די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אין ניו־יאָרק פֿאָרגעקומען אַ געשעעניש, וואָס האָט אויפֿגערודערט ביידע ייִדישע וועלטן — די פֿרומע און די סעקולערע (זע, ז׳ 3). די חרדישע וועלט האָט געבלאָזן שופֿר און געשריִען "גוואַלד!" וואָס איז? לאָזט זיך אויס, אַז אַלע צרות אין דער הײַנטיקער וועלט נעמען זיך פֿון דער אינטערנעץ!
צוריק גערעדט, איז די אינטערנעץ נישט אַ דערשײַנונג פֿון נעכטן, עס גייט שוין אָן אַ היפּש ביסל צײַט; און די חסידיש־חרדישע וועלט האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין דער דאָזיקער "נעץ" אויף אַלע אופֿנים, און קודם־כּל, ווי אַ גוטער מקור צו מאַכן פּרנסה. אויך דער קאַמף קעגן דער "עלעקטראָנישער מגיפֿה" גייט אָן אין די אָרטאָדאָקסישע קרײַזן נישט איין יאָר. וואָס איז די בהלה געקומען גראָד איצט?
איר וועט לאַכן: די הויפּט־סיבה פֿון דעם "גוואַלד־געשריי" זײַנען געוואָרן די אַלע איבערקערענישן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען איבער דער וועלט, אָנהייבנדיק פֿון די "אַראַבישע רעוואָלוציעס" ביז די פּראָטעסטן קעגן "וואָלסטריט", אין וועלכע עס האָבן זיך, אַגבֿ, באַטייליקט אייניקע חסידים.
די חרדישע ראָשי־ישיבֿות און די רביס פֿון פֿאַרשידענע הויפֿן, וואָס אַ סך פֿון זיי האָבן קיין אַנונג נישט וועגן "טוויטער"־שמיטער אָדער "פֿייסבוק", נישט דאָ געדאַכט, האָבן פּלוצעם פֿאַרשטאַנען, אַז דורך די דאָזיקע "טריפֿענע זאַכן" קאָן קומען אַ גרויסע צרה פֿאַר זיי פּערזענלעך. פֿון איין זײַט, קאָן אַרויסגעטראָגן און באַקאַנט ווערן דער גאַנצער "שמוץ" פֿון חדר, און פֿון דער צווייטער זײַט — אַרײַנגעבראַכט ווערן דער "שמוץ" פֿון דרויסן.
יאָ, ס׳איז אמת, די אינטערנעץ איז פֿאַרמיסטיקט מיט מיאוסע, שמוציקע זאַכן, וואָס אַ נאָרמאַלער מענטש, נישט וויכטיק, צי ער איז פֿרום צי נישט, אַ ייִד צי ניט־ייִד, וועט זיך צו דעם נישט צורירן. צי וועלן מסוגל זײַן די סאָפֿיסטיקירטע פֿילטרען בלאָקירן נאָר די אַלע טומאה־זאַכן, נישט שטערנדיק דערבײַ אַרויסצובאַקומען די נוצלעכע און וויכטיקע אינפֿאָרמאַציע, איז דערווײַל אַ גרויסער ספֿק. ס׳איז אויך אמת, אַז מיט אַן איסור, אַ פֿאַרבאָט, וועט מען נישט אָפּהאַלטן אַן אונטערוואַקסלינג פֿון דער כּוונה זיך אַרײַנצוכאַפּן בשתּיקה צו גאַסט אין דער ווירטועלער וועלט פֿון זנות און אויסגעלאַסנקייט.
צי קאָן מען געפֿינען אַזעלכע "פֿילטרען", וואָס קאָנען בלאָקירן דעם נײַגער פֿון קינדער צום פֿאַרווערטן, צום פֿאַרבאָטענעם? צי קאָן מען בכלל מיט איסורים צווינגען דעם מענטש זײַן אָרנטלעך און מאָראַליש אויסגעהאַלטן?
פֿון קדמונים אָן, ווען ס׳איז נאָך נישט געווען קיין אינטערנעץ, האָט מען געהאַלטן, אַז אויב אַ מענטשן פֿעלן אויס די "ערשטע זיבן יאָר", וועט פֿון אים קיין לײַט נישט ווערן. און נאָך פֿלעגט מען זאָגן: אַזוי ווי מע וויגט דאָס קינד אײַן, אַזוי וויגט ער זיך אויס. דער גרויסער אמת איז, אַז די טאַטע־מאַמע און די לערער דאַרפֿן אײַנפֿלאַנצן אינעם קינד די אויסגעפּרוּווטע פּרינציפּן פֿון מאָראַל און מענטשלעכע באַציִונגען. צוריק גערעדט, רײַסן די טאַטע־מאַמעס פֿון זיך שטיקער, כּדי אָפּצושפּאָרן געלט פֿאַרן שׂכר־לימוד אין די ייִדישע שולן, וואָס וואַקסן ווי אויף הייוון פֿון יאָר צו יאָר. דווקא אָט דאָ איז דער הונט באַגראָבן, און פֿון דאָ, נישט נאָר פֿון דער אינטערנעץ, נעמט זיך די צרה.
די איסורים אין דער חרדישער וועלט ווערן לעצטנס אַלץ שטרענגער און פֿאַנאַטישער. אין דער זעלבער צײַט, קומען פֿון דאָרטן אַרויס שאָקירנדיקע זאַכן, ווי באַלעסטיקונגען, אַכזריות מצד די מלמדים. ביז אַהער האָט דער דאָזיקער וועלט זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרשפּאַרן זיך אין אַזאַ מין גײַסטלעכער געטאָ — באַזונדערע ראַיאָנען, שכונות און אַפֿילו גאַנצע שטעטלעך — מיט אירע אייגענע מנהיגים, אינערלעכע געזעצן און אַ באַזונדערן לעבנס־שטייגער. דער דעמאָקראַטישער כּרך ניו־יאָרק איז נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה געוואָרן דאָס פּאַסיקסטע אָרט פֿאַר אַזאַ מין געטאָ.
נישט איין "גזירה", פֿון דער דרויסנדיקער וועלט, האָבן די ניו־יאָרקער חרדים איבערגעלעבט — פֿון טעאַטער און קינאָ ביז טעלעוויזיע און ליפּע שמעלצערס קאָנצערטן. און דאָ, נאַט אײַך, אַזאַ סכּנה — אינטערנעץ! זי קאָן דאָך, חלילה־וחס, אונטעררײַסן אַלע יסודות, אויפֿגעשטעלט פֿון אונדזערע אָבֿות־אַבֿותינו!
לאָמיר אָבער האָפֿן, אַז די געלטער און די הכנסות פֿון די "סאָפֿיסטיקירטע פֿילטרען" וועלן רײַך מאַכן נישט בלויז באַזונדערע יחידים, נאָר אויך אינוועסטירט ווערן אין לערן־פּראָגראַמען, וועלכע וועלן באַרײַכערן דעם ייִדישן תּלמיד מיט ברייטע און טיפֿע קענטענישן.