די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט אויף דער פּאָליטישער וועלט־גאַס פֿאַרנומען דעם הויבנאָן די טרעפֿונג אין מעקסיקע פֿון דער אַזוי גערופֿענער גרופּע G20, דער טאָפּלטער "מנין" פֿון די מערבֿדיקע פֿירער. דאָס מאָל האָבן זיך אויף אים באַוויזן צוויי נײַע פּערזאָנען — דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט פֿראַנסואַ האָלאַנד און דער ווידער־געוויילטער רוסישער פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין.
ווי ס’איז דערוואַרט געוואָרן זײַנען צווישן די הויפּט־טעמעס צו באַהאַנדלען דאָרט געווען דער בירגער־קריג אין סיריע און די נוקלעאַרע־פּראָגראַם אין איראַן.
ווי אַ פּועל־יוצא פֿון די "אַראַבישע פֿרילינג־איבערקערענישן", איז דער מצבֿ אין סיריע דערפֿירט געוואָרן צו אַ קולמינאַציע, ווען יעדן טאָג ווערן אומגעבראַכט צענדליקער ציווילע בירגער (לויט די ידיעות פֿון דער "יו־ען" שוין בסך־הכּל 14 טויזנט מענטשן); און די וועלט קוקט אויף דער בלוטיקער שחיטה און קומט אָפּ מיט אויפֿרופֿן צום פּרעזידענט באַשאַר אַסאַד, וואָס האָט די אַלע "אויפֿרופֿן" אין דער לינקער פּיאַטע.
די פֿילצאָליקע באַמיִונגען אָנצונעמען מער ראַדיקאַלע מיטלען קעגן דעם דיקטאַטאָר, שטויסן זיך אָן אויף דער קעגנערשאַפֿט פֿון די צוויי מיטגלידער פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" — רוסלאַנד און כינע. ס’רובֿ פּאָליטישע אַנאַליטיקער האַלטן, אַז מאָסקווע טוט עס קודם־כּל, כּדי צו פֿאַרהיטן איר איינציקע מיליטערישע באַזע בײַם מיטלענדישן ים, וואָס געפֿינט זיך אינעם סירישן פּאָרט טאַרטוס. די צווייטע סיבה איז אויפֿצוהאַלטן אירע עקאָנאָמישע אינטערעסן אין דעם ראַיאָן.
אין דער אמתן אָבער באַשטייט דער ענין אַ ביסל אַנדערש. די וויכטיקייט הײַנט פֿון דער מיליטערישער באַזע אין טאַרטוס איז מער אַ סימבאָלישע. וואָס עס שייך דער צווייטער סיבה, איז עס אויך נישט מער ווי אַ תּירוץ, ווײַל די עקאָנאָמישע רעסורסן פֿון סיריע זײַנען אַזוי נישטיק, אַז ס’איז דאָרט נישטאָ וואָס צו געניסן, נישט פֿאַר רוסלאַנד און נישט פֿאַר כינע. נאָך מער, די קעגנער פֿון אַסאַדס רעזשים ווערן געשטיצט פֿון סאַודיע און אַנדערע פֿירנדיקע אַראַבישע לענדער; דעריבער פֿאַרלירט מאָסקווע, צוליב איר אײַנגעשפּאַרטקייט איר לעצטע האָפֿענונג צו האָבן אַ דעה אינעם מיטעלן מיזרח.
וווּ זשע איז דער "מאָסקווער הונט" באַגראָבן? די סיבה דאַרף מען זוכן אינעם פֿריִערדיקן קאָנפֿליקט, ווען דער מערבֿ האָט זיך אַרײַנגעמישט אין די אינערלעכע ענינים פֿון ליביע. דעמאָלט האָט מאָסקווע דווקא געשטיצט דעם מערבֿ, אָבער נישט געטראַכט, אַז דאָס אַראָפּנידערן קאַדאַפֿיס רעזשים, וועט עס אין דער זעלבער צײַט ברענגען צום אַרויסשטויסן רוסלאַנד פֿון ליביע, מיט אירע רײַכע נאַפֿט־פֿעלדער. די עקאָנאָמישע פֿאַרלוסטן פֿון רוסלאַנד אין ליביע באַטרעפֿן אַן ערך 10־12 ביליאָן דאָלאַר. זיך אָפּגעבריט אויפֿן הייסן, בלאָזט איצט מאָסקווע אויפֿן קאַלטן. זי האָט דערזען אין דעם "אַראַבישן פֿרילינג" אַ סכּנה פֿאַר זיך; נישט אַנדערש ווי אַ קונץ פֿונעם מערבֿ צו פֿאַרטרײַבן רוסלאַנד פֿונעם מיטעלן מיזרח.
וואָס טראַכט מען וועגן דעם אין וואַשינגטאָן און אין אַנדערע מערבֿדיקע הויפּטשטעט? פֿון איין זײַט, באַטאָנען די מערבֿ־פֿירער, אַז זיי זײַנען גרייט צולייגן אַלע כּוחות, כּדי אָפּצושטעלן די בלוטפֿאַרגיסונג אין סיריע, אָבער מאָסקווע און כינע שטערן דערצו. פֿון דער אַנדערע זײַט, זײַנען זיי שטילערהייט צופֿרידן פֿון אַזאַ קעגנערשאַפֿט, ווײַל נישט וואַשינגטאָן, נישט לאָנדאָן, נישט פּאַריז ווייסן נישט וואָס צו טאָן מיט סיריע. עס ווערט פֿינצטער אין די אויגן פֿון דער עגיפּטישער "רעוואָלוציע", וווּ צו דער מאַכט זײַנען געקומען די איסלאַמיסטן; אין ליביע רײַסן צווישן זיך די פֿאַרשיידענע קלאַנען; אין תּימן הערט נישט אויף דער טעראָר; לבֿנון און יאָרדאַניע ציטערן, אַז מאָרגן קען בײַ זיי, חלילה, אויסברעכן זייער אייגענע "פֿרילינג־איבערקערעניש".
מיר דאַרפֿן אויך געדענקען, אַז הינטער דער פּלייצע פֿונעם סירישן דיקטאַטאָר שטייט זײַן בעסטער חבֿר, דער איראַנישער פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד, וואָס רייצט אים אויף קעגן מערבֿ, און אַליין פּרוּווט ער געווינען צײַט צו רעאַליזירן זײַן נוקלעאַרן פּראָיעקט. ערשט פֿאַרן איראַנישן פּרעזידענט און זײַן קליקע האָט מען אין וואַשינגטאָן מורא; נאָך מער ווי פֿאַר רוסלאַנד און כינע. ס’איז דאָך קלאָר, אַז ביז הײַנט האָט דער מערבֿ נישט אויסגעאַרבעט קיין געאייניקטע סטראַטעגיע וואָס צו טאָן ווײַטער מיט איראַן? צוריק גערעדט, גלייבט זיך נישט, אַז בײַ די מערבֿדיקע פֿירער ליגט איצט דער קאָפּ בכלל אויסצואַרבעטן עפּעס ממשותדיקס — די אייגענע צרות אין אייראָפּע און אין אַמעריקע קריכן שוין איבערן קאָפּ.