עס ברענט!.. ניין, דאַנקען גאָט, נישט דאָס שטעטל ברענט; עס ברענט אינעם "ישׂראל־שטעטל" מיט נײַע וואַלן. פּלוצעם. פֿאַר דער צײַט. וואָס איז, צו פֿיל זיך געהאַלטן אין איין קאָאַליציע? שוין אָפּגערעדט, אַז עס רײַסן זיך צו דער מאַכט נײַע כּוחות, נײַע פֿירער סײַ פֿון לינקס, סײַ פֿון רעכטס און סײַ פֿון מיטן.
אייגנטלעך, קאָן זיך די איצטיקע קאָאַליציע צעפֿאַלן, קודם־כּל, צוליב דעם פּראָיעקט פֿונעם מלוכה־בודזשעט אויפֿן יאָר 2013 און צוליב דעם פֿאַרשלעפּטן "חוק טל" (טל־געזעץ). דער כּנסת־דעפּוטאַט זאבֿ עלקין, וואָס איז דערווײַל נאָך דער פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַרלאַמענט־קאָאַליציע האַלט אַליין, אַז די וואַלן פֿאַרן טערמין שטימען נישט מיט די אינטערעסן פֿון לאַנד — סײַ וואָס שייך די ריזיקע אויסגאַבן (אַן ערך 400 מיליאָן שקל) און סײַ ווײַל עס שאַפֿט אַ געוויסע אומסטאַבילקייט. עלקין באַטאָנט, אַז "אין דער סיטואַציע, ווען די וועלט האָט נאָך נישט גובֿר געווען דעם עקאָנאָמישן קריזיס, און דער געאָפּאָליטישער מצבֿ אַרום ישׂראל איז זייער אַ קאָמפּליצירטער, איז בעסער זיך צו באַגיין אָן וואַלן". אַזוי זאָגט דער ראָש פֿון דער כּנסת־קאָאַליציע, וואָס הײַנט, מאָרגן צעפֿאַלט זי זיך.
ווער זשע פֿון דעסטוועגן איז אַזוי פֿאַראינטערעסירט אין די וואַלן פֿאַרן טערמין? געשיקט זיך, אַז טאַקע די פֿירנדיקע "ליכּוד"־פּאַרטיי אין שפּיץ מיט בנימין נתניהו. די שאַנסן פֿון זײַן פּאַרטיי וועלן נאָר וואַקסן און צוזאַמען מיט זיי — די צאָל דעפּוטאַטן אין כּנסת. ער וואָלט אַוודאי נישט געווען קעגן, ווען די וואַלן קומען פֿאָר מאָרגן.
צו וואָס דאַרף די וואַלן דער אויסערן־מיניסטער אין דער איצטיקער רעגירונג, דער פֿירער פֿון "ישׂראל ביתנו"? אַבֿיגדור ליבערמאַן האַלט, אַ פּנים, אַז ער האָט מיט וואָס זיך צו באַרימען: ס’איז אַ גוטע געלעגנהייט צו דערמאָנען די וויילער, בפֿרט די "רוסישע", וועגן די דערגרייכונגען פֿון זײַן פּאַרטיי... איין קלייניקייט: ווידער, ווי נאָר ליבערמאַן הייבט אויף זײַן קול, ווערט באַלד אַרויסגעשלעפּט פֿון די געריכט־שאַפֿעס זײַן "קרימינעלער ענין", און מע הייבט מיט אים אָן פֿאָכער אין דער לופֿטן פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט.
דער נײַער פֿירער פֿון "קדימה" שאול מופֿז, זעט דערווײַל אויס אַ ביסל פֿאַרלוירן, כאָטש צו דער מאַכט האָט ער זיך געריסן מיט פֿעסטע טריט. קיין גרויסע גליקן דערוואַרט נישט זײַן פּאַרטיי, און די צאָל מאַנדאַטן וואָס "קדימה" האָט געהאַט אין דער אונטערגייענדיקער כּנסת, וועט זי געוויס נישט באַקומען. וואָס יאָ, מעגלעך, אַז "קדימה" — די צעשויבערטע, אָן אַ רוקנביין־פּאַרטיי — וועט אויפֿן וועג צו די נײַע וואַלן פֿאַרלירן אַלע אירע נאָכלויפֿער און געפֿינען אַ פֿעסטן פּאָליטישן באָדן.
ווי מע זאָגט הײַנט נבֿיאות, וועט די גרעסטע אינטריגע אין די וואַלן פֿאָרקומען צווישן ש״ס און איר אַמאָליקן פֿירער אַריה דרעי, וואָס נאָכן אַרויסגיין פֿון דער תּפֿיסה, חלומט ער ווידער זיך אומצוקערן אין דער גרויסער פּאָליטיק. אויב אים וועט זיך אײַנגעבן אָפּרוקן אין אַ זײַט אלי ישי, דער איצטיקער פֿירער פֿון ש"ס, וועט ער געוויס צונויפֿקלאַפּן אַן אייגענע פּאַרטיי, וואָס וועט אַוועקשלעפּן פֿון דער איצטיקער ש"ס עטלעכע מאַנדאַטן.
און אָט האָט זיך שוין אויסגעפּיקט אויף דער ישׂראלדיקער פּאָליטישער מאַפּע נאָך איין פּאַרטיי, מיט אַ שרײַענדיקן נאָמען "יש עתיד" (ס’איז דאָ אַ צוקונפֿט), אין שפּיץ מיטן פּאָפּולערן טעלעוויזיע־זשורנאַליסט יאיר לפּיד (יאַיִר לאַפּיד). דעם ערשטן מײַ איז ער אויפֿגעטראָטן אינעם תּל־אָבֿיבֿער תּפֿוצות־מוזיי און דערקלערט זײַן פּאָליטישע פּראָגראַם.
ווי ס’איז געווען צו דערוואַרטן, וועט ער זײַן הויפּט־קאַמף פֿירן קעגן די חרדים, וואָס "צאַפּן בלוט" פֿון דער מדינה און אַלע סאָציאַלע פּריווילעגיעס, אָבער זייער יוגנט וויל נישט גיין דינען און זיצט אויף קעסט בײַם מיטלקלאַס. לפּיד האָט אויך דערקלערט, אַז אין זײַן קאַמף קאָן ער זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף די פּאַרטייען "קדימה", "ליכּוד" און "עבֿודה", וועלכע האָבן נאָך ביז הײַנט נישט צוגעשטעלט קיין "טיפֿן און דורכגעטראַכטן פּלאַן צו לייזן די וויכטיקע און ווייטיקלעכע פּראָבלעם", אַן אַלטערנאַטיוו צו דעם "טל־געזעץ".
הכּלל, עס ברענט! און דאָס פֿאָלק וועט אויף אַ צײַט מוזן פֿאַרגעסן אין אַלע סאָציאַלע פּראָטעסטן און אומצופֿרידנקייטן — מע דאַרף דאָך לויפֿן "לעשן די פּאָליטישע שׂרפֿה".