נתניהו. זײַן וואָרט האָט נתניהו געהאַלטן, און פּוטין, וואָס האָט אים דעמאָלט צוגעזאָגט בײַצוזײַן בײַ דער אַנטדעקונג פֿונעם מעמאָריאַל, האָט אויך נישט אונטערגעפֿירט — געקומען.
זעט אויס, אַז ביידע צדדים האָבן אַרויסגעקוקט אויף אַזאַ געלעגנהייט. די אַנטדעקונג פֿונעם מעמאָריאַל איז אַוודאי אַ וויכטיקע סיבה, אָבער פֿאָרט אַן עמאָציאָנעלע, מער פֿאַרבונדן מיטן נעכטן. געמיינט האָט מען דאָך די הײַנטיקע ווירקלעכקייט מיט אַלע אירע פּראָבלעמען פֿאַר ביידע לענדער. אויב אַזוי, גייט קודם־כּל די רייד וועגן איראַן און סיריע.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט אויף דער פּאָליטישער וועלט־גאַס פֿאַרנומען דעם הויבנאָן די טרעפֿונג אין מעקסיקע פֿון דער אַזוי גערופֿענער גרופּע G20, דער טאָפּלטער "מנין" פֿון די מערבֿדיקע פֿירער. דאָס מאָל האָבן זיך אויף אים באַוויזן צוויי נײַע פּערזאָנען — דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט פֿראַנסואַ האָלאַנד און דער ווידער־געוויילטער רוסישער פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין.
ווי ס’איז דערוואַרט געוואָרן זײַנען צווישן די הויפּט־טעמעס צו באַהאַנדלען דאָרט געווען דער בירגער־קריג אין סיריע און די נוקלעאַרע־פּראָגראַם אין איראַן.
ווי אַ פּועל־יוצא פֿון די "אַראַבישע פֿרילינג־איבערקערענישן", איז דער מצבֿ אין סיריע דערפֿירט געוואָרן צו אַ קולמינאַציע, ווען יעדן טאָג ווערן אומגעבראַכט צענדליקער ציווילע בירגער (לויט די ידיעות פֿון דער "יו־ען" שוין בסך־הכּל 14 טויזנט מענטשן); און די וועלט קוקט אויף דער בלוטיקער שחיטה און קומט אָפּ מיט אויפֿרופֿן צום פּרעזידענט באַשאַר אַסאַד, וואָס האָט די אַלע "אויפֿרופֿן" אין דער לינקער פּיאַטע.
די פֿילצאָליקע באַמיִונגען אָנצונעמען מער ראַדיקאַלע מיטלען קעגן דעם דיקטאַטאָר, שטויסן זיך אָן אויף דער קעגנערשאַפֿט פֿון די צוויי מיטגלידער פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" — רוסלאַנד און כינע. ס’רובֿ פּאָליטישע אַנאַליטיקער האַלטן, אַז מאָסקווע טוט עס קודם־כּל, כּדי צו פֿאַרהיטן איר איינציקע מיליטערישע באַזע בײַם מיטלענדישן ים, וואָס געפֿינט זיך אינעם סירישן פּאָרט טאַרטוס. די צווייטע סיבה איז אויפֿצוהאַלטן אירע עקאָנאָמישע אינטערעסן אין דעם ראַיאָן.
מיט אַכצן חדשים צוריק האָבן זיך אָנגעהויבן די געשעענישן, וועלכע האָבן באַקומען דעם נאָמען פֿון "אַראַבישן פֿרילינג". אָבער דער ערשטער אינצידענט פֿון דער "וועסנע" האָט זיך אָפּגעשפּילט דווקא ווינטערצײַט, דעם 18טן דעצעמבער 2010. דעמאָלט איז אַן עולם אין טוניס אַרויס פּראָטעסטירן אין שײַכות מיטן טראַגישן טויט פֿון דעם יונגן־מאַן מאָהאַמאַד בואַזיזי — ער האָט זיך אַליין פֿאַרברענט נאָך דעם ווי אַ פּאָליציאַנטקע האָט אים געהאַט (לויט זײַן מיינונג) דערנידעריקט. ס’איז קלאָר, אַז אַזאַ בייזע, מאַסן-רעאַקציע אויף, אין תּוך אַרײַן, אַ צופֿעליקן עפּיזאָד האָט בולט אַנטפּלעקט די שווערע עקאָנאָמישע און סאָציאַלע פּראָבלעמען, וועלכע האָבן זיך אַקומולירט אין דער געזעלשאַפֿט.
אין די איבעריקע אַראַבישע לענדער, וווּ דער "פֿרילינג" האָט זייער גרינג און זייער גיך רעקרוטירט צענדליקער טויזנטער יחידים, האָט זיך דער טומל אויך אָפֿט מאָל אָנגעהויבן פֿון עפּעס אַ "קלייניקייט". דער סך-הכּל איז אומעטום געווען אַן ערנסטער: שוין איצט זײַנען אַראָפּגעפֿאַלן די פֿירערס פֿון פֿיר מדינות — טוניס, עגיפּטן, ליביע און תּימן. די ערד ברענט אין סיריע אונטער די פֿיס פֿון דעם פּרעזידענט באַשאַר אַסאַד, וועלכער — אַן אויסגעשולטער אויגן-דאָקטער — וויל ניט זען, אַז ער איז ניט בכּוח אָפּצושטעלן דעם בירגער-קריג, וואָס צערײַסט זײַן לאַנד.
דער סצענאַר איז אין יעדן לאַנד געווען אַלע מאָל אַן אַנדערער און ביזן הײַנטיקן טאָג בלײַבט ניט קלאָר, מיט וואָס די איבערקערענישן וועלן זיך פֿאַרענדיקן. אָבער דער פֿאַקט אַליין, אַז דאָס אַלץ האָט באַקומען אַן אַלגעמיינעם נאָמען, "אַראַבישער פֿרילינג", ווײַזט אויף דער פֿאַרבינדונג צווישן די געשעענישן. אַזוי גלײַכצײַטיק אַנדערש און ענלעך האָבן זיך, למשל, אַנטוויקלט די פּראָצעסן אין אַ צאָל אייראָפּעיִשע לענדער נאָכן סוף פֿון דער ערשטער און דערנאָך, דער צווייטער, וועלט-מלחמות; אַזוי איז געווען אויך ווען עס האָט זיך מיט צוויי יאָרצענדליק צוריק פֿאַרענדיקט די סאָוועטיש-קאָמוניסטישע תּקופֿה.
פֿוסבאָל ("סאָקער") ווערט אַלץ פּאָפּולערער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַן אַנומלטיקער אויספֿרעג ווײַזט, אַז צווישן די אַמעריקאַנער יונגע לײַט, אין עלטער פֿון 12—24, פֿאַרנעמט עס דאָס צווייטע אָרט. און בײַ די שפּאַניש-רעדנדיקע האָט עס פּשוט ניט קיין קאָנקורירנדיקע ספּאָרטיווע שפּיל. אַן אַנדער זאַך, אַז די היגע, אַמעריקאַנער קאָמאַנדעס אינטערעסירן דעם אַמעריקאַנער עולם ווייניקער ווי די לאַטיין־אַמעריקאַנישע צי אייראָפּעיִשע קלובן. ס’איז קלאָר, אָבער, אַז די יונגע ליבהאָבער וועלן אונטערוואַקסן, און אויב די טענדענץ וועט זיך ניט בײַטן, קען פֿוסבאָל ווערן נאָך מער פּאָפּולער אין צפֿון-אַמעריקע.
אין אייראָפּע איז פֿוסבאָל אַ וויכטיקער טייל פֿון דער מאַסן-קולטור. מענטשן לעבן ממש מיט די נצחונות און מפּלות פֿון זייערע קאָמאַנדעס. מע איז גרייט צו צאָלן אַ סך געלט, אַבי צו זײַן אויף אַ סטאַדיאָן, וווּ עס שפּילט זייער מאַנשאַפֿט, זאָל עס אַפֿילו זײַן אין אַן אַנדער עק וועלט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון די בגדים פֿון דער קאָמאַנדע, וועלכע מענטשן טראָגן צו ווײַזן — און צו פֿילן — זייער כּמו-רעליגיעזן אָפּשײַ צו "זייער" פֿוסבאָל-קלוב.
דער מצבֿ אַרום די פֿוסבאָל-פֿאַנאַטיקער ווערט אָנגעשטרענגט, ווען ראַדיקאַלע לײַט פֿאַרנעמען דעם אויבנאָן אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה. אָפֿט מאָל זײַנען עס פּשוט כוליגאַנעס, וואָס האָבן הנאה פֿון אַ געשלעג, בפֿרט מיט די יאַטן, וואָס שטיצן אַן אַנדער קלוב. אָבער ניט זעלטן צעשפּילן זיך אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה גאָר פּרימיטיווע אינסטיקטן, ענלעכע צו לאָיאַלקייט צום אייגענעם שבֿט, סטײַע, טשאַטע. פֿאַר אַזעלכע פּאַרשוינען איז דער ספּאָרט אַליין ניט מער ווי אַ תּירוץ צו מאַכן אַ סקאַנדאַל.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אין ניו־יאָרק פֿאָרגעקומען אַ געשעעניש, וואָס האָט אויפֿגערודערט ביידע ייִדישע וועלטן — די פֿרומע און די סעקולערע (זע, ז׳ 3). די חרדישע וועלט האָט געבלאָזן שופֿר און געשריִען "גוואַלד!" וואָס איז? לאָזט זיך אויס, אַז אַלע צרות אין דער הײַנטיקער וועלט נעמען זיך פֿון דער אינטערנעץ!
צוריק גערעדט, איז די אינטערנעץ נישט אַ דערשײַנונג פֿון נעכטן, עס גייט שוין אָן אַ היפּש ביסל צײַט; און די חסידיש־חרדישע וועלט האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין דער דאָזיקער "נעץ" אויף אַלע אופֿנים, און קודם־כּל, ווי אַ גוטער מקור צו מאַכן פּרנסה. אויך דער קאַמף קעגן דער "עלעקטראָנישער מגיפֿה" גייט אָן אין די אָרטאָדאָקסישע קרײַזן נישט איין יאָר. וואָס איז די בהלה געקומען גראָד איצט?
איר וועט לאַכן: די הויפּט־סיבה פֿון דעם "גוואַלד־געשריי" זײַנען געוואָרן די אַלע איבערקערענישן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען איבער דער וועלט, אָנהייבנדיק פֿון די "אַראַבישע רעוואָלוציעס" ביז די פּראָטעסטן קעגן "וואָלסטריט", אין וועלכע עס האָבן זיך, אַגבֿ, באַטייליקט אייניקע חסידים.
די חרדישע ראָשי־ישיבֿות און די רביס פֿון פֿאַרשידענע הויפֿן, וואָס אַ סך פֿון זיי האָבן קיין אַנונג נישט וועגן "טוויטער"־שמיטער אָדער "פֿייסבוק", נישט דאָ געדאַכט, האָבן פּלוצעם פֿאַרשטאַנען, אַז דורך די דאָזיקע "טריפֿענע זאַכן" קאָן קומען אַ גרויסע צרה פֿאַר זיי פּערזענלעך. פֿון איין זײַט, קאָן אַרויסגעטראָגן און באַקאַנט ווערן דער גאַנצער "שמוץ" פֿון חדר, און פֿון דער צווייטער זײַט — אַרײַנגעבראַכט ווערן דער "שמוץ" פֿון דרויסן.
די פֿראַגע פֿון איינגעשלעכטלעכע חתונות איז שוין לאַנג אַרויף אויפֿן סדר־היום פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט. אַן אַנדער זאַך, וואָס די געזעלשאַפֿט גופֿא מאַכט זיך אָדער כּלא־ידע, אָדער פֿאַראורטיילט, אָדער באַמיט זיך צו געפֿינען אַ פּשרה. לעצטנס, איז די פֿראַגע דירעקט געשטעלט געוואָרן אויך דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, ווי אַזוי ער פּערזענלעך באַציט זיך צו איינגעשלעכטלעכע חתונות? — און ער האָט איינדײַטיק געענטפֿערט פּאָזיטיוו. מעגלעך, אַז ס׳איז אַ קאָניונקטור־ענטפֿער פֿאַר די וואַלן, אָבער ס׳איז אויך אַ ריזיקע, וואָס קאָן אים קאָסטן אַ היפּשע צאָל שטימען.
צווישן אונדזערע לייענער זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, דאָ מענטשן, וואָס האַלטן זיך בײַ פֿאַרשיידענע קוקווינקלען, וואָס שייך איינגעשלעכטלעכע חתונות און באַציִונגען. געוויס, עס זײַנען פֿאַראַן אויך לייענער, וואָס געהערן צו אָט דער סעקסועלער מינאָריטעט־גרופּע, אָדער צום "שבֿט", ווי זיי רופֿן עס.
"צום באַדויערן, איז דאָס [איינגעלשלעכטלעכע חתונות — רעד.] אַ סענסיטיווער ענין צווישן די פֿרײַנד, — שרײַבט אונדזער אַ לייענערין, — דערפֿאַר וואָס די געזעלשאַפֿט און די לאַנד-רעגירונג אָנערקענען ניט חתונות צווישן מענטשן פֿונעם זעלבן מין. מע שאַצט אָפּ נאָר די חתונות צווישן אַ מאַן און אַ פֿרוי, אָבער ווען אַ פֿרוי מיט אַ פֿרוי, אָדער אַ מאַן מיט אַ מאַן האָבן חתונה, אָנערקענט מען דאָס ניט אויף דעם זעלבן אופֿן. אַזעלכע פּאָרפֿעלקער באַקומען ניט די מער ווי 1000 לעגאַלע בענעפֿיטן, וואָס אַנדערע באַקומען פֿון חתונה-האָבן; שוין אָפּגערעדט פֿון ווערן אָנערקענט אין דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט."
אַרײַנקוקנדיק דעם 8טן מײַ אין די נײַעס, וואָס שייך ישׂראל, האָט זיך דערמאָנט דער פֿאַרשפּרייטער ייִדישער זאָג: "זײַט מיר נאָך נישט געזונט, מיר גייען נאָך נישט אַוועק!" — וואָס איז? בשתּיקה האָט "ליכּוד" געמאַכט אַ יד־אַחת מיט דער "קדימה"־פּאַרטיי, פּינקטלעכער געזאָגט, דער פֿירער פֿון "ליכּוד" נתניהו און דער נײַ־אָפּגעבאַקענער פֿירער פֿון "קדימה" מופֿז. דערמיט איז צונויפֿגעקלאַפּט געוואָרן אַ נײַע רעגירונג פֿון "נאַציאָנאַלער אייניקייט". אַנדערש געזאָגט, האָט ביבי נתניהו זיך באַוואָרנט צו בלײַבן בײַ דער מאַכט, אויב אַפֿילו ש"ס וועט פֿאַרלאָזן די ביז־איצטיקע קאָאַליציע, צוזאַמען מיט דער פּאַרטיי "ישׂראל־ביתנו".
נתניהו האָט נאָך פֿריִער געמאַכט פּרוּוון צו צעשאָקלען די "קדימה"־פּאַרטיי, וואָס נאָך אַריאל שרונס "אָפּשליסן זיך" פֿון דער וועלט, און אָלמערטס געכאַפּט ווערן אויף קאָרופּציע און שווינדלערײַ, זיך געקײַקלט באַרג־אַראָפּ פֿונעם פּאָליטישן מאַרק אין ישׂראל. איצט, נאָך ציפּי ליבֿניס מפּלה בײַ די "פּרײַמעריז" איז דער געוועזענער גענעראַל שאָול מופֿז אַרויף אויפֿן פֿערד. זײַן רײַטן אין שפּיץ פֿון דער "קאַדימה"־פּאַרטיי וואָלט נישט אָנגעגאַנגען לאַנג, אויב די כּנסת וואָלט טאַקע צעלאָזט געוואָרן. אָבער זײַן מיליטער־סטראַטעגישער חוש האָט אים און די פּאַרטיי געראַטעוועט צוליב דעם אומדערוואַרטן "יד־אַחד" מיט "ליכּוד".
נאָך נעכטן האָט מופֿז געמאַכט נתניהו מיט דער בלאָטע גלײַך. ווי עס זעט אָבער אויס, געהערט די "פּאָליטישע בלאָטע" צו דעם סאָרט בלאָטעס, וואָס מאַכן שטאַרקער די ביינער — סײַ בײַ דעם וואָס וואַרפֿט זי און סײַ בײַ יענעם, אין וועמען מע וואַרפֿט זי. מופֿז האָט אַ גרויסע דערפֿאַרונג אויף דעם פּאָליטישן "שלאַכטפֿעלד". אין 2005, האָט ער זיך געשוווירן מיט הימל און ערד אין זײַן געטרײַשאַפֿט צום "ליכּוד", אָבער ווי נאָר שרון האָט אים פֿאָרגעלייגט אַ מער וואַרעם ערטעלע אין זײַן נײַ־געשאַפֿענער "קדימה", האָט דער גענעראַל זיך באַלד אַריבערגעוואָרפֿן אין זײַן לאַגער. אויף דער מיליטערישע שפּראַך הייסט אַזאַ "מאַנעווער" — "דעזערטירונג"; זעט אויס, אויף דער פּאָליטישער שפּראַך קלינגט עס ווי "יד־אַחת".
עס ברענט!.. ניין, דאַנקען גאָט, נישט דאָס שטעטל ברענט; עס ברענט אינעם "ישׂראל־שטעטל" מיט נײַע וואַלן. פּלוצעם. פֿאַר דער צײַט. וואָס איז, צו פֿיל זיך געהאַלטן אין איין קאָאַליציע? שוין אָפּגערעדט, אַז עס רײַסן זיך צו דער מאַכט נײַע כּוחות, נײַע פֿירער סײַ פֿון לינקס, סײַ פֿון רעכטס און סײַ פֿון מיטן.
אייגנטלעך, קאָן זיך די איצטיקע קאָאַליציע צעפֿאַלן, קודם־כּל, צוליב דעם פּראָיעקט פֿונעם מלוכה־בודזשעט אויפֿן יאָר 2013 און צוליב דעם פֿאַרשלעפּטן "חוק טל" (טל־געזעץ). דער כּנסת־דעפּוטאַט זאבֿ עלקין, וואָס איז דערווײַל נאָך דער פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַרלאַמענט־קאָאַליציע האַלט אַליין, אַז די וואַלן פֿאַרן טערמין שטימען נישט מיט די אינטערעסן פֿון לאַנד — סײַ וואָס שייך די ריזיקע אויסגאַבן (אַן ערך 400 מיליאָן שקל) און סײַ ווײַל עס שאַפֿט אַ געוויסע אומסטאַבילקייט. עלקין באַטאָנט, אַז "אין דער סיטואַציע, ווען די וועלט האָט נאָך נישט גובֿר געווען דעם עקאָנאָמישן קריזיס, און דער געאָפּאָליטישער מצבֿ אַרום ישׂראל איז זייער אַ קאָמפּליצירטער, איז בעסער זיך צו באַגיין אָן וואַלן". אַזוי זאָגט דער ראָש פֿון דער כּנסת־קאָאַליציע, וואָס הײַנט, מאָרגן צעפֿאַלט זי זיך.
די לעצטע צוויי וואָכן האָט זיך געביטן אויף אונדזער ייִדישן קאַלענדאַר איין דאַטע אויף אַ צווייטער: דער חורבן־טאָג, און ווײַטער "יום־הזכּרון" און באַלד נאָך אים — "יום־העצמאות"... און אין יעדער אַזאַ דאַטע פֿעלן נישט אויס קיין טרערן. אין דעם גאַנצן ים פֿון ייִדישע טרערן איז פֿון דעסטוועגן דאָ אַ זיס טראָפּנדל טרייסט: אין די טעג, וווּ די ייִדן זאָלן נישט וווינען, גיט זיי פֿון דעסטוועגן אַ צופּ בײַם האַרצן: "כּל ישׂראל חבֿרים" — אַלע ייִדן זײַנען פֿאַרבונדן צווישן זיך. אָבער נישט דאָס בין איך אויסן...
וואָס זשע דען? הערט זשע אַן אַלט קינדער־מעשׂהלע: אַמאָל, נאָך אין די אַלטע צײַטן, ווען אין ליטע זײַנען געווען ייִדישע שטעטלעך, האָבן אין אַזאַ שטעטל געוווינט צוויי ברידערלעך. איין מאָל, דורכגייענדיק אַ פּויערישן הויף, האָבן זיי דערזען אַ בייזן הונט. וואָס טוט מען דאָ? זיך אומקערן — איז שוין געווען שפּעט, דער הונט וועט זיי סײַ־ווי אָניאָגן. גיין ווײַטער, וועט ער זיך אויף זיי אַרויפֿוואַרפֿן. זאָגט דאָס עלטערע ברודערל דעם קלענערן: "לאָמיר רעדן צווישן זיך ליטוויש, נישט ייִדיש, וועט דער הונט מיינען, אַז מיר זײַנען ליטווישע קינדער, און ער וועט אונדז נישט טשעפּען". עס האָט נישט געהאָלפֿן...
אין פּוילן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אַ היפּשער טייל פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ געפּריידיקט אַריבערצוגיין אויף פּויליש; עס האָט עקזיסטירט אַ צעצווײַגטע נעץ פֿון "זשידאָווסקע וויאַדאָמאָשטשי", "זשידאָווסקע גאַזעטי" וכּדומה (ייִדישע פּרעסע). עס האָט נישט געהאָלפֿן...
אין דײַטשלאַנד, ווי באַוווּסט, האָבן ס’רובֿ דײַטשישע ייִדן זיך געהאַלטן פֿאַר גרויסע משׂכּילים; קולטור־טרעגערס פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע, און מיט אומחן געקוקט אויף די "אָסט־יודן" — אָפּגעשטאַנענע פֿאַנאַטיקער, נעבעך. עס האָט נישט געהאָלפֿן...
מיר וועלן הײַנט נישט רעדן וועגן פּאָליטיק, עקאָנאָמיע, סאָציאַל־קולטורעלן לעבן פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט בכלל און דער ייִדישער — בפֿרט; מיר וועלן קוים דערמאָנען די ישׂראל־פּראָבלעמען און דעם אַנטיסעמיטיזם, וואָס האַלט נאָך אַלץ הויך די פֿאָן איבער דער פֿעסטונג פֿון מענטשלעכן האַס און קסענאָפֿאָביע. מיר וועלן נישט אָנרירן אַנדערע הײַנטיקע פּראָבלעמען, וועלכע זײַנען, אין תּוך גערעדט, טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער געשיכטע... מיט דעם דאָזיקן נומער פֿון "פֿאָרווערטס" באַצייכענען מיר אונדזער 115טן יאָרגאַנג...
כּמעט אין יעדן נומער פֿון הײַנטיקן "פֿאָרווערטס" קאָן מען געפֿינען אַ פֿאַרבינדונג מיט אונדזער נעכטן, צי עס איז אַן אַרטיקל, צי אַ מחבר, צי אַ געשעעניש; און ווי קאָן דען זײַן אַנדערש? דעם "פֿאָרווערטס", וואָס איז געבוירן געוואָרן בײַם אויסגאַנג פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, איז דאָך ווי אָנגעזאָגט געוואָרן צו זײַן אַ כראָניקער פֿון די קומענדיקע 100 יאָר פֿון דער וועלט. וואָס איז דאָס געווען פֿאַר אַ יאָרהונדערט? וועגן דעם קאָן מען זיך טאַקע דערוויסן — טאָג בײַ טאָג און יאָר בײַ יאָר — פֿון די "פֿאָרווערטס"־אײַנבינדן.
אין דער ספּעציעלער בײַלאַגע לכּבֿוד דעם 115טן געבוירן־טאָג פֿון "פֿאָרווערטס", האָבן מיר געפּרוּווט צו געבן אונדזער הײַנטיקן לייענער צו פֿאַרזוכן אויפֿן שפּיץ־מעסער, בלויז אַ לעק און אַ שמעק פֿון דעם אײַנגעשטאַנענעם געדיכטן מאכל, וואָס הייסט, ייִדישע זשורנאַליסטיק. איר וועט זיך דערוויסן, ווי אַזוי דער פּראָלעטאַרישער פּאָעט מאָריס ראָזענפֿעלד האָט זיך אָפּגערופֿן אויף דער קאַטאַסטראָפֿע פֿון "טיטאַניק", וואָס די טעג דערמאָנען מיר דעם 100סטן יאָרצײַט נאָך זײַן אומקום.
|