די פֿראַגע פֿון איינגעשלעכטלעכע חתונות איז שוין לאַנג אַרויף אויפֿן סדר־היום פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט. אַן אַנדער זאַך, וואָס די געזעלשאַפֿט גופֿא מאַכט זיך אָדער כּלא־ידע, אָדער פֿאַראורטיילט, אָדער באַמיט זיך צו געפֿינען אַ פּשרה. לעצטנס, איז די פֿראַגע דירעקט געשטעלט געוואָרן אויך דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, ווי אַזוי ער פּערזענלעך באַציט זיך צו איינגעשלעכטלעכע חתונות? — און ער האָט איינדײַטיק געענטפֿערט פּאָזיטיוו. מעגלעך, אַז ס׳איז אַ קאָניונקטור־ענטפֿער פֿאַר די וואַלן, אָבער ס׳איז אויך אַ ריזיקע, וואָס קאָן אים קאָסטן אַ היפּשע צאָל שטימען.
צווישן אונדזערע לייענער זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, דאָ מענטשן, וואָס האַלטן זיך בײַ פֿאַרשיידענע קוקווינקלען, וואָס שייך איינגעשלעכטלעכע חתונות און באַציִונגען. געוויס, עס זײַנען פֿאַראַן אויך לייענער, וואָס געהערן צו אָט דער סעקסועלער מינאָריטעט־גרופּע, אָדער צום "שבֿט", ווי זיי רופֿן עס.
"צום באַדויערן, איז דאָס [איינגעלשלעכטלעכע חתונות — רעד.] אַ סענסיטיווער ענין צווישן די פֿרײַנד, — שרײַבט אונדזער אַ לייענערין, — דערפֿאַר וואָס די געזעלשאַפֿט און די לאַנד-רעגירונג אָנערקענען ניט חתונות צווישן מענטשן פֿונעם זעלבן מין. מע שאַצט אָפּ נאָר די חתונות צווישן אַ מאַן און אַ פֿרוי, אָבער ווען אַ פֿרוי מיט אַ פֿרוי, אָדער אַ מאַן מיט אַ מאַן האָבן חתונה, אָנערקענט מען דאָס ניט אויף דעם זעלבן אופֿן. אַזעלכע פּאָרפֿעלקער באַקומען ניט די מער ווי 1000 לעגאַלע בענעפֿיטן, וואָס אַנדערע באַקומען פֿון חתונה-האָבן; שוין אָפּגערעדט פֿון ווערן אָנערקענט אין דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט."
לויט די אויספֿרעגן פֿון דער Gallup־אַגענץ איז די געזעלשאַפֿט צעשפּאָלטן ממש 50 אויף 50 פּראָצענט. דער ייִנגערער דור זעט אין דעם בכלל נישט קיין "באַזונדערע פּראָבלעם", דעריבער קאָן זיך טרעפֿן, אַז די דאָזיקע פֿראַגע, וועט קודם־כּל אָנרירן די פּאָליטיקער, וואָס מאַניפּולירן מיט אַזעלכע "סענסיטיווע ענינים", ווי ראַסע, אַבאָרט, קינסטלעכע באַפֿרוכפּערונג, שטאַמצעלן, האָמאָסעקסואַליזם — בפֿרט פֿאַר די וואַלן.
אַז די וועלט נעמט אויף יעדע נײַע קאָנטראָווערסאַלע דערשײַנונג אין דער געזעלשאַפֿט, ווי אַ "פּאַטש אין פּנים", איז נישט קיין נאָווינע. עס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך פֿון בראשית צײַטן, ווען אָדם האָט פֿאַרשטאַנען, אַז חווה איז אים געגעבן געוואָרן נישט נאָר צוליב שפּאַצירן איבערן גן־עדן און פֿירן מיט איר שמועסן וועגן הויכער מאָראַל און אייביקייט. זייער שידוך פּאַסט זיך בפֿירוש אַרײַן אין אונדזערע אַל־מענטשלעכע געזעצן; אָבער דאָך האָט עס אויפֿגעבראַכט דעם אייבערשטן און ס׳איז געשען, וואָס ס׳איז געשען.
לאָמיר אַ קוק טאָן אויף דער דאָזיקער פֿראַגע מיט אויגן פֿון יעניקע וואָס שטעלן זיך קעגן דאָס לעגאַלעזירן פֿון איינגעשלעכטלעכע חתונות. זיי זאָגן: "דאָס דערלאָזן איינגעשלעכלעכע חתונות וועט, סוף־כּל־סוף, ברענגען צו דעגענעראַציע!" אָבער וואָס ענטפֿערט אויף דעם אַן איינגעשלעכטלעכע משפּחה (ער און ער, אָדער זי און זי)? "הײַנט איז נישט קיין מניעה צו האָבן אַ קינד — אָדער אַן אַדאַפּטירטס, אָדער געבוירן אויף אַ קינסטלעכן אופֿן."
הערט זיך ווידער פֿון די קעגנער: "משוגענע גענדז, משוגענע גריוון! קיין נאָרמאַלע קינדער קענען פֿון אַזעלכע משפּחות נישט אַרויס". וואָס זשע זאָגט אויף דעם די סטאַטיסטיק? אַ דריטל פֿון די געבוירענע קינדער אין אַמעריקע לעבן נישט צוזאַמען מיט זייערע ביאָלאָגישע עלטערן, וואָס זאָלן זײַן פֿאַרהייראַט. אין דער זעלבער צײַט, דערציִען "צוויי טאַטעס", אָדער "צוויי מאַמעס" זייערע אַדאַפּטירטע קינדער מיט נישט ווייניקער ליבע צו זיי (און צו מאָל נאָך צאַפּלדיקער), ווי די "נאָרמאַלע" פּאָרלעך.
נאָך מער אָנגעווייטיקט זעט אויס די פֿראַגע פֿון איינגעשלעכטלעכע באַציִונגען אין דער רעליגיעזער סבֿיבֿה. ס׳איז דאָך נישט קיין סוד, אַז אויך צווישן די פֿרומע מענטשן, וואָס האַלטן זיך בײַ פֿאַרשידענע אמנות, זײַנען פֿאַראַן אַזעלכע מענטשן, בפֿרט צווישן מענער. זיי פֿילן אויף זיך אַ טאָפּלטן דרוק און פֿאַראַכטונג: סײַ פֿון דעם רעליגיעזן עסטאַבלישמענט און סײַ פֿונעם מלוכישן.
פֿון אַ היסטאָרישער פּערספּעקטיוו האָט די האָמאָסעקסואַליסטישע באַוועגונג זיך שוין דערשלאָגן אינעם קאַמף אויסצוגלײַכן זייערע רעכט מיט די רעכט פֿון די טראַדיציאָנעלע שידוכים, גאָר נישט ווייניק. עס וועט אָבער נעמען נאָך אַ סך צײַט ביז די ציווילע געזעלשאַפֿט וועט אָנערקענען אַזעלכע "אויסערגעוויינטלעכע" פֿאַלן פֿאַר געוויינטלעכע. אַבי נישט איבערבייגן דעם שטעקן.